די נייע טעג/חסד לאברהם אפיס
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
די נייע טעג/חסד לאברהם אפיס
ס'איז מיר העכסט אונטרעסאנט אז מ'האט נאכנישט דא ארום גערעד און באהאנדל דו נייע גאר וויכטיגע טעג אפיס, וואס ממש ראטעוועט נשמות יעדען טאג.
אלזא וועלן מיר געבן א שטיקעל אפדעיט דערפון.
דו טעג אפיס וואס ווערט אנגעפירט בראשות ובנשיאות כ"ק אדמו"ר מטעג שליט"א [ר' שמואל מרדכי פארטיגאל] איז קודם געוועהן אויף סטאנצירט אויף דרייצען און צוויי און פערציגסטער גאס און בארא פארק. דער קאמפיוטער פון דער שרייבער פון דו דאזיגע שורות אליין, איז געפילטערט דורך טעג, ווען אימער כ'בין דארט געוועהן, האט מען קיין נברא נישט געזעהן דארט,
נישט אריין, און נישט ארויס, הגם ס'איז געוועהן דארט פיר צימערן, און איין קאנפרענס צימער, חוץ איין יונגערמאן א טעקנישען וואס האט זיך דארט געפונען, געטרינקען קאפי, און געוועהן אויפ'ן וועב., חוץ מזה גארנישט, כלום, איי פארוואס דארף מען אזא גרויסע אפיס, מי יעמוד בסוד קדושים פון כ"ק האדמו"ר מטעג שליט"א. אפשר כדי ס'זאל גענוג מזוזות פאר אלע רבנים צו קלאפען... חוץ מהאי טעמא קען איך נישט טרעפן אן אנדערע ביאור אויף דעים.
אבער יעצט לעצטענס האט מען אנאנסירט איבעראל און דו צייטונג און אויף דו מידיע ובראשם אויף קול מבשר, אז לתועלת דער גרויסע ציבור, גייט מען מופען צו א גרעסערע לאקאל, כדי אויף צו נעמען שענער און באקוועמער דער פילע מאסן מענטשען וואס קומען פילטערן זייערע קאמפיוטער'ס. אבער פארוואס זענען אזוי גוט הארציג? פשוט, דער גרויסע בנין פון מוסדות חסד לאברהם וואס איז געוועהן אויף 53 צווישען דרייצען און פערצן אפאר הייזער אראפגעקורט פון סאטמאר ביהמ"ד, האט מען צו ווארפן, כ'ווייס נישט פארוואס, [אגב, מ'האט קיינמאל קיינמאל געפיצט דער שניי דארט, ווי גרויס דער שניי זאל נאר נישט זיין, במו עיני ראיתי ונוכחתי ווי מענער און פרויען גליטשען זיך, אבער קיינער האט זיך קיינמאל צו טוען געמאכט פון דעים, ווייל וועים גייסטו דאך גייען סוען?]. עכ"פ האט דער סקולענער סטעף זיך געזעהן אן אן אפיס, האט מען געטראכט צו מופען זייער חסד לאברהם אפיס און דער טעג אפיס, און נאנט צו געברענגט דער טעג אפיס זאל זיין סמוך ונראה צום סקולענער הויף. פארוואס זאל מען גיין שנארען אויף דער אויסגעוועפטע חסד לאברהם נאמען, מ'האט שוין א בעסערע נייע פירמע נאמען צו שנארען אויף, און אזוי האט מען טאקע געטוען, מ'האט געקויפט א נייע חסד לאברהם אפיס, און מ'האט עס קובע שם געוועהן טעג אפיס, אזוי האט מען געשאסען צוויי פייגלעך מיט איין שאס,
יעצט זייענדיג מער און צענטער, קעו מען זעהן דער אפיס פון דער נאנט, און אז מ'קוקט אריין זעהט מען אז מ'דארף קלאפען נאר צוויי מזוזות, ווייל ס'איז איין גרויסע שטוב, און מער אריין נאך איין קליינע צימער, חוץ אפאר קלאזיטס מיט א ביהכ"ס וואס דארף נישט קיין מזוזה, אבער זיי האבען געטראפען צען אדמורי"ם פאר צוויי מזוזות, העכסט אונטרעסאנט, און ווער ס'וואקט דארט אמאל אדורך זעהט נישט קיין נברא דארט, חוץ פון דו צוויי חסד לאברהם פאנדרעיזערס, ה"ה העסקן לוי יצחק זילבער, און שרגא פריעדמאן,
ווען דער מונקאטשער רבי איז געקומען קלאפען א מזוזה, קוקט אויס ס'איז געוועהן פאר נאכטס, איז לוי יצחק זילבער געגאנגען צו א געשעפט דערנעבן בעטן א פלעשלייט, אז דו בילדער זאל בעסער אויסקומען, און כ"ק אדמו"ר מטעג שליט"א האט זיך אפגעשמועסט מיט שרגא פריעדמאון און לוי יצחק זילבער אויף וועלעכע זייט מ'זאל שטיין, דער פיקטשער זאל האבען א סוקסעס.
און אזוי שנארעט מען פון מענטשען געלט, מ'רעד זיי אן ס'גייט פאר טעג, [וואס חוץ אדוועטייזמענט'ס און אלע צייטונגען ווען קלמן הלברשטאם מאכט א ברית, ווייסט קיינער צו וואס זיי דארפן געלט..] און דער געלט גייט אריין און דו חסד לאברהם פאנדס. א הימל שרייענדיגע עוולה, ואין פוצה פה ומצפצף. ווי לאנג נאך וועלן מענטשען זיין בלינד נישט איינצוזעהן דער פראד מיט דו אזוי באמאכטע עשקנים?

I AM SICK AND TIRED ALREADY
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
איך ווייס נישט פארואס מען האט דא געמאכט א מיש-מאש, מיט א חזר'יי פון טעג ביז חסד לאברהם. חסד לאברהם הער איך, אבער וואס קומט אריין טעג דא אין בילד, זיי האבן שוין אויפגעטוען א געוואלד, איך בין שוין דארט געווען נישט איינמאל, און שטענדיג זענען געווען מיט מיר נאך עטליכע יונגעלייט, ווייבלעך צו פילטערן זייער כלים.
דארט זיצען צוויי יונגעלייט וואס ווערן באצאלט פול טיים, זיי טשארטשען נישט קיין געלט פאר זייער סערוויס, בעת ווען אנדערע טשארטשען 12 דאללער א חודש, זיי האבן סערוויס פיר אין צוואנציג שעה א טאג בעת ווען אנדערע זענען נאר דא פאר דיר צוויי דריי שעה א טאג.
חברה מען מוז נישט יעדע זאך אראפ רייסען; דאס איז יעדער מודה, אז פילטערען איז א וויכטיגע זאך און דארף געטוען ווערן, נו אז זיי שטעלן זיך אזוי שיין צו, זיי טיילן דיך נישט איין וואס יא און וואס נישט, די קענסט לאזן אפען וואס דיין הארץ באגערט און עס איז א מחי'. חברה מ'מעג אמאל קוקען פאזעטיב.
דארט זיצען צוויי יונגעלייט וואס ווערן באצאלט פול טיים, זיי טשארטשען נישט קיין געלט פאר זייער סערוויס, בעת ווען אנדערע טשארטשען 12 דאללער א חודש, זיי האבן סערוויס פיר אין צוואנציג שעה א טאג בעת ווען אנדערע זענען נאר דא פאר דיר צוויי דריי שעה א טאג.
חברה מען מוז נישט יעדע זאך אראפ רייסען; דאס איז יעדער מודה, אז פילטערען איז א וויכטיגע זאך און דארף געטוען ווערן, נו אז זיי שטעלן זיך אזוי שיין צו, זיי טיילן דיך נישט איין וואס יא און וואס נישט, די קענסט לאזן אפען וואס דיין הארץ באגערט און עס איז א מחי'. חברה מ'מעג אמאל קוקען פאזעטיב.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
כ'האב אויסגעלאזט א חשובע פרט, אז ווען דער מונקאטשער רבי איז דארט געוועהן צו קלאפן דער מזוזה, האט ער געמאסטן לויט זיין אקסעל ווי צו לייגען דער מזוזה, ווי דער הלכה פאדערט, האט דער עסקן המחוצף
לוי יצחק זילבער געשריגען אביסעל העכער, און מונקאטשער רבי האט עס ארויפגערוקט א טראפ, שרייט ער ווייטער, נאך העכער, און אזוי כמה פעמים, העכער, אביסעל העכער, נאך העכער, ביז מונקאטשער רבי רופט זיך אן, אז איר פסקענט אזוי, וועל איך אייך א טובה טוען. דאס זענען דער חשובע עסקנים, סתם א באנדע מחוצפים. וכדי בזיון וקצף.
אמת מצטמק ווי געשריבען האב איך אליין געהאט טובת הנאה, אבער גארנישט איז לשם שמים. כסף ריוח והצלה יעמוד לטעג ממקום אחר.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
- געפינט זיך: אין תיבה
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל
מיר האבן גע'לייק'ענט דעם מצטמק פאר די ערשטע שורה זיינעם אז עס זענען דא ניקים וואס צוליב זייער אייגענער אגענדע געטריבענער האס מישן ארום ליגנס וואס יעדער קען אליינס זיך איבערצייגן אויב מ'וויל אין איר שקר.
וואס האט "טעג" מיט "חסד לאברהם" אפיס?
גארנישט!
אמת. טעג איז נתייסד געווארן דורכן סקולענער צדיק אבער זייער אפיס האט קיין שייכות נישט צו חסד לאברהם.
איך בין דווקא נישט אינפארמירט אין זייערע פרטים און האב נישט קיין אינטערעסע אין די נארישקייטן זיך דעם קאפ אריינצוגראבן, נאר פונקט האבן מיינע בליקן אריינגעוואנדערט אין דעם אשכול, און דער שקר'דיגער קעפל האט געצויגן מיינע אויגן, האב איך עס אפגעליינט און אריינגעשריבן וואס איך ווייס מתוך צופאל.
אז מיר שרייבן שוין יא, וואלט איך יא געוואלט הערן מער פרטים איבער דעם מוסד חסד לאברהם זעלבסט.
איך גלייב נישט קיין גאסן פלוידערייען און וואס מענטשן צוליב זעלבסט האסנדער אינטערעסע קענען פארקויפן צוליב עפעס א פאליטישע אדער משפחה שנאה, אזוי ווי עס ווייזט זיך ארויס פון דעם יאפטשיק קוגל וואס דער פותח האשכול האט אויסגעבראכן.
סקולען, ווי קליין און פיצל זי איז, אן האבנדיג ריזיגע מוסדות בנינים אין אמעריקע, האבן מחלוקת'ן וואס גרויסע חסידות'ער וואלטן זיך געקענט פארשטעקן פאר זיי, און דאס טייטשט זיך אויס אין שקרים וואס ווערן אויף איר ארומגעפירט.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ער איז דאך אזא כבוד הונגעריגע מענטש, באטראכט איהם אין סיי וועלעכע בילד,
גיי צום טיש פונעם סקולענער נאר כדי אנצוקוקען און באטראכטן דעם הדיוט קופץ בראש.
דער האט מיט הלכות שמיטה פונקט ווי ער קען הלכות עירובין,
דער פונקטליכקייט פון א ביין אונטער דער האלדז ביז א צוויי אינטשעס ארויף צו אראפ.
אפגעשטעלט דעם בעל דרשן להגדיל הטראסק ולהאדיר סקולען, א פוטו-אפט פאר "מוסדות סקולען".

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דאכט זיך מען האט דא שוין אמאל פראבירט צו שרייבן וועגן 'מוסדות חסד לאברהם' ,קען איינער ביטע ברענגן די טריקענע אמת'ע פאקטן? האבען זיי בתי יתומים אין א''י צו נישט? אמאל געהאט און היינט נישט אדער וואס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
- געפינט זיך: אין תיבה
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל
איך ליין איבער דעם ערשטן שטיקל פון דעם אשכול און איך קלער, א שאד אז אין א גוטע נקודה האט מען געמוזט אריינשמירן שקר.
פארוואס פעלט דאס אויס?
וועט עס מאכן אויסזען בעסער די טענה אויף טעג'ס געלט פארשווענדעריי אדער מונקאטשער רבי'ס נידריגער אקסל?
פארוואס קען מען זיך נישט האלטן צום אמת, נאכדערצו וועט דער אמת וועט נישט אוועקמאכן די נקודות וואס איז אויפגעברענגט לכתחילה?
וואס וויל מען?
אראפברענגען "טעג" אז עס איז די זעלבע קרעפ ווי "חסד לאברהם"?
