פורים איז שוין דא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

פורים איז שוין דא

שליחה דורך פליקער »

פורים איז שוין דא

די פורים קימט צי גיין מיט א ווילדן גאלאפ, אלעס ווערט פורים'דיג, ווי מען דרייט זיך ווערט אלעס פארטוישט פאר פורים, גייט מען און שיל, אלע סיינס הייבן זיך אן צי פאר פורים'ען, און גראסערי איז שוין נישט דא וואס און מאל צי נעמען, איך גיי און גראסערי איך פרעיג ווי איז דא א בעיגל, מען קיקט מיך ווי איך פארלאנג חמץ אין פסח, ווי דער יון אין פראג, און דער גולם אין די סוכה, עטליכע פאר אויגן באקיקן מיך ווי איך וואלט געוועין א עליאן, וואס וויל ער וועים זיכט ער, ווייסט ער נישט אז עס קומט פורים אויף די וועלט, אלעס וואס מען קויפט היינט איז נאר לכבוד פורים, שאקאלאדען מיט רעפינג פאפיר, איבערגעצויגענע ניסלעך, מיט ליקער פּילקעס, אלע ערליי געפילטע המן טאשן, מיין גראסערי האט אויך א אויסלאגע פון פורים נעיזער מיט בערד.

אינגע ווייבלעך דרייען זיך דארט ארים, אלעס שטיפט זיך דארט יעדער שפעקעלירט א חידוש פאר שלח מנה, מען לויפט אהין און ציריק, געקנייטשטע שטערן, ווי א שווערע תוספות, וואס פאר א טיעם צי זיין, מער שאקאלאדע אדער וועשטעבל סאלאט, אדער דיפס מיט קליינע מזונות ראלס, איך זעי איינעם בייגען דעים קאפ מיטן האלבן גוף אויף לינקס, ווייל זי גייט מאכן אז די שאקאלאדעס זאל זיך אראפ גיסן פון אזא שיפע כלי, על כן ברויך מען זיך פארשטעלן כאילו זי אליין גליטשט זיך אראפ אזא קליינע עזאזלע, שפירן ווי אזוי עס וואלט זיך געשפירט אלס א שאקאלאד.

איך זעי ווי די אלע ארעמעלייט נעבעך קענען קיין ווארט נישט מרמז זיין פארן אשת חיל וואס פראבירט אזוי שטארק אפצישפארן פאר איר חשיבע אינגערמאן, וואס זיצט און לערענט נאך, קוים ער פארדינט אויף לחם צר, מען בעיט ביי יעדען איינעם זיך משתתף זיין ארויס צי העלפן דעים טייערן אינגערמאן, אבער זי דרייט זיך ארים ווי א קינד ביי א באווארפן, אדער ווי א טאטע ביי א קידוש, מען פילט אן וואגן נאך וואגן מען זאל קענען מקיים זיין דעים מצוה פון משלוח מנות איש לריעהו, בשעת ער ברעכט קאפ פון ווי ער קען לייען אפאר טאלער, איז ער מקיים ושואלה איש מאת ריעהו כלי כסף וכלי זהב, ושמלות פאר פארשעלאכץ, ער רייבט זיין פיי סמך קארטל צעין מאל, אפשר וועט עס זיך דערבארעמען און אויסקוועטשן נאך אפאר קאפיקעס, אבער עס שרייט סארי טריי עגען ענאדער דעי.

וואס איז פשט אז מען ברויך ארויס פלאנצען די פאר טאלער אויף אזעלכע נערישקייטן, דעיס איז א רעלעטיוו נייע משוגעת פון די אינגע פלאנצערקעס, איך געדעינק ווען איך בין געוועין א קינד, פלעיג מיין מאמע, דייקי א בעל בתישע, באקען א קעיק, איין הילן א סלייס אין סערען רעפ, איין באטעלע גרעיפ דזשאס, אויב מעיגלעך אריינגעלייגט נאך עפעס א מינדערוויכטיגע קלייניקייט, אלעס אריין געדריקט אין אזא געילע באקס וואס פארמאגט אזא קליין פענסטערל, מען האט ארויפ גלייגט א סטיקער, שמחת פורים פון משפחת פליקעריש, און געפארטיגט, היינט קען מען קוים און צרות פויעלן אז מען זאל שיקן פאר צוויי שכנים די זעלבע סארט שלח מנות, ווייל עס וועט זיין יאנטשי, איינעם מיז מען שיקן כמו פירעמיד, און פארן צווייטען כמו אייער באקס, אנגעפילט מיט אלע נייסטע נאשערייען, פארן שוויגער א סעלמאן פיש וואס איז גרויס ווי א ניי געבוירענע לוויתן, און א חלה ווי דער איי פינעם בר יכנה, פארן טאטען ברויך מען שיקן א גאנצן דיכט פינעם שור הבר, צישניטן אויף קליינע רעיפטלעך, און יעדע פינף סלייסעס איינגעהילט צווישען מיני ראלס, ציזאמען האלטן מיט ציין שטעכער'ס, עס איז אויסגעקימען אזוי גרויס אז מען האט דאס געמיזט ארויף ליפערן מיט א קרעין דורכן פענסטער, ווייל די שטיגן זענען צי קליין.

