הערשל קלאר גסיסה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

הערשל קלאר גסיסה

שליחה דורך ידען »

קיינער שרייבט נישט וועגען די מלוה מלכה פאר הערשל קלארס קאמפעני היינט?

כאב נישט אלע details און ווער סע האט זאל לייגען.

סע טוהט זיך לעבעדיג אז די מענטש וואס האט צוגעמאכט א סאך אידישע ביזנעסעס איז געווארען מער הינגעריג און וויל ווערען גרעסער אבער נישט יעדער איז מסכים.

איך וויל נישט שרייבען דא וועגען די פאליטיק ווייל סיז מער א צימעס שמועס אבער פאר די וואס לייענען נישט צימעס דארף מען דא לייגען אביסעל וועגען די נייעס.

זיין קאמפעני פון עסקנים האבען געמאכט א נייע צעטעל ווא זיינע רבנים וואס זייערע זיגעל ליגט אין קלארס אפיס האבען אינטערגעשריבען אז מע זאל ווערען א מעמבער ביי זיין קאמפעני און אז סיז זייער וויכטיג זיינע הייליגע ארבעט און זיי האבען אפי׳ געמאכט א בראשאר מיט בילדער פון די מחאות קעגען שמאלע קליידער און די איסור צו פארען צו פלארידע.. אבער זיי האבען נישט געלייגט דארטען די פאשקעווילען קעגען אלע סטארס וואס קלארס גבאי צימערמאן פראטעסט יעדע שטיקעל צייט און אויך נישט בילדער ווי מע ספרעיט אהן באנדאס גראסערי..

דע וואך מוצאי שבת איז דא א מלוה מלכה אין ריווער טעררעס וואס מע גייט דארט רעדען וועגען די וויכטיגע זאך צו ווערען א מעמבער ביי א עקסטארשען גרופ וואס האבען נישט מורא צו טוהן די ערגסטע זאכען קעגען פרייוועט מענטשען אויזער אויב ביסט א חסיד אדער א גרויסע עושר וואס דעמאלטס מאכען זיי א שווייג.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר