איש עברי האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין אפילו לשיטת סאטמאר וואס איז שלעכט מיט די זאץ אז די בחורים זענען מגין מיט זייער תורה אויף די תושבי ארץ ישראל? האט עס דען א שייכות צו די מדינה? עס איז א פאקט אז די יושבי ארץ ישראל נטורי קרתא מיט ציונים צוגלייך זענען אין א כסדר'דיגע סכנה און די תורה איז מגינא ומצלי, וואו שטעקט אין דעם זאץ ציונות?
ניין. די נטורי קרתא (ימ"ש) רעדן זיך איין אז זייערע פריינט די וואוילע אראבער וועלן זיך ארומהאלזן מיט זיי און באווארפן מיט טשאקאלאד. זיי ווילן נישט וויסן אז ווען די בני ישמעאל זאגן "איטבאח על יאהוד" מיינט מען זיי אויך... אה.. זייערע ברודער די נאציס ימ"ש וועלן זיי קומען העלפן...
ארי מאנדעל - אויך באוואוסט אלץ דער עולם הבא פארקויפער - האט גענומען א פערמיט פאר א קאנטער פראטעסט ווי די OTD חברה פלאנען אויסצורופן אז די חסידים פרעזענטירן נישט די אלגעמיינע אידנטום, ער וויל נוצן פארן סלאגאן "האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה - משה רבינו"!
פון ארץ ישראל קומט די נייעס אז די אור אלטע ווענט פון אלטשטאט ירושלים תובב"א האבן זיך געהאלטן ביים צונויפפאלן, מען האט אפגעשיקט א דרינגנדע טעלעגראף צום רשכבה"ג בעיר המלכות אין קרית יואל, און ער האט געשטעלט א וועד פון עטליכע קרית יואל'ע שומרים וואס האלטן עס יעצט אן מיט די לעצטע כוחות.
קטלא קניא: "ביים עצרת צו שיצן אויף תורה איז דער ערשטער תנאי אז תורה טאר מען נישט זאגן ווייל תורה איז צו קאנטרעווערסיעל. דעמס תורה איז יענעמס אפיקורסות."
מיין קאפ דרייט זיך פון די טיפזיניגע דברי חכמה וואס ער שיסט, ער איז ווייזט אויס אין א שווערע פאניק צו ערקלערן וואס איז די חילוק צווישן סיטיפילד און וואטער סטריט, האט ער ארויסגענומען זיין אלטע געווער אז ער איז געווען די ערשטע, די ערשטע צו ווארענען די ערשטע צו מוחה זיין...
געפילטע פיש האט געשריבן:קטלא קניא: "ביים עצרת צו שיצן אויף תורה איז דער ערשטער תנאי אז תורה טאר מען נישט זאגן ווייל תורה איז צו קאנטרעווערסיעל. דעמס תורה איז יענעמס אפיקורסות."
היא הנותנת! דעריבער האט סאטמאר רב געזאגט אז מען זאל נישט זאגן אז די סיבה פון התנגדות צו גיוס איז צוליב ביטול תורה! א ווייטער בליק פון א גדול! קטלא קניא וחבריו כרעו ונפלו ואנחנו כו'.
