מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

שליחה דורך לאליפאפ »

א אינטערנאציאנאלע אינוועסטיגעשן גייט אן אין די יעצטיגע שעות איבער א פארלוירענע מאלעזשיען עירליינס פליגער וועלכע איז פארלוירן געגאנגען גאר פלוצלינג זייענדיג אין די וויעטנאמער הימלען.

די פליגער MH370 האט זיך געהויבן אום 12:41 שבת אינמיטן די נאכט לאקאלע צייט פון די קואלא לאמפור לופטפעלד אין מאלעזשיע, און איז געווען ערווארטעט דעם זעלבן טאג אינעם בעידזשינג אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין כינע, אבער צום באדויערן זענען משפחה און פריינט פון די רייזנדע אויף פלייט 340 געבליבן ווארטן אויף זייערע נאנטע, און זיי ווארטן נאך אלץ אין א דערנעבנדע האטעל אין בעידזשינג.

וויבאלד היינט צוטאגס איז דאס א גאר זעלטענע פאסירונג אז א פליגער זאל קראכן אין די לופטן, נאך וואס די סיסטעמען זענען גאר פארגעשריטן און מעלדן שנעל איין וועלכע פראבלעם עס קען זיך נאר מאכן איז עס ווי געזאגט זעלטענע געשעעניש, ממילא שליסן די אויטאריטעטן נישט אויס די מעגליכקייט אז מ׳רעדט פון א טעראריסטישע אקט, בפרט אז עס איז געווארן אז צוויי פאסאזשירן אויפן פליגער האבן אויפגעשטיגן מיט גע׳גנבטע פאספארטן.

וואס מאכט די געשיכטע נאך מער מיסטעריעז איז אז די פליגער איז (געווען) א באואינג 777, א מאדעל מיט גאר גוטע מעכאניזם וואס האט זעלטן ווען אמאל געהאט מעכאנישע פעלערן אין די לופטן מיט אן אויסנאם פון איין פאל לעצטע יאר אין סאן פראנציסקא ווי אזא פליגער האט געהאט גאר א שווערן קראך לאנדונג אין וועלכע דריי קינדער זענען אומגעקומען, אבער אדערווייז איז דער 777 דער לעצטער נחשד צו ווערן אויף עפעס בייזן, וואס דאס מאכט מער מסתבר אז ס׳זאל האבן פארגעקומען עפעס מיט שלעכטע כוונות.

דער פילאט פונעם פלייט איז אויך נישט קיין לערנינג סטודענט פלייער, נאר א פילאט אין דעם פירמע פאר איבער 30 יאר און איז שוין געפלויגן 18,000 שעה.

אין דעם פאל זענען אויפן פליגער געווען 239 מענטשן פון פערצן פארשידענע נאצינאליטעטן, אריינגערעכנט צוויי בעיביס און צוועלף קרו מעמבערס ווען די פליגער איז גאר פלוצים פארשוואונדן געווארן פון העכער די דרום כינעזער ים ארום 2:40 שבת פארטאגס, אן איבערלאזן די מינדעסטע צייכן פון נויט אדער דאס גלייכן.

עטליכע לענדער אינעם געגנט האבן ארויסגעשיקט מיליטער לייט און רעטונגס אגענטורן אפירצוזוכן דעם מאלעזשיען עירליינס פלייט, אריינגערעכנט כינע וועלכע האט געהאט 160 בירגער אויפן פליגער, וויעטנאם אין וועמענס הימלען די ער׳ט פלאנען האבן זיך צום לעצט באוויזן אויף די ראדארן, און מאלעזיע צו וועמען די פליגער און פילע בירגער געהערן.

אין פאקט האבן די רעטונגס אגענטורן געטראפן צוויי אויל צייכענעס אין יענעם געגנט וועלכע זענען נישט צו א גוטער סימן, אבער חוץ פון דעם נישט קיין שפור פון א גאנצן, האלבן, אדער פערטל עראפלאן. ס׳איז אינטערעסאנט צו אנדייטן אז די וועטער אינעם געגנט ווייזט צו האבן געווען א קלארע און בכלל נישט קיין שטורעמישע אין יענעם צייט אויף יענעם ארט.

עס כאפט א שוידער ווען מ׳דערמאנט זיך ווילאנג עס האט גענומען ביז מ׳האט געטראפן א שפור פונעם עיר פראנס פליגער אין 2009 נאך וואס זי איז אין א ענליכן פאל פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן ערגעץ העכער די אטלאנטיק.

בשעת איך שרייב די שורות איז פארהאן עטליכע הונדערט משפחות וועלכע ווארטן צו הערן א ברעקעלע אינפארמאציע, און די אויגן פון די מידיע און פון די גאנצע וועלט איז געוואנדן קיין אזיע צו הערן וועלכן באריכט איבער פלייט 370.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א דאנק פאר די ריפארט.
ס'נאך נישט אנגעקימען רעטונג חברה צו די אויל פלעקען אין ים?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

ראשעקאל האט געשריבן:א דאנק פאר די ריפארט.
ס'נאך נישט אנגעקימען רעטונג חברה צו די אויל פלעקען אין ים?

קוקט אויס אז ניין. ס'איז נישט זיכער אז דאס איז פארבינדן צום פליגער, עס איז באמערקט געווארן דורך א וויעטנאמער זוך פליגער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א פחד. א דאנק לאלי פארן שיינעם באריכט.
יעדע מאל מען זעהט אזא נייעס גיט עס א טיוכע אין הארץ, מען האפט פארן בעסטן און מען איז גרייט פארן ערגסטן, עס איז דאך א מאסן טראגעדיע.

בפרט, ווי דו שרייבסט, אז דער פליגער האט א ריינע היסטאריע און איז גאר פארזיכערט, און בכלל איז פליען היינט דאס זיכערסטע אופן פון טראנספארטאציע, כאפט א שוידער ווען מען הערט אזעלכע מיסטעריעזע געשיכטעס.

זאל מען הערן גוטע בשורות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

דער ספעציפישער באואינג 777 פון מאלעזשיען עירליינס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

שמעקעדיג האט געשריבן:עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

מאפע פונעם געגנט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאליפאפ האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

ווען ס'איז א קרימינאלע אינוועסטיגעישן איז עס די ארבעט פון די עף.בי.איי. :roll: :?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

berlbalaguleh האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

ווען ס'איז א קרימינאלע אינוועסטיגעישן איז עס די ארבעט פון די עף.בי.איי. :roll: :?

מאן יימר? קליינער פארדאכט אויף טעראר, אינטערעסאנט. זעהט אויס אמעריקא האלט אז ס'איז שטארק מעגליך פארבינדן מיט טעראריזם.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

לאליפאפ האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

דו מיינסט אוודאי
NTSB (National transportation safety board)
און אויף דעם איז די תשובה ניין. זיי
פארשן אויס טראנספארטאציע עקסידענטן נאר אין אמעריקע, אויסער אויב מ'בעט זיי זייער הילף פון אנדערע לענדער. משא''כ די FBI פארשט אויס קרימינאלע אקטן אקעגן אמעריקאנער בירגער בכל מקומות מושבותיהם.
בנוגע דער 777, אמת טאקע עס האט דער סאמע בעסטע זיכערקייט רעקארד פון סיי וועלכער פליגער. נאר צוויי מאל האט עס געקראכט, און ביידע מאל אויפן ערד ביים לאנדן, נישט ווי אנדערע עראפלאנען וואס פאלן ארויס פון הימל. איין מאל איז וואס דו דערמאנסט פאראיאר אין סאן פראנסיסקא, דער צווייטער מאל איז געשען ארום 6-7 יאר צוריק אין לאנדאן היטראו ווען ביידע מאטארן האבן זיך פארלאשן ביים לאנדען, און דער עראפלאן האט געמאכט א קראך לאנדונג אן קיינע געשעדיגטע.
דעריבער קומט דער נייעס ווי א שטארקע שאק צו יעדן אין דער אינדעסטרי.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אפדעיט:

נייעס קוועלער געבן יעצט אן אז אויטאריטעטן פארשן אויס די אידענטיטעט פון נאך צוויי פאסאזשירן וועלכע שטעלן זיך אויך ארויס צו האבן געווען פאלשע פאספארטן.