עס וואונדערט מיר אויף די הייליגע ארגענעזאציא נר מצוה האט גארנישט וואס צי פארקויפן פורים, זיי האבן פארשפילט אזא שיינע שאנץ צי מאכן פון פורים א ערענסטע מוציא, העטן זיי וועין נישט געקענט פארקויפן אלע ערליי גראגערלעך, פון פימפסן האלץ, אויך נייע ערפינדינגען ווי אזוי אויסצימעקן דעים המן'ען, אלע ערליי פישקעס, גרויסע און קליינע, פראטענטען פאר משלוח מנות, זיי וואלטן וועין זיכער געמאכט יעדע שמש זאל אין שיל פארקויפן אלע ערליי מאסקעס, שמירעכץ פאר די וואס ווילן גיין ווילד אויסזעיענד, אפשר אויך א מאסק פון פרעזידענט אבאמא, די גאנצע עד דלא ידע וואלטן זיי געברויכט נעמען ציי נייע שטאפלען, אפילו שלאף פילן יוצא צי זיין א געוויסע שיטה, סנעפס מיט שטינק באמבעס אבער גארנישט האבן זיי נישט געטיען און אזא ערענסטע סיזאן, פורים זענען גארנישט מער וויכטיגער ווי אויבערלענדערס לעידי פינגערס, ווי קען אזא זאך זיין.

איצט די צייט שפיר איך ווי אינטער מיין ריקן וועיבט זיך פלעינער, איך האלט און איין שליקעצן, יעדע בחור טייטלט אויף מיין נאמען אינעם אנשי שלומינו ליסטע צי איך ברויך זיין אויף א נדיב לב ליסטע, צי מיין נאמען איז געניג ווערט אז א מאביל זאל אפשטאטען א באזיך, יעדע בר חד יונה האט אויף מיר א מיינינג צי איך בין רייך צי נישט, מען פרעיגט זיך ביי שכנים צי איך גלייך כבוד, צי מען וועט קענען ביי מיין הויז מאכן א פענגווין טאנץ, אדער איך גיי זיך בייזערן אדער אפשר זיי אראפ קאפענען א שטיג.

אין וויליאמסבורג האט שוין געלאנדעט די עראפלאן מיט צוועקן, אלע אלמנות מיט יתומים, ארגענעזאציעס וואס שטייצעך נעמען נישט קיין געלט פון קיין מדינה שינדען די רויע פלייש, זאפן בליט ווי ליטשעס און אנדערע וועמפייערס, יעדע מוסד זאגט צי א גורל אויף א פארקער פען אויב ברעינגט מען אריין מער ווי הינדערט דולר פאר קרן מרבה חכמה וואס איז קיינמאל קיין צוועק נישט געוועין נאר א מעטאד דער מנהל זאל אויך באקריגען מעות פורים, נישט נאר דער מלמד.

היינט פרייטאג האט זיך עס אנגעהויבן, די קליינע ישיבות האבן ארויסגעלאזט די בחורים'לעך, זיי זאלן גיין נאך געלט, נישט אזוי ווייט ווייל די ישיבה ברויך געלט, ווייל ווי מיר ווייסן דאך אז תלמיד תורה כנגד כינים, נאר די בחורים מיזן גיין און רבין'ס דרך, ווי דער רבי האט כמה פעמים געוויינט אז ר' בעריש בערגער זאל גיין נאך געלט, נישט געיבן זיין אייגענע, די בחורי חמד מיזן ווערן איינגעווארצעלט אז זיי ברויכן גיין זאמעלען פאר אנדערע צוועקן, על כן האבן מיר היינט נישט געקענט קימען צים ווארט, אפילו די תפילה קצרה נישט אויסגעפיעט, נאך איין מזל איך בין נישט אזוי שטארק מקפיד צי זאגן יעדעס ווארט, ווייל וואלט איך מקפיד געוועין וואלט עס מיך זייער געשטערט, אזוי ווי איך האב נאר אנגעגרייט א פעקל קוואדערס מיט דיימס בין איך געוועין גרייט, זיך שיין מסדר געוועין ביי מיין פלאץ, און געטיילט די קוואדערס מיט דיימס פון מודה אני ביז דער בעל תפילה האט געזאגט אחד, און איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט, ווייל ווי מיר ווייסן דאך די הלכה מפורשת אז עוסק במצוה פטור פון אלעם, און גריידע ביי די מצוה איז יעדער ציפרידן, קיינעם שטערט נישט אז איך דאווען נישט, דער עיקר איז אז די בחורים זאלן זיך אויסלערנען גיין נאך געלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