אדער, ארויפברענגען "חסד לאברהם" אז עס איז סאליד מוסד פונקט ווי "טעג"?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אזוי ווי די גמ' זאגט. "פותחין בכבוד אכסניא" וועל איך מיך קודם באדאנקען פאר'ן חשוב'ן פותח האשכול, ר' סאו וואט, און אויך פאר אלע אנדערע חברי השטיבל המגיבים שי'. וואס דער מהות, מה טיבו פונ'ם נייעם "טעג/חסד לאברהם אפיס איז ווייס איך נישט, הן לטוב ולמוטב. אבער אלס געוועזענער שכן פון די אלטע, אריגינעלע הויפטקווארטיר/אפיס פון "מוסדות חסד לאברהם" וויל איך דא אריינלייגן מיינע צוויי סענטס. ראשית כל, מיינע זכרונות פונ'ם וויכטיגן אפיס איז געווען כדלהלן.: ס'געווען 4 אדער 5 שטיבלעך/אפיסעס וואו אידן זענען געזיצן און געדרימלט, און געטרינקען קאווע ביי די קאמפיוטער'ס (מסתמא געפילטערטע), אנגעהויבן פון א שעה פאר חצות היום, בערך. דער בילדינג האט געהאט א בשותפות'דיגן דרייוו וועי מיט הרב ב. מייזלס שליט"א. די "אנגעשטעלטע/ארבעטער'ס" פונ'ם אפיס האבן באופן קבוע פארנומען ביידע חלקים פונ'ם דרייוו וועי. ספעציעל דער ארץ ישראל'דיגער איד, הרב א----ק, מיט די לאנגע בארד. אויב האט איינער בשוגג געפארקט פאר א רגע כמימרא ביי די דרייוו וועי ווען די אנשים חשובים די עסקנים שליט"א זענען דארט אנגעקומען האט ער באקומען אזא פסק מיט קולות און זידלערייען אז ר'האט שוין געהאט א פחד צו זיין אין די גאנצע שטח. כ'געדענק אז איינמאל האט א גוי'אישער דעליווערי מענטש געפארקט דארט פאר ווייניגער ווי א מינוט, האבן זיי געמאכט אזאלכע קולות אויף איהם כאילו מ'האט דא געהרג'ט א מענטש. איין יאר האט מען מחליט געווען אז "חסד לאברהם" (דאס איז געווען נאך איידער די ראפל.) גייט אריין אין די כפרות ביזנעס. האט מען געברענגט דארט קעסטלעך מיט טשיקנ'ס. די שמוץ און געשטאנק וואס האטציך דארט אפגעטון איז כמעט אין לשער. שוין אפגערעדט אז איך האב נישט געקענט אויפמאכן די פענצטערס אין מיין הויז. נאר איך האב נאך הנאה געהאט פון דעים ריח ניחוח איבער די גאנצן יו"ט סוכות.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
איך אויך האט געשריבן:דאכט זיך מען האט דא שוין אמאל פראבירט צו שרייבן וועגן 'מוסדות חסד לאברהם' ,קען איינער ביטע ברענגן די טריקענע אמת'ע פאקטן? האבען זיי בתי יתומים אין א''י צו נישט? אמאל געהאט און היינט נישט אדער וואס?
זיי האבן נאך אלס אין ב"ב און אין קדימה. זיי האבן אויך day schools אין מערערע פלעצער
אמת מארץ תצמח
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
עס טוט מיר וויי צו ליינען דעם אשכול.
איך בין געווען ביי טעג נישט לאנג צוריק ווען הרב פישמאן וועלכער איז א צדיק פון א יונגערמאן האט מיך אויפגענומען מיט'ן גרעסטן געדולט ובסבר פנים יפות, גראדע איז געווען היבש אקטיוו מענטשן זענען געקומען און געגאנגען. א שעה צייט איז ער געזעצן מיט מיר און געפילטערט מיינע אלע לעפטאפס און מיין סעלפאן שלא על מנת לקבל פרס.
אין איינוועגס האט ער מיר סתם אינסטאלירט נוצבארע עעפס ווען איך האב אים געפרעגט אויב ער איז באקאנט מיט עפס וואס שטעלן צו די אדער יענע סערוויס.
שמועסנדיג מיט אים האט ער מיר מסיח לפי תומו פארציילט אז זיי מוטשען זיך היבש פינאנציעל.
סוף דבר, איך בין ארויס נבהל ונשתומם פון דער ארגאניזאציע, שוין אפגערעדט אז א שטיין איז מיר אראפ פון הארצן אז מיינע כלים זענען געפילטערט כדבעי יעדע איינס קאסטום מעיד לויט די נוצן איך דארף דערפון, און איך האב איבערגעלאזט אן ארעמע דאנאציע, אויף וואס ער האט זיך ווארעם באדאנקט און קלאר באטאנט, אז די סערוויסעס זענען פריי פון אפצאל און איך מוז גארנישט געבן.
זייט דעמאלט רוף איך זיי פון צייט און זיי ענטפערן אין אלע שעה'ן פון טאג און וויקענדס און געבן העפליכע סערוויס אן קיין שום פרוטה בלויז ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.
אשריכם טעג אז איר האט א חלק אין אזא זיכוי הרבים.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.