סיריעסלי??? מענטשן זענען אזוי משוגע? מענטשן זענען אזוי פאר'נער'ט? מ'קען אונז טאקע אזוי פירן ביי די נאז? טויזענטער אידן גייען זיך באלד פארזאמלען אין מאנהעטן צו א עצרת/פראטעסט וועגן די גיוס בני ישיבות אין ארץ ישראל, איך זאג נישט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם באט איין מינוט די אלע בחורים דא אין אמעריקע זענען שוין קער גענומען? יעדע ווייסט גאנץ גוט וויאזוי די מצב מיט ישיבות אין אמעריקע קוקט אויס, הונדערטער בחורים דרייען זיך אויף די גאסן און נאובאדי קעירס (חוץ די צובראכענע עלטערן וואס קענען גארנישט טוען) ווען א מנהל האט א פראבלעם מיט א בחור איז די ערשטע אפשען "ארויס" און קימערט זיך נישט מיט די געפילן פון די עלטערן, וויפיל אידישע שטובער גייען צוגרינד א דאנק דעם, דו האסט א פראבלעם מיט א בחור נעם קער דערפון, ארבעט מיט אים, פאר א סיבה ביסטו מנהל, אויב איז די סאלושען ווארפן קען מען נעמען דער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער זאל ווערן מנהל, און נאכדעם זענען די רבנים פארנומען ביי די דרשות אז "די דורות פאלן"
האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם שטיין ביים בארטן פון ים און אריין ווארפן מענטשן אין וואסער און נאכדעם שיקט ער מענטשן זאלן שטיין ביי די אנדערע עק ים און ארויסראטעווען די מענטשן, אייזל דו ווארף נישט אריין וועסטו נישט דארפן ראטעווען, "מאך נישט חרוב וועסטו נישט דארפן ראטעווען" אזא פנים טראג מיר ליידער... וויפיל פון די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אז מ'זאל גיין צום עצרת היינט זונטאג האבן אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער איבער די מצב הישיבות דא אין ניו יארק? אהה ס'ברענגט דיך נישט גענוג אטענשאן און כבוד? וויפיל בחורים אויפן גאס גייען צוגרינד ברחניות ובגשמיות א דאנק דעם? וויפיל בחורים דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו האלטן אידישקייט? אבער אונזער פראבלעם איז די בחורים אין ארץ ישראל... איך האב א חבר וואס האט האט זיך געמוטשעט מיט זיין בחור מ'האט אים געטראסקעט פון ישיבות און ענדליך האט זיך איין ישיבה מרחם געווען און מיט ארויס פראטעקציע אנגענומען זיין בחור אין ישיבה, און ברוך השם זיין בחור האט זיך געשטעלט אויף די פיס און איז אויסגעוואקסן צו גאט און צו לייט, אבער ליידער ליידער רוב עלטערן האבן נישט די זעלבע מזל ווי יענע טאטע, מ'ווארפט ארויס די בחור פון ישיבה און פון דארט איז געים אווער, פון דארט גייט שוין אלעס מטה מטה. זיי שוין נישט אזוי פארנומען מיט אינטערנעט און צניעות א.ד.ג נעמטס קער פון די מצב הישיבות אפילו ס'גייט דיך נישט ברענגן אזויפיל כבוד און אטענשאן.
ביי מיר אין ארבעט איז דא א איד ער איז א סאטמערע חסיד פון ר' אהרן וואס האט זיך צו מיר אויסגערעדט לעצטענס אז זיין 20 יעריגע בחור גייט אים צוגרינד, מ'האט ארויסגעווארפן זיין גאנצע עידזש פארן בלויזן חטא פארן זיין אלטע בחורים (צוואנציג יאר הייסט שוין אלט...) און געפענט א ביהמ"ד אינמיטן שטאט גייטס ענק אהין לערנען. דער טאטע זאגט מיר מיט טרערן זיין בחור איז געווארן דיפרעסט ווי א רוח, ער האט שוין נישט קיין שום רילעישאן שיפ מיט זיין בחור, שדכנים הערן אים שוין נישט אויס ווייל ער האט א "ארויסגעווארפענע בחור" און די טאטע מאמע פונעם בחור מאכן נאס דעם קישן יעדן נאכט, פרעג איך דעם טאטן פארוואס ביסטו נישט אריין צו דיין רבין? זאגט מיר דער טאטע איך בין שוין אריין צוויי מאל צום רבין און די רבי האט מיר גאר אנגעשריגן... עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? די טאטע איז גאר שולדיג... און דער ר' אהרן האט א אישו מיט די בחורים אין ארץ ישראל און געהייסן זיינע חסידים איש בעל יעדר אז מ'זאל זיך משתתף זיין ביי די עצרת היינט, האלא? האסט שוין קער גענומען פון דיינע בחורים דאהי? און די זעלבע מיט אלע אנדערע רבנים.
וואס זענען מיר פארנומען מיט די בחורים אין ארץ ישראל? לאז די רבנים פון דארט קער נעמען, נעמטס קודם קער פון די בחורים דא אין ניו יארק, די בלוט פון די בחורים אין ארץ ישראל זענען עפעס רויטער ווי די בלוט פון די בחורים אין ניו יארק? און דער עולם גולם גייט נאך... מ'וואלט געדארפט באקאטירן אזא עצרת, קודם זאלן די אלע קארופטירטע רא-בנים-/מחנכים/מנהלים אפווישן זייערע אייגענע שמיץ. אפשר זאלן די רבנים פון ארץ ישראל מאכן א עצרת אין ככר השבת איבער די מצב דאהי אין ניו יארק? Cp