דער בעלי מלקטים האבען געמאכט א גאר גוטע און אויסער געווענדליכע ארבעט, אלעס אריין געלייגט, פונקט יעצט גערעט שבת מיט איינע פין די עובדים במלאכת הקודש, אז ווי נאר דער ספר איז ארויס איז צוגעקומען נאך הערות הוספות, אבער דאס וועט מוזען ווארטן צו ווערען געדריקט.
יעצט צום נקודה, דער ספר איז נישט קיין היסטורי' בוך אין נישט קיין פלאץ ווי מ'זוכט צו ליינען קורות ימי באבוב, דאס איז מיוחד למנהגי באבוב לערב ולשבת קודש, אין דעריבער אז מרן אדמו"ר מבאבוב (45) האט מעיר געוועהן, אדער איך זיך נוהג באיזה ענין, גייט דאס האנט אין האנט איך גלייך ווי אלע אדערע אדמור"י באבוב להבחל"ח, ער איז יעצט דער אדמו"ר שליט"א, איז דאס ביי זיי חסידי באבוב אנגענומען מיט קיין האר ווייניגער ווי די ווערטער פון רבי נפתלי צבי, רבי שלמה (השני), רבי בן ציון, רבי שלמה (הראשון). אין ס'בא מיר קיין שום ספק נישט אז ווען חסידי באבוב (48) וואלטן דאס געדריקט וואלטן זיי געטוהן דער זעלבע, והא ראי' ווען זיי דריקן די באבוב מנהגים אין זייער גליון וואס זיי דריקען מפעם לפעם, טוהן זיי דער זעלבע זאך הן בחלק המנהגים והן בחלק הערות ומקורות. אין יבא יום וועלען זיי דאס דריקן אין א ספר גארנישט ווייניגער ווי דער מגן אבות צו זכרנו לחיים (מנהגים לתשרי).
יעצט האט איהר א ברירה אויס צו לאזען אדער גאר אויס מעקען איבאראל ווי זיי דערמאנען אדמו"ר שליט"א, אדער אפילו גאהר דברי מרן הקדוש רבי נפלתלי צבי זי"ע, (וואס מאיזה סיבה שוא, מ'פירט א מחלוקות איז מען שופך כעסו אויף איינע וואס געפינט זיך בעלמא דקשוט), איהר קענט מעקן וויפיל איהר ווילט דאס איז אייער רעכט.
למעשה עפ"י רוב איז דאס א ליקוט פון באבוב'ער מנהגים, עס קוקט אויס קאמיש אין קינדעריש אבער למעשה די מעשיות ומנהגים האט זיך געפירט כ"ק המהר"ש ואביו הי"ד, אין דאס איז דער באבוב מהלך, נישט פון קיין אנדערע, ממילא א טייל באבוב שעמען זיך דערמיט, ווען אסאך פון די באבוב'ער נארישקייטן באו לדפוס, אבער היות כך נהגו וכן סיפרו האבען זיי צופיל ברירות נישט געהאט אין דאס געדריקט.
"מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
Re: "מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

יאנקל האט געשריבן: און לענ"ד - טראצדעם וואס מהרנ"צ איז געווען אן איש קדוש (עכ"פ רעלאטיוו צו אנדערע אדמורי"ם) - זענען זיינע שמועסן און מנהגים נישט צו אינטערעסאנט פאר א דרויסנדיגן וויבאלד ער האט נאר נוהג געווען באדמורו"ת פאר עטליכע יאר, פון וועלכע ער איז רוב צייט נישט געווען געזונט.
דאס וואס איהר רירט צו, איז נישט לגבי באבוב נאר זייער א כלליות'דיגע טעמא, איבער אלע חצרות חסידים, האט פאר א מונקאטשער חסיד געמאכט א חילוק כלשהו אז דער שטיקעל 'תורה' וואס ער לערנט יעצט האט זיין רבי געשריבען אין מחדש געוועהן איידער ער איז געווארען 'רבי'. וועט א מונקאטשער חסיד נישט לערנען דער נימוקי או"ח וויבאלד דער מונקאטשער רב האט דאס געשריבען זייענדיק בלויז עלעף יאר אוודאי נישט. אז א רבי האט געזאגט א אימרא איידער ער איז געווארען א אדמו"ר האט דאס נישט דער זעלבע שאצונג. טויזענטער ספרים זענען פארהאן וואס די מחברים זענען נישט געוועהן קיין אדמורי"ם נאר רבנים ופחות מזה.
לענינינו כ"ק מהרנ"ץ מבאבוב זי"ע האט דרייסיג יאר געזאגט חורש"י שיעורים פון מאהל צו מאהל אריין געווארפען א אייגען געדאנק, טאר דאס שוין נישט ווערען געדריקט היות ער איז נאכנישט געוועהן 'רבי'. דער ספר מגן אבות איז געדריקט געווארען פאר חסידי באבוב, וואס ביי רובם פון זיי איז הייליג און טייער דברי מרן רבי נפתלי צבי זי"ע נישט קיין נפק"מ קודם נשיאותו או לאחר, נישט קיין נפק"מ וויפיל יאר ער איז געוועהן רבי. איהר פארשטייט אליין דער ספר איז נישט אזוי וויכטיג פאר אמשינוב'ער חסידים.
ס'דא א מנהג באבוב וואס שטאמט במקורו עפ"י עובדא פון רבי משה'עלע סטעמפל הי"ד איידעם פון 'קדושת ציון', נו, איז ער געוועהן א רבי? ס'בכלל נישט קיין נפק"מ.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: "מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)
זיי האבן געמאכט זייער א שיינער ליקוט באופן נאה ומהודר כלילת יופי
אבער ווי האט רבי מאיר שפירא געזאגט, נישט אלעס דארף מען דרוקען
זיי מאכען טיילמאל אוועק זייער אייגענע רעביס,
נישט אלעס אויך איז א מנהג, והבן
הרבה פעמים ראיתי וזה לשונם, אז וויבאלד רבותינו הקדושים נהגו כן,
וכן סיפר כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א שכן נהג אביו כ"ק אדמו,ר מדאמבראווא זצ"ל
רגלים לדבר שהוא מיסודו של הדברי חיים, ע"כ
ס'איז בכלל אונטרעסאנט פארוואס זיי זוכן אריינצושטיפן דאמבראווא און א באבוב'ער מנהגים ספר,
אבער בכלל ווי אזוי ארבעט דעס מיט א בנין אב? אדער גזירה שוה?

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: "מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)
די נישט עכטע דרוקען מער סחורה ווי די עכטע
כלומר: בעלזא מכנובקה זענען מוציא לאור מער ספרים און קונטרסים בעניני בעלזא, ווי בעלזא גופא. עכ"פ ביז פאר א יאר צוויי.
כמו כן באבוב סניף 45, דרוקט אסאך מער עניני באבוב ווי באבוב מרכזי, השוכנים ב-48
יעצט איז צום ווארטען וועלכע וויזניץ-בני-ברק וועט זיך דעקלערן אלץ "סניף".....
לגופו של ענין של מנהגי באבוב, פאר א באבובער איז דאס גאהר וויכטיג, צוליב דעם וואס יעדע באבובע חסיד איז א רבי קטן. זיי וואונשטען לחיים ווי א רבי. אלע פון זיי האבן זיך זייער ספעציעלער ניגון וואס זיי טאנצען מצוה טאנץ... ועוד ועוד

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: "מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)
ומהאי טעמא האבן קיינער פון זיי נישט קיין קנאבל בארד...
אלע האלטן זיך זייער /זעיער חשוב...
אלע האלטן זיך זייער /זעיער חשוב...
Under influence