ישיבה "אור חדש" פראג (קרית יואל)
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
ערענסט גערעדט, איז דאס גוטע נייעס כ'וועל מיך אי"ה זעהן משתתף צו זיין ארויסצוהעלפן דעם נאבעלען ישיבה. כהאב געזעהן היינט באשריבן איבער די מסיבה און איבער זייערע פעולות סאיז באמת דערפרישענד אז סאיז דא אזא פלאץ פאר די בחורים וואס קענען אפשר נישט מיטהאלטן אין געהעריגע ישיבות אבער אויפן גאס דארפן זיי נאך אלץ נישט זיין.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 4:41 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
פייערליכע "דינער השנתי" אינאיינעם מיט "מעמד ברנה יקצורו" וועט פארקומען דעם מוצש"ק לטובת ישיבה אור חדש ד'פראג
מאנסי - מיט ווארעמע געפילן גרייטן זיך תושבי מאנסי צום "מסיבת דינער השנתי" און "מעמד ברנה יקצורו" לטובת די וועלט בארימטע ישיבה "אור חדש דפראג" בהנהלת הרב יוסף שווארטץ שליט"א וואס וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת ויקרא הבעל"ט אין די זאלן פון "ווינדסאר גאלערי" וואס געפינט זיך אינעם "קאמפארט-אין האטעל" אין נעניועט ניו יארק. ווי ס'ווערט צוגעגרייט א גאר רייכע, שפאנענדע, פרייליכע און אומפארגעסליכע פראגראם לקורת רוח פון אלע משתתפים.
מוצש"ק אום ניין אזייגער וועלן זיך די טירן עפענען צום שיינעם צוגערישטן זאל, ס'וועט זיך גוט דערקענען די שווערע ארבעט וואס די בחורים האבן דא אריינגעלייגט, אלעס מסודר בטוב טעם ודעת. די גבאים וועלן יעדען אויפנעמען בסבר פנים יפות און אוועקזעצן אויף די באשטימטע פלעצער, אויך וועט די בארימטע היימישע בענד פון די פראג'ער ישיבה מהנה זיין דעם עולם מיט שירה וזמרה במשך דעם גאנצן נאכט. ביים דינער וועט ווירקליך געזעהן ווערן דער באקאנטער סלאגאן פון די ישיבה "פאר די בחורים, ביי די בחורים", ווייל געווענליך ווען מען גרייט צי א מסיבה אדער מלוה מלכה שפאנט מען איין עסקנים און כלל-טוער אנצופירן מיט די הכנות און די ווערטשאפט, דא אבער אין די ישיבה וואס אלעס ווערט ארלעדיגט דורך די בחורים זעלבסט, א שטייגער ווי די פארצייטישע ישיבות אינדערהיים, איז אויך די גאנצער מסיבה אהערגעשטעלט געווארן דורך די תלמידים.
יושב ראש: דער מעמד וועט געעפענט ווערן דורכן חשובן יושב ראש המשמח אלקים ואנשים הרב ר' יואל לעבאוויטש נ"י וועלכער איז בארימט מיט זיינע הערליכע דברי בדחנות פון וואס דער עולם וועט אוודאי הנאה האבן, דער טשערמאן וועט אזוי אנגיין פאר עטליכע שעה מהנה זיין דעם עולם אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער. ר' יואל וואס איז בארימט אלס נואם בחסד עליון איז בכלל נישט קיין פנים חדשות אין די פראג'ער ישיבה, נאר א ידיד נאמן וואס שטייט אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן בכל נימי נפשו צו די הצלחה פון די ישיבה, דעריבער איז ער טאקע אויסגעקליבן געווארן אנצופירן דעם געהויבענעם מעמד, איבערהויפט ווען דער מסיבה קומט פאר בחודש שמרבין בו בשמחה, סמוך ונראה צום גרויסן טאג פון שמחה ויו"ט פורים הבעל"ט.
בראש וראשון וועט דער יושב ראש באגריסן די אלע וואס זענען אויסדערוועלט געווארן דורך די הנהלת הישיבה צו באקומען א פרס פאר זייער שטענדיגע הילף לטובת די ישיבה. מיטן נזר הכרת הטוב וועט באעהרט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה חיים הערש שטערן נ"י פון קרית יואל דער טאטע פונעם געטרייען גבאי דישיבתינו הק' הב' שמעון שטערן נ"י, פאר זיין אומגלויבליכן איבעגעגעבנקייט פאר די ישיבה ממש בכל עת וזמן. מיטן נזר עטרת זקנים וועט באעהרט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה אברהם זילבערשטיין נ"י פון וויליאמסבורג א זיידע פון א תלמיד. מיט נזר אב השנה וועט באקרוינט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה קלמן אייזענבערג נ"י אב"י אין מאנסי א טאטע פון א בחור. אויך וועלן באעהרט ווערן נאך תומכים אדירים וואס גיבן זיך אוועק פאר די ישיבה בכל לב ונפש.