תלמיד תורה כנגד כינים


:lol: :lol: :lol:
(- - -)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ווען איך האב די ברירה וואלט איך דיך צעפליקערט מיט לייקס פון אלע זייטן. כ'אב געטראכט אז די וואלסט געקענט לייגן יעדעס פאראגראף אלץ א באזינדערע תגובה און איך וואלט דערלאנגט א לייק פאר יעדע תגובה באזינדער.
קיפ איט אפ; די ברענגסט א ריכטיגע שמחה פאר די ליינער.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פליקער האט געשריבן:משפחת פליקעריש

פליקער ממשפחת פליקעריש :like :like :like
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

הער אויס די ארטיקל רייבט, אבער א שאד געווען אז די סוף איז אזוי טרוקן...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

חח פרעג עם אין מאחורי..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אקעי שוין געפאסט ב"ה, איך קים צי מנחה זעי איך א ריזיגע טאץ מיט האלבעטע דולערס, יעדער שטייט ארים מען וועיגט אפ צי עס איז שוין א בקע לגלגולת, היי יאר איז דאך א נדחה, מאכט נישט אויס, וואס פאר א דיעל איז צי געיבן די מחצית השקל פאר מנחה, איך ווינדער מיך וואס איז בעהיינד די מנהג, פארשטייט זיך אז אויף צי נעמען ביים עולם ברויך מען נישט קיין גרויסע מנהגים, אפילו קליינע מנהגים איז געניג, ספעציעל ווען עס ווערט געברעינגט אין א ספר עפעס א רמז אדער א סגולה, דעמאלץ מיז מען געיבן, ווער נישט קען פארגעסן פון כל מילי דסמייטע.

אה היי יאר איז א נייע דיל עס איז שוין דא א לשם יחוד אויף מחצית השקל, א חלק איז מלשון הפסוק, ווארט איינעם זאל איינפאלן אז מען נעמט ארויס די ספר תורה עס צי ליינען פון אינדעווייניג, נישט מער ווי צעין יאר ארים גערענטירט, אפשר וועט מען ליינען גאנץ סדר שמות, אויך ווערט געברעינגט אז מען גייט און מקוה איידער מיר לאדענען אראפ די שלושה מחצית השקלעך, טייל זאגן אויס תהילים, מיט בכיות נוראות, איך זעי איינער שטייט מיט די צעטל און די האנט, ער האלט די גאפען האלבע דולר'ס אביסל ווייט פון זיין קערפער, ער שרעקט זיך דערפין, ער מיינט אז נישט מער נישט ווייניגער ער האלט א האן, ער האט זיך אינגאנצען טועה געוועין, ער האלט די פאפיר און זאגט, געמיינט דארט שטייט בני אדם, א האר האט געפעילט עס זאל מאכן זה חליפתי, מיר צים לעיבן, איך קיק מיך צי צים ספעקטאל, איך בין אנגעצויגן ווי א בער, איך בין נעקט, איך האב טיקעטס פאר די נעקטע באנדע האלבע דולר'ס געבענטשט פון א בּאַבּאַ, איך הייב אן צי כאפן די גאנצע מעשה איז א שפיל, אלעס איז א טיפ פאר מיין שמש, ער האט אינוועסטירט אין די פעקעלעך האלבער'ס, עס איז דאך א יקר המציאות, קימט אים דאך די נערישע פאפירלעך וואס דער עולם ווארפט צי צי קענען מקיים זיין די גרויסע מצות עשה דאורייתא פון מחצית השקל בטשיקל הקודש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ציריק ארויפגעברעינגט אולי וועל איך זעקלען נאך עטליכע לייקס, און איינוועיגס זאלן די נייע גילגלים אויך זעין א אלדי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

און איך האב געמיינט אז עס קומט א צייט וואס מען ווערט אימיון צו לייקס
אבער אז די בעטסט שיין האב איך דיר געלייקט אויף דער תגובה אויך
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ווי קען מען זיך ציגעוויינען צי האסן לייקס, מען ברויך גיין אויף טערעפי, און עס איז מיר גרינגער אזוי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: פורים איז שוין דא

שליחה דורך פליקער »

נישט צי גלייבן שוין דריי יאר דורך און די גזירות ווערן נאר ערגער און ערגער, משוגעתן וואס איך האב נישט געחלום'ט זענען היינט נארמאל, אלע צוועקן זענען נאך אלס אין קראפט טראץ וואס שוין יארן וואס איך הער נישט אויף גיסן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט