עצרת עשרת אלפים - זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

שעפטל האט געשריבן:די עסקנים וואס ווייסן ווי דעם רבי'נס הארץ בלוטיגט שוין עטליכע יאר


אויף וועמענס אחריות? דער רבי איז נישט אינג, די שטוב מענטשן דארפן האבן אן אחריות נישט אלעס צו פארציילן פאר'ן רבי'ן. זיין הארץ בלוטיגט און ס'קען זיך ענדיגן טראגיש. וואו איז אביסל שכל?
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א ריכטיגע מנהיג ישראל קוקט אין תורה צו זען וואס צו טוהן און נישט צום גאס. וואס טוט ער אבער ווען ער האט נישט קיין אהנונג וואס ס'שטייט אין תורה? דעמאלס קען ער זיך באנוצען מיט'ן ממלא מקום פון תורה, וואס הייסט 'שיטה הקדושה'. און וויאזוי מעסט מען שיטה הקדושה? אז מ'לעקט די פינגער, און מ'האלט אויף די פינגער אין דער הייך, און מ'מעסט אין וועלכע ריכטונג דער ווינט בלאזט. אדער קען מען פארבייטען דער שיטה הקדושה אויף 'היימישע אידישקייט', און מ'פרעגט זיך נאך ביי 'טאמעטא דיפ עסער'ס' וואס האלטען זיי. אזוי קען מען זיך דערוויסען וואס איז דער היימישע וועג, און אזוי ווערט א פסק. דאס איז נישט נאכגעגאנגען דער גאס, נאר מברר געווען דער היימישע וועג.
אבער אז מ'קען נאר איין שטיקעל גמרא\מדרש קען מען אפשר מברר זיין על פיו וזה החלי.
כתיב (שמות ד, יג) שלח נא ביד תשלח, און ווי באקאנט שטייט אין מדרש ביד ר' עקיבא וחביריו (איך טרעף נישט אזא מדרש, אפילו מיט א קאמפיוטער, אבער בכל אופן דאס איז נישט קיין היימישע קשיא). ס'שטייט אויך (תהלים קיד, ד) הים ראה וינס און דער באקאנטע מדרש זאגט מה ראה ברייתא דר' ישמעאל (עי' לעיל בסמוך לענין מציאות הך מדרש). נו, וואס טוט מען? דא שטייט שלח נא אז מ'זאל יא גייען, און דא שטייט הים ראה וינס אז מ'דארף אנטלויפען. נאר פאר דעם זאגט מען א פלפול און מ'דרייט מיט'ן גראבען פינגער, און אלע קיען שטייען פארגאפט, און ס'איז ארויס א פסק דין מכסא ההוראה (ומקום מושבו) אז שלח נא ביד תשלח זיגט און הלכה כרע"ק מחבירו און יאכלו ענוים וישבעו, און דער היימישע פסק איז שוין אויפ'ן וועג.
דהיינו שנחלקו רע"ק ור"י בפ"ג דשבועות אי חייב קרבן שבועת ביטוי אשבועה לשעבר או רק להבא, וביאר בגמ' דנחלקו רב ושמואל בשיטת רע"ק אי בעינן איתיה בלאו והן או לא, והנה בסוגיא גדולה ועמוקה דשלש שבועות יש לחקור האם איתיה בלאו והן אי לא, ונ"מ אי חייב קרבן לדעת רב או לא, ואם היו נשבעין לעלות בחומה וכו' האם היה חל שבועה כזה, ולכאורה פשוט בדעות בני אדם, דדעת אהרן קדוש ה' וחביריו (ואחיו) כדעת המעפילים עלה נעלה בכלי זיין שבידם, שמוכנים ומזומנים להשתמש בכח האגרוף נגד כל מי שיעמוד כנגדם (אנדערע זאגען אז דאס איז דער יסוד פונ'ם שיטה הקדושה), וממילא איתיה בלאו והן וחייבין קרבן שבועת ביטוי על השלש שבועות, אמנם אלו הגדלים עלי תורה, ואין בהם משום הידים ידי עשו כלל, הרי לדידהו ליכא קרבן שבועת ביטוי בשלש שבועות לדעת רב, אמנם לדעת שמואל לא שנא, ובכל אופן חייבין קרבן שבועת ביטוי.
ולפ"ז קען מען מיישב אלע קושיות כמין חומר, דהא דאמרינן שלח נא ביד תשלח, היינו לרע"ק וחביריו, דהיינו שמואל דקאי בשיטת רע"ק, וא"כ נחלקו ה'שיטה הקדושה' מענטשען עם שותומ"צ אם חייב קרבן שבועת ביטוי, והאהרונים ילכו לההפגנה וכנ"ל דאית ביה משום ציונות שהוא חמור מכל התורה כולה לפי דעת ה'על חרבך תחיה'ניקס', אמנם לדעת ר"י דאינו חייב אשבועה לשעבר כלל, א"כ ברור דלא בעינן איתיה בלאו והן כמבואר התם בגמ', א"כ ע"כ דאין להפגין במאנהאטען, וזהו הים ראה וינס שראה ברייתא דר' ישמעאל. וע"ז נאמר הלכה כרע"ק מחבירו, שהוא מחבירו רב דבעינן איתיה בלאו והן, און דעריבער קען מען שוין אנשטעלען א סדר הבאסעס.
טאמער ס'שטימט נישט, ווען מען מוזען זאגען פארקערט, און אזוי איז אחרון של פסח און נעילת החג אויך פארזיכערט, און מ'קען שוין צוגייען צום באגלייטונג, ושלום על ישראל און א געזונטע פרימע זומער, און מ'זאל זען נישט גייען קיין דורכזיכטיגע שטרימפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

גאנצל האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן פארוואס מהר"א שיקט צו דעם פראטעסט. הלמאי בשנת תשנ"ט האט די אגודה דאמאלס געמאכט א פראטעסט און סאטמאר איז נישט געגאנגען האט דעמאלס מהר"א אלס קר"י רב און אלס אפיציעלער סאטמארע ווארטזאגער ווייל דער ברך משה איז שוין דעמאלס נישט געווען בתוקפו (ער איז נאכדעם געווארן חוזר לבריאותו כפי שיטת מהרז"ל) און ער האט דעמאלס געזאגט "מיר זענען נישט מוחה אויף א פינגער פון די עגל נאר אויפ'ן גאנצן עגל" וואס איז דא פלוצים געשען מילא ווען ער פארופט א פראטעסט און ער שטעלט זיך צו צו זיי אז זיי זאלן וועלן קומען צו זיין מחאה פארשטיי איך אבער אז זיי רופן די עצרת און אלעס ווערט געפירט אויף זייער אופן ההעצרת פארוואס דארפן מיר גיין

בפרט ווען די גאנצע עצרת איז א ליצנות ווייל עס ווערט פארופן דורך הר' שטיינמאן און הר' שטיינמאן שרייט חי וקים אז ער וויל אז א טייל בחורים זאלן גענומען ווערן אין מיליטער אויב אזוי וואס ברויבן מיר זיך צושטעלן צו זיינע ליצנות אפאראטן

ווער עס האט א תירוץ זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ איך בין גרייט צו הערן און פארשטיין איך בין נישט אין די כת פון נאר פרייליך וואס וויל פרעגן און דארף נישט קיין תירוץ [tag]נאר,פרייליך[/tag] איך ווייס דיין תירוץ מיט פעסטע ראיות פון תחת הקאליסן מילא איז א שאד דיין טירחא דארפסט נישט ענטפערן איך ווארט אויף א נארמאלע תשובה


אויף דיין געבעט ניש צו ענטפערן וועל איך דיר צוליב טאהן.

נאר איין ווארט טאקע דיין פראגע האט מיר זייער גע'עגבערט הערנדיג די וועלן צו מיטיילען מיט די אגודה ביים פראטעסט, כ'געדענק אלס אינגערמאן ווען אנ''ש האבען מחמת צוהיצקייט געשטאכען רעדער פון די וויזניצאים הלמאי זיי גייען אינאיינעם מיט די אגודה, אוןכהיום זיצען די שטעכער'ס זעלבסט אויף די באסעס על אם הדרך צו שיקען מיט אייכלער א מעסעדזש, ס'מיר אויך זייער שווער.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

שעפטל האט געשריבן:א מנהיג ישראל איז נישט איינער וואס טוט וואס דער דעת הקהל האלט, א מנהיג ישראל איז איינער וואס טוט וואס די תורה הקדושה הייסט.

דינסטאג איז א משלחת פון עסקנים פון אגודת ישראל אריבער געקומען צום סאטמאר'ן רבי'ן (מהר"א) רופן זיך מצרף צו זיין צום פראטעסט נעקסטע וואך זונטאג מוחה זיין איבער די גזירה גיוס בני הישיבות.