די רעטונגס אגענטורן האבן יעצט פארברייטערט די שטח ווי מ'זוכט דעם פארלוירענעם עירקרעפט וויבאלד עס איז דא א קליינע טשאנס אז די פליגער האט זיך צוריקגעדרייט נאכן ווערן אפגעהאקט פון אלע קאנעקשנס און ראדארן.

די פארדאכטן איבער די מעגליכקייט פון טעראר האלט אין איין וואקסן.

NTSB און FBI זענען ביידע טייל פון די פארשונגען.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דערווייל איז דא א מחלוקה צווישן די מאלעיזיער רעגירונגס באאמטע אויב עס איז געוווען נאר צוויי אדער גאר פיר פאסאזשירן מיט פאלשע פאספארטן (נישט פאלשע נאר גע'גנב'עטע, וואס מאכט מיך טראכטן אז מען דארף אויספארשן די בא'גנב'עטע אויך) איין רעגירונגס באאמטער זאגט פיר אבער אן אנדערער שרייט נישט פיר נאר צוויי.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

דער 777 איז שוין א פליגער וואס מען פארקויפט שוין פאר איבער 19 יאר
באוינג האט שוין פארקויפט דערפין 1178 פליגער'ס

איז קיין איין דערפון האט נישט אויפגעריסן אין די לופטן

דאס איז דער חידוש יעצט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריפארט אז מ'האט געטראפען שטיקלעך פונעם פליגער
http://m.us.wsj.com/articles/SB10001424 ... reno64-wsj
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

בנוסף צו וואס ראשעקאל זאגט אז רעטונגס לייט האבן געזען אביעקטן פלאטירן אויפן וואסער, רודערן אויך די נייעס סטאנציעס אז א כינעזער פאמיליע מיטגליד פון איינע פון די פאסאזשירן האט סוקסעספול זיך פארבינדן מיט א סעליולער טעלעפאן אויפן פליגער, און אז אויטאריטעטן פראבירן צו טרעקן דעם קאל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

מ'גיט איבער אז אויפן פליגער איז געוועהן א איד פון אירקוצק סיביר ניקולאי ברוצקי 43 יאר און האט צוויי קינדער, זאל מען הערן בשורות טובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און ער איז ארויסגעפלויגן שבת?
שוין, לאמיר נישט פרעגן, מיתתו תהא כפרתו.
(אויב דער תגובה פאסט נישט, ביטע מעורר זיין און כ'וועל פארמעקן)
וירח ה' את ריח הניחוח
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

אין אזעלכע נייעס פעלער ווען מ'רעדט פון א 'איד' מוז עס נישט זיין א רעליגיעזער איד
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

sefish האט געשריבן:אין אזעלכע נייעס פעלער ווען מ'רעדט פון א 'איד' מוז עס נישט זיין א רעליגיעזער איד

טאקע? כ'האב דווקא געטראכט אז ער איז געפארן אויף פיקוח נפש עפעס... גוט אז דו זאגסט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'זעהט א טיר אין ים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין 2 טעג שפעטער, און נאך אלץ איז נישט פאראן קיין סימן פונעם פליגער. די זוכעניש שפרייט זיך אויס אויף גרעסערע שטרעקעס.

די פארשער באשטעטיגן אצינד אז די אויל פלעקן וואס מען האט געטראפן עטליכע מייל אוועק אין ים איז "נישט" קיין עראפלאן געז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

און די ברוכווארג?
פארשפארט