דער אורח הכבוד פון די "מסיבת דינער השנתי" און "מעמד ברנה יקצורו" איז געגעבן געווארן פאר ידידינו הרבני הנגיד הנכבד והמפואר איש חי ורב פעלים עושה ומעשה מו"ה בעריש שטערן נ"י פון קרית יואל, א שכן טוב פאר די ישיבה און א שטענדיגער גוטער פריינד.
דאן וועט געהערט ווערן א דרשה פונעם חשובן נואם הכבוד הרבני החשוב בנש"ק הרה"ג יושע מרדכי לייפער שליט"א אדמו"ר מבאניא ור"מ בישיבה אור חדש דפראג. דער רב שליט"א איז ברייט באקאנט אלס משפיע נפלא וואס האט א שפראך מיט יעדן בחור באשר הוא שם, מחזק צו זיין און מעודד זיין און ארויסווייזן א געוואלדיגער ליבשאפט צו יעדעס אידיש קינד. טאג טעגליך האבן די בחורים הנאה פון דעם צוגעלאזענעם משפיע הגדול וואס גיסט אריין אין די בחורים תורת חיים ואהבת חסד מיט אן אויסערגעווענליכע סבלנות, און אצינד וועט ער אויך מהנה זיין דעם עולם מיט א שיינע דרשה.
דבר הישיבה: דערנאך וועט מען זיך צוהערן צו די דרשה פונעם מגי"ש הרה"ג מו"ה אהרן שמואל קליין שליט"א וועלכע וועט איבערגעבן דעם דבר הישיבה. דער חשובער מגי"ש וועט ארויסהייבן די געוואלדיגע תועלת פון די סארט ישיבות ובפרט אונזער ישיבה ווי דער איינציגער ציל איז אנצוגרייטן דעם בחור צום נעקסטן זמן, ער זאל זיין מוכן ומזומן אריינצוגיין אין א פאסיגע ישיבה גדולה און אזוי זיך משלים צו זיין און שטייגן און זוכה צו זיין אויפצושטעלן א שיינע יודישע שטוב. דער מגי"ש וועט אויך ארויסברענגען די געוואלדיגע פעולות פון די פראג'ער ישיבה און אז אט אזעלכע ישיבות זענען דער עתיד פון כלל ישראל.
היינט פעלט ליידער דער הכרת הטוב פאר קלענערע ישיבות, צומאל פרובירט מען זיך איינצורעדן אז די תועלת פון די ישיבות זענען נישט עפעס אזוי חשוב וויבאלד פאקטיש לערנט מען דאך נישט א גאנצן טאג און מען דאווענט נישט אפשר מיט אזא התלהבות, ממילא וואס א נפק"מ צי ער איז אין א קליינע ישיבה אדער אין א גרויסע ישיבה, און צומאל הערט מען אז וואס איז א נפק"מ זאל ער ארבעטן און אזוי זיין אויף די גאס. ליידער איז דאס א פאטאלער טעות, א בחור מוז זיין אין א ישיבה וואס איז פונקטלעך צוגעפאסט פאר אים, א גרויסע ישיבה איז נישט די זעלבע ווי א קליינע ישיבה, דער היינטיגער גאס איז נישט דער זעלבער ווי דער אמאליגער גאס, היינט איז דער גאס נישט בלויז פארדארבן און קאלט נאר פשוט קארופטירט, ס'איז א גאס פון דראגס, פון שלעכטע מדות, פון השחתה, א גאס וואס זוכט איינצושלינגען את כל הטוב, והעולה על כולנה דארף מען צו זיין א רואה את הנולד. אויך דארף מען געדענקען אז קיין שום ישיבה וויל נישט אננעמען א בחור אויב קומט ער פון די ליידיגע גאסן, אויב אבער האט ער זיך משלים געווען און זיך צוגעשטעלט צו א קלענערע מסגרת ישיבה קטנה, א ישיבה ווי ער איז ב"ה געווען גליקליך און צופרידן, וועלן זיי אים מוזן אנעמען, און פון דארט און ווייטער וועט שוין זיין בלויז נחת דקדושה בעזה"ש.
ס'איז צום ערווארטן אז דער עולם זאל ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די ישיבה דורך שטיצן די הייליגע ישיבה, די ישיבה ווי אזויפיל בחורים זענען שוין ב"ה געהאלפן געווארן, אזויפיל שטובער שוין אויפגעראכטן, די זכותים זענען זיכער אומשאצבאר.
מעמד ברנה יקצורו: דער קלימאקס פונעם אוועט וועט זיכער זיין ווען די תלמידים וועלן באעהרט ווערן מיט פרסים. די תלמידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין עטליכע פון די מערערע געהויבענע חבורות וואס די ישיבה שטעלט אהער. די חבורות זענען מיוסד אויף יסודות'דיגע עניני הדת און אויך אויף מנהגים און מדות טובות, וואס ע"פ רוב זענען זיי מלוקט פון ספרים הק' על דברי חז"ל, אצינד ביים מעמד פון ברנה יקצורו איז דער זמן וואס די הנהלה טוט אנערקענען די געוואלדיגע יגיעה פון די בחורים און מען טוט זיי באעהרן. ס'זענען פארהאנען בערך פופציג חבורות אין די ישיבה אין וואס די תלמידים שליסן זיך אן מרצונם הטוב, אחד המרבה ואחד הממעיט, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (ביים מלוה מלכה וועט זיין צו באקומען די רשימה פרטיות פון די אלע פראגראמען און חבורות ולימודים שונים, ס'איז כדי מעיין צו זיין דערינען כדי צו פארשטיין די אייגנארטיגקייט פון די ישיבה).
אלע בחורים וועלן באעהרט ווערן פאר זייער שטענדיגע ארבעט צו שטייגן מעלה מעלה על במתי התורה ויראה עם דרך ארץ און זיך צוצוגרייטן צו א רייכער עתיד. די אלע וועלן דערנאך ארויפגיין צום אויבנאן און מקבל זיין זיער פרס באגלייט מיט הארציגע ברכות פונעם ראש ישיבה און אנדערע מגי"ש און פון זייערע עלטערן.
דבר התלמידים: דערנאך וועט געהערט ווערן גאר א דראמאטישע געשיכטע פון א גר צדק און מקורב למלכות ביי פילע גדולי ישראל שליט"א. זיין דראמאטישע געשיכטע וועט געהערט ווערן פונעם בעל העובדא זעלבסט, א געוועזענער תלמיד אין די פראגע ישיבה וואס איז אין זיינע יונגע יארן געווארן א גר צדק און וויאזוי ער איז נתעלה געווארן אין די ישיבה. מיט שבח והודי' וועט ער לויבן דעם אויבערשטן און זייע געטרייע שלוחים אין די פראגע ישיבה וואס זענען אים כסדר געשטאנען צו הילף.
משא המעמד: דאן וועט זיך דער עולם צוהערן צום שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א. א גאנץ יאר האבן בלויז די ישיבה בחורים די זכי' צו הערן, אצינד אבער ביים געהויבענעם מעמד וועט דער ראש ישיבה מהנה זיין דעם עולם מיט זיינע השקפות מיוסד על ספרן של צדיקים ובפרט רבינו יואל מסאטמאר זי"ע ועוד צדיקים עובדי ה' תלמידי בעש"ט הק'. ביי די דרשה קען מען ערווארטן צו הערן גאר שטארקע דיבורים געצילט פאר בחורי חמד וויאזוי אנצוגיין ווייטער אין לעבן אפי' אויב מען איז שוין הונדערט מאל אדורכגעפאלן, כי הם חיינו ואורך ימינו און צומאל מיינט דאס טאקע דער אדם לעמל יולד. נאר מיט אסאך סבלנות און געדולד קען מען זוכה זיין צו זעהן נחת און גליק. אויך וועט מען הערן עטליכע שטריכן איבער די דערמאנטע חבורות וואס מען טוט הארעווען אין די ישיבה ובפרט דאס ארויסווייזן הכרת הטוב וואס אין דעם ליגט דער שליסל פאר הצלחה בכל ענינים, דערביי וועט ער זיך ווארעם באדאנקען פאר די אלע וואס העלפן ארויס צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודה רבה. און אויך אפעלירן צום ברייטען צבור פאר שטיצע וואס ס'פעלט זיך אצינד זייער שטארק אויס. אויך וועט מען הערן א באריכט איבער די בחורים וואס זענען ב"ה אומגלויבלעך געהאלפן געווארן אין דער פראג'ער ישיבה און ווי זיי זענען ווייטער פלאצירט געווארן אין אנדערע ישיבות וואס דאס איז דאך דער תכלית הענין. צום שלוס וועט ער בעטן א תפלה צום הייליגן באשעפער דער אויבערשטער זאל אונז ווייטער שטיין צו הילף עד הנה עזרונו רחמיך.
נאך ברכת המזון וועט פארקומען די פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות ווי די בחורים וועלן מהנה זיין די באטייליגטע מיט זייערע טאלאנטן דורך די פארשידענע כלי זמר. ליהודים היתה אורה ושמחה. אור חדש על ציון תאיר.