די עסקנים וואס ווייסן ווי דעם רבי'נס הארץ בלוטיגט שוין עטליכע יאר, און די דרשות וואס דער רבי שליט"א האט שוין עטליכע מאל גערעדט אז ביי די גזירה מוז מען אלעס טוען אן קיין חשבונות להעביר את רוע הגזירה. ‏
דער רבי אליינס האט שוין אריין געלייגט וואכן און חדשים איבער די גזירה, סיי מיטן גרויסען פראטעסט א' חוקת און מיט עטליכע קליינע פראטעסטען, אזוי אויך אנהייב די וואך אין א"י האט דער רבי שליט"א געהייסן פאר אנ"ש זיך משתתף זיין ביים עצרת זאגנדיג אז דאס איז ווי גזירת גיוס בנות.

די עסקנים זענען געווען זיכער אז נאך 5-10 מינוט רעדן וועלן זיי האבן די פולע הסכמה פון דעם רבי'ן שליט"א און פון סאטמאר בכלל אבער דער רבי אלס מנהיג העדה האט אנדערש געהאלטן.‏
נאכן איבער קוקן די קול קורא און זהען אז ס'איז דא זייער א נישט אויסגעהאלטנע זאץ, ווי צו זאגן אז די בני הישיבות זענען מיט זייער תורה שומר אויף די מדינה של שמד רח"ל
האט דער רבי געזאגט פאר די עסקנים "ניין" מיט אזא זאץ קען סאטמאר נישט גיין, דער זאץ מוז אראפ גיין די תורה איז ח"ו נישט מגין אויפן עקזיסטענץ פון די מדינה. די עסקנים פון אגודת ישראל האבן נישט מסכים געווען און זיי האבן געמוזט ארויס גיין בפחי נפש אן קיין הסכמה פון סאטמאר רבי צו זיך משתתף זיין.‏

די אידישע וועלט איז שנעל צושפרייט געווארן די הוראה פון סאטמאר רבי, און די טעלפונען פון איבער די גאנצע וועלט צום ביורא פון אגודת ישראל האט זיך אנגעהויבן היתכן צו צושטערן דעם אחדות פון כלל ישראל וועגן אזא זאץ וואס איז נישט צום פארשטיין.‏
נאך עטליכע שעה און פרעשע פון אדמורי"ם וראשי הישיבות בארה"ק און דאהי האבן די עסקנים פון אגודת ישראל מחליט געווען צו טוישן דעם נוסח הקול קורא און בעזהשי"ת וועט די אחדות פון כלל ישראל קענען גיין ווייטער, און דער מנהיג ישראל דער רבי שליט"א וועט זיך משתתף זיין צוזאמען מיט אלע גדולי ומאורי הדור פונקט ווי אין א"י ווי אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן אגודה דגל ש"ס און די עדה החרדית האבן צוזאמען מוחה געווען און איינגעריסן לבטל את רוע הגזירה.‏

וכאיש אחד ובלב אחד נצא ונפגין לבטל את רוע הגזירה, כולנו למערכה ולה' הישועה בביאת גואל צדק במהרה בימינו‏


א חסיד איז נישט איינער וואס טוט זיך אהן א הארען און פארמאכט זיך די אויערן און אויגען,

מעג מיר וויסען צו אין היינטיגען יארע צוויי טויזענט אינאך בכלל רעלעווענט א מעסעדזש דורך שחור על גבי לבן פון עטליכע רבנים החותמים?

די מעסעדזש איז דאס וואס די פרעסע גייט נאכזאגען בשמינו.

אויב ווילסטו בלויז זאגען אז די גלייבסט מיט די הענט אויף די אויגען דאן שרייב בלויז די ''רבי האט געהייסען גיין'' און אלעס דערנאך איז איבריג.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

די תנאים וואס מ'האט געשטעלט פאר די מארגני העצרת איז נישט נאר געווען בנוגע די נוסח הקול קורא, נאר אויך וועגן די פרעיס ריליעס
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

עס איז בסוד?

אייכלער גייט געבן די מעסעדזש אדער האט מען איפ פארשיקט?
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:עס איז בסוד?

אייכלער גייט געבן די מעסעדזש אדער האט מען איפ פארשיקט?


וואס זאגט אייער פירער ציממערמאן?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

קען מיר איינער מסביר זיין אפילו לשיטת סאטמאר וואס איז שלעכט מיט די זאץ אז די בחורים זענען מגין מיט זייער תורה אויף די תושבי ארץ ישראל? האט עס דען א שייכות צו די מדינה? עס איז א פאקט אז די יושבי ארץ ישראל נטורי קרתא מיט ציונים צוגלייך זענען אין א כסדר'דיגע סכנה און די תורה איז מגינא ומצלי, וואו שטעקט אין דעם זאץ ציונות?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אין ק"ק איז געשטאנען "תושבי אר"י" ?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נאך א טעארעטישע שאלה צו נאר,,פרייליך די אפיציעלע פארשטייער פון רבי יואליש דא אין שטיבל:
אין פאל - הגם די שאנסן זענען קליינע - עס ווערט געשלאסן א היסטארישע שלום צווישן מדינת ישראל אין אירע שכנים די אראבער, דאן פאלט אוועק איינס פון די שלש שבועות? און וואס גייען די נטורי קרתא טוהן? איך האלט אז מ'דארף זיך אריינלייגן בלב ונפש אפצוהאלטן די שלום ווייל דאס וועט גורם זיין א בלבול ושלשול המוחות במחנה היראים
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איש עברי האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין אפילו לשיטת סאטמאר וואס איז שלעכט מיט די זאץ אז די בחורים זענען מגין מיט זייער תורה אויף די תושבי ארץ ישראל? האט עס דען א שייכות צו די מדינה? עס איז א פאקט אז די יושבי ארץ ישראל נטורי קרתא מיט ציונים צוגלייך זענען אין א כסדר'דיגע סכנה און די תורה איז מגינא ומצלי, וואו שטעקט אין דעם זאץ ציונות?

אין די ערשטע קו"ק האבן זיי געברענגט די גמרא אין מכות, מי גרם לרגלינו שיעמדו במלחמה שערי ירושלים שהיו עוסקים בתורה
פשט פון דעם איז, אז דורך די לומדי תורה איז מען מצליח במלחמה, דאס מיינט א הכרה במלכות המינות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Ivri. He was taught that the torah is only for someone who wants to become a shiener yid. The rest don’t have much benefit and should go to work
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

You are using the word Torah in its liberal translation, right? You mean whatever sheine yidden do to be sheine yidden.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

קול קורא לחסידי סאטמאר

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p820946
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך סמיילי »

יעדע שני וחמישי נייע עצרות, אסיפות, וכו, אקיצער די עולם איז ביזי
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

האדמו"ר מהר"א זאגט יעצט א שטארקע דרשה בנוגע די השתתפות צום עצרת

212-444-9899 311 now
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בילד
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[quote="בארא פארקער"]גייט באבוב 48 קומען?
איך זעה היינט צופרי אין די גאסן אז ר' חיים יעקב טויבער האט געחתמט בין איך שנעל געגאנגען קוקן ביי אות י' (עס גייט לפי די סדר א' ב') אויב ר' יהושע רובין האט געחתמט זעה איך טאקע אז ניין אבער נאכדעם בין איך אנגעקומען צו אות מ' זעה איך גאר אז ר' מרכי דוד אונגער האט געחתמט לכאורה האט די 48 קהלה געמאכט די זעלבע טעות ווי מיר אין נאר געקוקט אויף אות י'.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

אפשר מאכט קאווע שטיבל א ווינקל ביים פראטעסט מיט סיינס, וואס זאל שטייין?
געב אונז עדיוקעישאן, מאכט וואוטס פאר רבנים, סטאפ מעלעסטאישאן, סטאפ חתונה מאכן אכצן יעריגע קינדער און איינמיירן מיט בעיביס שלא בידיעתם, סטאפ ארויסואורפן קינדער פון ישיבות וכדומה
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך האב געהערט אז די עצרת איז געמאכט פאר די 100,000 משולחים וואס האבן זיך געפונען דא און זיך נישט געקענט באטייליגן ביים עצרת אין ירושלים
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעתי היות עס איז עצרת עשרת אלפים, לא פחות ולא יותר, האט מען איינגעטיילט די חסידות'ער מי ומי ההולכים, איין פראקציע פון סאטמאר, איין באבוב. נישט אלע צוזאמען ווייל עס וועלן זיין צופיל מענטשן.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היות די גאנצע עצרת איז נאר "תפילה", פארוואס נישט דאס מאכן אויף אושען פארקוועי, פארוואס אין מאנהעטען?
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

וואס פארשטייסטו, מקום שהתפללו אבותינו....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט