פליז קראס מיר?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

פליז קראס מיר?

שליחה דורך קאמפיאטער »

ווען האט זיך דאס אנגעהויבן? וואסערע יונגעל האט די ערשטע גענימען גאטס עס ציפרעגן? טראכט באמת אריין דערין עס איז באמת פאנני אין מיינע אויגן, איז עס נאר אין וויליאמסבורג אדער איבראל? (אינז האבן נישט קיין אויסלענדישע איינגעשריבענע?)

איר וועט באטראכטן קינדער וועט איר זעהן אז עס איז דא פארשידענארטיגע טיפס, עס איז דא אזאליכע תמימות'דיגע וואס פאלגן זייער מאמען אין ביז די בר מצווה שטייען זיי אין ווען עס ווערט וואק בעטן זיי איידעלערהייט נאר פין א מאן. אפשר קענט איר מיר אריבער קראסען? אין ווייזט צי מיט זיין איידעלע גראבע הענטעלעך ווי ער וויל גיין, אין דא אויך פליז, יישר כח.

נאכדעם איז דא די וואס מיטשענען שוין זייער מאמע פין כותה ו' איך מעג שוין קראסען אליינס? פארוואס? ווען וועל איך שוין מעגן? אבער וואלווי האט שוין געקראסט אליינס ווען ער איז געווען אין כותה ו'? זיי אויב זיי טרעפען נישט קיינעם ביי די גאס וועלן זיי נישט שטיין דארט נאר זיי וועלן קיקן איינע פין די פאסטערס וואס הענגען אויפן וואנט ווי כאילו זיי ווילן אפי נישט קראסן, זיי טרעפן א מענטש באבלאזן ליז קראס מער?? אין לויפט שנעל אוועק.

נאכדעם איז דא דעי וואס זיי האבן שוין אויסגעפוילט אז זיי מעגן קראסן אליינס אבער נאר אויף וואן וועיס נישט טא וועיס אוי ווען זיי טרעפן אן א מענטש פינקט ביי א טא וועי וועלן זיי זיכער מאכן נאכן קראסן צי לויפן שנעל שנעל אין געבן א קראס אריבער די נעקסטע בלאק צי ווייזן איך בין יא גרויס.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין מאמע האט מיר קיינמאהל נישט געזאגט אז איך מיג שוין אליינס קראסען.... לויט איר מעג איך נאך היינט נישט....
ביי די 11 יאר האב איך מיך אליינס מתיר געוועהן. און ס׳איבעריגע איז היסטאריע.....
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הגם ס'וויכטיג דאס פרעגן פון א קליין קינד א עלטערע זאל איהם אריבער פירען דער גאס,
אבער בזמנינו אלה וואס טאקע "דער גאס" איז משוגע געווארען, קען מען נישט וויסען ווער דער עלטערע פרעמדע איד איז, וואס פאר א מחשבות לויפט אים קאפ. מענטשען האלטן זיך צוריק פון 'קראסען' די קינדער מחמת מראית עין, מענטשען וועלן זעהן... זיי וועלען מיינען כ'האב ליב קינדער...

פרויען וועלען אנכאפן דאס קינד האנט בשעת'ן אריבערגיין די 'גאדער', די קינדער שעמען זיך דערמיט, אבער זיי שטארקן זיך איבער, ווייל דאס אריבער גיין איז איהם פיל וויכטיגער.

אין איין קלאס פון ערך 20 קינדער, למשל כתה ו', האלב קלאס זענען ערלויבט מטעם די עלטערן אליינס אריבער צו שפאצירען דער אנדערע האלב נישט. דא קען זיין בושות ווען דער קינד וועט פרעגן, די אנדערע וועלן איהם רופן "בעיבי", "איך מעג שוין אליינס, הא הא..."
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ראשעקאל האט געשריבן:מיין מאמע האט מיר קיינמאהל נישט געזאגט אז איך מיג שוין אליינס קראסען.... לויט איר מעג איך נאך היינט נישט....
ביי די 11 יאר האב איך מיך אליינס מתיר געוועהן. און ס׳איבעריגע איז היסטאריע.....

איך מיין אז זאלסט איר איבערפרעגען, אויב זאגסטו צו אז גייסט קוקען צוויי מאל צו ביידע זייטען פארן קראסען און נישט צו קראסען אינמעטען די בלאק גייט זי לכאורה דיך לאזן, אזוי וועסטו נישט דארפן עובר זיין אויב קיין דאוריתא'ס יעדען טאג.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בזמני אין חדר האט מען געשמיסט אז סאטמאר לאזט נישט די קינדער זאגן קראס ווייל עס איז א צלם נאר זיי מוזן זאגן ביטע פיר מיר אריבער די גאס, איינער געדענקט דאס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איך אויך האט געשריבן:בזמני אין חדר האט מען געשמיסט אז סאטמאר לאזט נישט די קינדער זאגן קראס ווייל עס איז א צלם נאר זיי מוזן זאגן ביטע פיר מיר אריבער די גאס, איינער געדענקט דאס?

ס'איז אזוי ווי מ'זאל זאגן "פליס צלם מיך"
פארשפארט