מיין דרשה ביים גרויסן עצרת נגד גזירת הגיוס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

ברשות הרבנים הגאונים הצדיקים, די זיבעציג רבנים, ובתוכם האדמורים מוויזניץ, סקולען, סקווירא, רחמסטריווקא, און די זקני וגדולי ראשי ישיבות, און אויך ברשות הרב דוד שלמה עקשטיין פון די וועד משמרת קול זעקת חומותנו שע"י קהל יטב לב סאטמאר וואס האט אויך געשריבן א באזונדערע קול קורא, וברשות כל הקהל הקודש.
מיר שטייען דא ביים גרויסן היסטארישן עצרת זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן ווי עס זענען זיך צוזאמענגעקומען צענדליגער טויזנטער אידן צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי און זאגן תהלים און פארפירן, שטיין דא אויף וואל סטריט און זיך פאטאגראפירן פאר די מידיא וואס פארשטייט גענוי וואס מיר ווילן.
מיר זענען דא יעצט ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע סיבות צו צוזאמענקומען.
מיר זענען דא ווייל מיר פארמאגן נישט קיין מענטשליכע הנאה, מיר פארמאגן נישט קיין קולטור, קולטור איז די קרוין ביי די רביס חתונה. מיר פארמאגן נישט קיין מוזיק, מוזיק איז די מוזיק ביי די רביס חתונה, און מיר פארמאגן נישט קיין ספארט, ספארט איז ווען עס געשעהט געשלעג צווישן די צוויי פראקציעס און עס פליען שטריימלעך. אלזא, די איינציגע עקשאן איז פראטעסטן און היסטארישע אסיפות יעדע שני וחמישי.
מיר זענען דא ווייל מיר זענען די אייביגע נרדפים. אונז כלל ישראל, מיר זענען דאך כלל ישראל, כ'מיין רעכן אראפ די פאר מיליאן ציונים, די פאר מיליאן רעפארמער, די מזרחיסטן און פארשטייט זיך די אנדערע שענדישוב און די נישט ריכטיגע באבוב, מיר זענען כלל ישראל. און מיר כלל ישראל מוזן זיין נרדפים, אזוי פירט זיך כלל ישראל, און דעריבער זענען מיר דא אויסשרייען די וויי געשריי. מיר זענען נרדפים! פוי!
פארוואס זענען מיר דא?
ווייל מדינת ישראל האט געמאכט א געזעץ אז א חלק פון די בחורים זאלן דינען אין מיליטערישע און ציווילע אגענטורן במשך פון עטליכע יאר, אין פרומע מסגרת'ן. דאס איז עק וועלט!
מיר מוזן פארפירן.
וואס דען זאלן מיר טון? זאלן מיר באמת קאנסידערן אז מיר זאלן אויפקומען מיט סעלושאנס?
זאל מען באמת טראכטן אז אפשר, אפשר, אפשר איז טאקע א אישו אז א פערטל מדינה מאכט זיך נישט וויסנדיג פון טראגן די לאסט?
אז אפשר איז גערעכט די אלטע אידענע וואס האט פארלוירן א קינד און אן אייניקל אין די זיכערהייט דינסט, און זי פרעגט מיט א געוואלד: פארוואס זאלן טויזנטער בחורים זיך דרייען ליידיג און נישט נושא זיין בעול.
הע, מיר גייען נישט באמת טראכטן פון לעזונגען, ווייל אויב לעזונגען, אויב, סעלושאנס, עפענט מען א צו גרויסן קאסטן, מיר האבן צופיל פראבלעמען.
באלד וועסטו זאגן אז מען זאל העלפן אידן מיט פרנסות?
באלד וועסטו גאר זאגן אז מען זאל אדרעסירן די האוזינג קריזיס?
כ'מיין, טראכסטו אז מען גייט רעדן פון סעלושאנס? אויב יא, קומען דאך הונדערטער געווארפענע בחורים און טויזנטער אומצופרידענע יונגעלייט צולויפן.
ניין, נאו סעלושאנס!
לאזונגען!
לאזונגען איז גרינגער און ביליגער!
און טאקע לאזונגען מיט מיליאנען עקסקלעמעישאן מארקס!!!!!!!!
לאזונגען מיט פאטאס!
מיט אוישוויצער באב-ווייערס, מיט לאזונגען פון המן און אנטיוכס!!!!!
לאזונגען וועט אונז פירן ביז משיח'ס טאג!
לאזונגען מיט גראפיקס!
אזוי האט מען אונז מחנך געווען. וויינעדיגע מסירות נפש מעשיות ארבעט בעסער ווי טיפע אפענע השקפה שמועסן,
וויצן ארבעט בעסער ווי וויכוחים, און לאזונגען איז עולה על כולנה.
כ'מיין אין קיין איין וויכוח האט דער גלח נישט באזיגט דעם רבי'ן רבי העשיל אדער רבי יונתן, אין ערגסטן פאל האט ער געהאט אין טאש א מייזל און מיר פארסמאקעווען זיך לדורי דורות!
די זעלבע וועט אייכלער אייביג באזיגן ליפמאן, חזקי קאלמאנאוויטש אייביג אהרלע יאקטער'ן, און אלימלך שטערן פאפנהיימען!
מיט לאזונגען!
א קליינע מדינה, ארומגענומען מיט שונאים, ווי א האלב פאלק דינט נישט און ארבעט נישט און ליגט צולאסט? אה, מיר האבן א דרשה דאס צו פארוואסערן און אויסמיידן" מען זאגט נאך א מעשה פון פאניוועזער רב... מיט דעם קען מען פארענטפערן א מדרש..... און לאמיר דא זאגן צו די שונאי תורה מיר וועלן גיין אין פייער אזוי ווי רבי יוסף דילא ריינא און אויב עס געפעלט דיר נישט פלאץ!"
מיר וועלן זיי ליבערשט אלע באהאלטן אונטערן נרדפות קארפעט און באהאנדלען אלע פראבלעמען מיט א ווערטל, א סלאגאן אדער פסוק.
און יעצט? אדר, איז בכלל נישט קיין שום שאלה וועגן גיוס, די מגילה געט אונז א מיליאן פסוקים "להקהל ולעמוד על נפשם" הדר קבלוה, ותוסף אסתר ותתחנן, כי נמכרנו אני ועמי, און ותמליכה תחת ושתי. נישטא קיין שום קריזיסן, עס איז דא פסוקים! לרחצה! והעיר שושן נבוכה!
מען באהאנדלט קריזיסן מיט סלאגאנען און סטראטעגיע ווערט איבערגענומען מיט פאלקלאר.
און מיט דעם וועלן נאך און נאך מדרשים פארענטפערט ווערן.
אידן הונגערן? אה, אבער כך הוא דרכה של תורה, יאה עניותא לישראל, און די מדרש זאגט.... איי דאס צאלט נישט קיין בילס? מען קען אייביג שנארן ביי רעכניץ.
חרדישע אידן זענען אומפראדאקטיוו (אויסער אויב מען רעכנט צימערמאן'ס איינדרוקספולע אקטיוויזם אלס פראדוקטיוו) און ווערן די רוב אין די מדינה, אבער מיר האבן א מעשה'לע ביים חפץ חיים.
עס איז דא מעלעסטעישאן?, אבער די מדרש זאגט שלא יגלו מטמוניות שלכם.
די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים און מען קען נישט לאזן אז אזא ריזן פראצענט זאל פשוט נישט טראגן די לאסט, אבער אונזער אוצר פון פאלקלאר, מעשה'לעך, משלים, האט א שלל פון דובנער משלים, די מעשה פון חזון איש'ס באגעגעניש מיט בריסקער רב, אויך קען מען נישט אין מיליטער וועגן די נח נח'ס גייען מאכן פאן, און ווייל סאטמאר רב האט אלעס פארגעזעהן.
איר האט פראבלעמען? מיר האבן נאך לעזונגען. איר האט נאך טשיקנס? ווייל איך האב נאך סגולות.
מיר זענען דא ווייל איר אלע זענט פערדן און איר קומט צולויפן ווען מען רופט ענק!
ווען איז לעצטנס געווען א פראטעסט פון אזויפיל מענטשן צו פראטעסטירן הונגער אין אפריקע אדער די רוסישע אגרעסיע אין אוקריינא?
מענטשן לאזן זיך נישט,מען איז נישט קיין סטאדע וואס קומט אויפן רוף פון א פייפערל. מענטשן צעגערן, קלערן, פוילעצן און קלערן, אבער אונז לייגן אוועק די מח פאר א שווערן תוספות און מען קומט!
וויפיל פון ענק האבן געליינט וואס די נייע געזעץ פון וועדת שקד איז?
וויפיל פון ענק ווייסן אביסל איבער די היסטאריע פון גיוס בני הישיבות און די פראצעדורן צו באקומען א פטור?
וויפיל פון ענק ווייסן וויפיל בחורים מען וויל אריינברענגען אין ציווילן דינסט?
וויפל פון ענק ווייסן אז די פרומע חברי הכנסת זענען געווען אקטיוו אין די שקד קאמיטע?
וויפיל פון ענק ווייסן אז דער שר פון שס אריאל אטיאס האט העפטיג געלאביט אין כנסת אז די נייע חק זאל בלייבן א שטארקע חק און נישט ווערן אנידערגעשטימט?
וויפיל פון ענק ווייסן די קשר צווישן ארימקייט אין ארץ ישראל אוון די שטאטוסקווא איבער חרדים אין מיליטער?
וויפיל פון ענק ווייסן די רוחניותדיגע און עמאציאנאלע צושטאנד פון חרדישע בחורים אין מיליטער , ווערסוס ארויסגעפאלענע חרדישע בחורים אין די גאס אדער אין די שוואכע ישיבות?
וויפיל פון ענק ווייסן אז ר' חיים קנייבסקי און אסאך רביס און רבנים אין ארץ ישראל האבן געדינט אין מיליטער אין זייער יוגנט?
וויפיל פון ענק האבן געטשעקט אויף וויקיפעדיע (די כלי ווי דער פרא אסיפה סאטמאר רבי האט געשיקט טשעקן וועגן די זאלציגע מצות) וואס עס האט געמיינט קאנטאניסטן, אז מען זאל וויסן וואס מען זאגט ווען מען שטעלט צו גיוס חרדים צו קאנטאניסטן?
וויפיל פון ענק האבן געפאדערט צו וויסן וויאזוי א עצרת ארבעט? ווער דרייט עס אן? וואס זענען די הוצאות און החלטות?
מיר זענען דא, אנשטאט זיך פארמעסטן מיטן פראבלעם, מיט די פראבלעם פון א האלבע מדינה ליגט צולאסט אויף די אנדערע האלב, ווייל מיר קענען זיך נישט באמת פארמעסטן מיט טענות.
מיר זענען דא ווייל דער איינציגסטער חרדישער מנהיג וואס נוצט שכל הישר, הרב שטיינמאן, וואס האט געוואלט און געארבעט פאר א לעזונג כאפט רדיפות פון אלע זייטן און דערוואגט זיך שוין נישט מער, ער טאנצט שוין מיטן וואגן.
מיר זענען דא ווייל אנשטאט זיך פארמעסטן מיטן פראבלעם ווילן מיר ליבערשט ענטפערן מיט דעמאגאגיע און פארפירן מיט סלאגאנען ווי "קאנטאניסטן"
מיר קענען למשל זאגן אז די גאנצע מדינה פעלט אונז נישט אויס און די אלע אידן זענען נאך דארטן מימות יהושע בן נון, און די אייניקלעך פון די אידן וואס זענען געקומען ענטוזיאסטיש מיט מעפילים שיפלעך און געקעמפט אין עצמאות, דארפן באמת נישט די גאנצע מדינה וואס איז לצנינים בעיניהם, און דאס איז אנדערש ווי אלע ציווילע חובות כלפי די מדינה אין אלע לענדער ווי יעדער האט זייער ליב דאס לאנד און האט פשוט מקבל געווען עול מלכותה
אבער מיר שרייען דאך איני מכיר!
מה שאין כאן די פיר מיליאן מענטשן אין די אמעריקאנער טורמעס האבן פשוט נישט ממציא געווען דעם איני מכיר ממילא דארפן זיי זיצן ווי טאטעלעך.
אבער אז מיר זענען שוין דא לאמיר שוין אויסנוצן די צייט און מוחה זיין אויפן עבר הווה און עתיד
לאמיר מוחה זיין אויף די גראבן פון קברים – אה, איר טראכט אז אפשר דארף מען אויף דעם אויך א לעזונג, אז עס איז דא א דירות קריזיס און איבעראל איז פארהאן קברים און מען קען פשוט נישט נוצן בריסקער חומרות איבער די גאנצע לאנד און מאכן מלחמות עולם און ספענדן מיליאנען אויף יעדע ספק קבר. פוי, הער אויף מיט שכל הישר, פוי, קברי אבותנו אינם הפקר, געוואלד!
לאמיר שוין מוחה זיין אויף אייפאנס – איי דאס הייסט געקעמפט קעגן מענטשהייט און קעגן ציוויליזאציע און די געסטו נישט קיין שום לעזונג און אלטערנאטיוו. פוי, שווייג!
לאמיר מוחה זיין קעגן די פרויען וואס דאווענען ביים כותל. איי לכאורה עס זענען פארהאן מיליאנען רעפארמער וואס האלטן אז זייערע פרויען מעגן אויך דאווענען און די כותל באלאנגט צו יעדן. פוי, שווייג!
לאמיר מוחה זיין אויף אלע אנדערע פרצות
אויף די חמוקי ירכיך
אויף די ווערים אין די וואסער
אויף די מאוסטשער קיורד
אויף די עירוב
אה, א רגע און מיט דעם קען מען פארענטפערן די סמיכות פון רבי תנחום, ומחה ה' חיוך מעל כל פנים , ונאמר אמן[justify][/justify]

א גרויסער ציבור דאווענען אינאיינעם איז גראדע א הערליכע זאך און ברענגט ארויס שטארקע געפילן. אבער יעדער פארשטייט אז די אסיפה איז א פאליטישע זאך, די אלע וואס גייען רעדן גדולות ונפלאות וועגן די רגש קודש פון ששים רבוא צוזאמען מקבל עול מלכות שמים זענען גערעכט, אבער דאס קען מען טון ראש השנה אין אומאן אדער זאל מען סתם אזוי מאכן איינמאל אין א חודש צוויי א מנין תהלים אויף דרייצן במקהלות רבבות. מען רעדט דא פון די פאליטישע מעסעדזש וואס האט נישט קיין האנט און פיס און שטימט מיט די שטופן-אונטערן-קארפעט מענטאליטעט פון אומלאגיק.
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
אט איז עניות דעתי ציטירט פון א אנדער אשכול
היינט גייט די יהדות החרדית ווידער ברעכן היסטאריע, די יהדות החרדית האט אנטוויקלט א געשמאק אין ברעכן היסטאריע און לעצטנס טוט מען יעדע וואך ברעכן צוויי דריי מאל היסטאריע.
אלזא אצינד גייט מען צוזאמענברענגען א מיליאן אידן אין די גאס, און זיך צומאכן די אויגן און שרייען הויך שמע ישראל, עס איז פיל א בעסערע עצה ווי צו האלטן דרשות און אנגעבן נארמאלע הסברים פארוואס זיי זענען קעגן דעם געזעץ, ווייל למעשה האבן זיי נישט קיין געהעריגע אויסרייד, די חרדישע חברי כנסת זענען געווען צענטראלע שותפים אין שרייבן דעם געזעץ און די אויסגאנג איז גאנץ פאזיטיוו, אבער ווי קען מען ארויסלאזן אזא גלענצנדע געלעגנהייט צו מקדש זיין שם שמים החרדי, דעריבער גייען זיך צוזאמנעמען א ריזן צאהל כולל יונגעלייט און סתם ארבעטסלאזע אידן אויף די גאס און שרייען און וויינען.
ליידער איז א בושה און א חרפה די אופן וויאזוי די חרדים דילן מיט די גאנצע פראבלעם, קודם האבן זיי געהעריג מיטגעארבעט מיט די קאמיטע [לשבחם ייאמר אז דאס איז די איינציגע קארעקטע זאך אין די מערכה], אנשטאט האנדלען ווי ערוואקסענע מענטשן און אנגעבן נארמאלע הסברים און אנווייזן קלאהר וואס די גרעניצן זענען און אויף וואס זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען האבן די חרדישע פארשטייער אויסגעוועהלט צו שפילן קעגן אלע כללים פון דיפלאמאטיע און לאגיק, אנגעהויבן מיט פראוואקירנדע דרשות אין פארלאמענט און געענדיגט מיט קריעה רייסעריי און סקאנדאלען.
לאמיר זאגן אז די געזעץ איז טאקע דיסקרימינרנד קעגן די חרדים, דאן אנשטאט שטעלן א רעספעקטפולע ווידערשטאנד און אהערשטעלן א געלונגענע הסברה אפאראט, האבן זיי אויסגעוועהלט צו שטעלן א אימעדש ווי אומטאלעראנט און א צולאזטע אומקאנטראלירטע מינדערהייט מיט וועם מען קען זיך נישט צונויפרעדן. אנגעהויבן מיט די קריעה רייסעריי און געענדיגט מיט די העסליכע אטאקעס אין די חרדישע מעדיע אויף די בית היהודי פארטיי וואס האט למעשה געקעמפט פאר די חרדישע אינטערעסן.
כדי צו געבן די הארמאני פאר די גרויליגע כאר קומט נאך צו די אלע זינלאזע און קינדערישע העדליינס אין די חרדישע צייטונגען איבער א מאסן עמיגראציע קיין אויסלאנד, און איבער א שטייער בויאקאט און נאך נארישע און פראוואקירנדע בליציגע איינפעלער וואס הצד השווה שבהם אז ס'שטעלט אוועק א בילד אז די חרדישע אידנטהום איז א אומוויסנדער אומטאלעראנטע ציבור, און עס איז די באהלטענע האפענונג פון רוב אלגעמיינע גאס אז זיי זאלו טאקע הייבן פוס און אפטראגן.
אנשטאט זיך צו נעמען ערנסט מאכן א חשבון הנפש און די רבנים זאלן נעמען די לייצעס אין די האנט און ענדיגן די שוידערליכע אומדערטרעגליכע לאגע אין וואס די חרדים געפונען זיך, א איזאלרטע אינזל פון ארימקייט און ענגשאפט, און אומוויסנשאפט, און לכל הפחות מיטארבעטן מיט די וואס טוען פעולות אין דם געביט [ווי למשל נפתלי בענעט וואס איז א אמת'ע פריינט פאר די חרדים] האבן זיי אויסגעוועהלט די וועג פון איזאלאציע און עקסטערמיזאציע.
דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז אפילו זיי וועלן צוזאמברענגען צוויי מיליאן נפשות וועט עס נישט בארירן קיינעם, ווייל ס'איז שוין א באקאנטע סוד אז דאס מיינט גארנישט, די חרדישע ציבור גייט נאך כצאן לטבח א פירערשאפט וואס איז אנטשלאסן זיי צו פירן בארג אראפ צום תהום פון אוממעגליכע דחקות און איזאלציע.
עס איז דעריבער סימבאליש אז מען האט אויסגעוועהלט נישט צו זאגן קיין דרשות ביים עצרת נאר טוהן וואס די חרדיש פירערשאפט קען דאס בעסטע, גלייזן מיט די אויגן צום הימל און שרייען שמע ישראל!!
זיי זאלן נאר צולייגן א אויער וועלן זיי הערן ווי פון הימל ענטפערט מען קינדערלעך טייערע גייטס ארבעטן!![
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
בר דעת האט געשריבן:מיר וועלן זיי ליבערשט אלע באהאלטן אונטערן נרדפות קארפעט און באהאנדלען אלע פראבלעמען מיט א ווערטל, א סלאגאן אדער פסוק.
און יעצט? אדר, איז בכלל נישט קיין שום שאלה וועגן גיוס, די מגילה געט אונז א מיליאן פסוקים "להקהל ולעמוד על נפשם" הדר קבלוה, ותוסף אסתר ותתחנן, כי נמכרנו אני ועמי, און ותמליכה תחת ושתי. נישטא קיין שום קריזיסן, עס איז דא פסוקים! לרחצה! והעיר שושן נבוכה!
מען באהאנדלט קריזיסן מיט סלאגאנען און סטראטעגיע ווערט איבערגענומען מיט פאלקלאר.
און מיט דעם וועלן נאך און נאך מדרשים פארענטפערט ווערן.
[left]She had not a thought in her head that was not a slogan, and there was no imbecility, absolutely none that she was not capable of swallowing if the Party handed it out to her. 'The human sound-track' he nicknamed her in his own mind[/left]-Orwell 1984
(אנטשולדיגט מיר פארן האלטן אינאיין צוריק קומען צו ארוועל'ס 1984, אבער ס'האט אזויפיל ענליכקייטן צו חרדיזם 2014 אז ס'צושפילט זיך ביי מיר אין קאפ אומצאליגע מאל א טאג.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
הרב תם איז דער חותם המאשר ומאמת אויף בר דעת'ס ארטיקל.
קומט א איד א בר דעת און רעדט דברים של טעם, קריטיק און לאגיק געפלאכטן מיט סארקאזים.
נו, ווי גיט זיך דער טיפיקעל חרדי אן עצה מיט זיינע טענות? אה, נישט גע'דאגה'ט מען וועט ארויסשלעפן א סלאגאן "קיין איין ווארט נישט צו דער זאך" וחסל פטור אן עסק, נישטא מער קיין טענות נישטא מער קיין ויכוח ס'איז דאך א קלארע בעל הגדה: ואף אתה הקהה את שניו ווי דער הייליגער קוזמירער טייטש וכו' וואטעווער.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- נאה דורש
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
סתם געפלוידערט און די וועלט אריין.
איז לאמיר גיין צוביסלעך.
אזוי ווי און דיין ערשטע זאץ האסטו גארנישט ארויסגעברענגט נאר אז ר׳ דוד שלמה עקשטיין האט אונטער געשריבן א עקסטרע קול קורא איז מיין שאלה האסט עפעס קעגן אים פערזענליך? ווייל נאך צוויי האבן עס אונטער געשריבן.
אויסשרייען די ווי געשריי יא. פארפירן? אפשר ביזטו מיר מסביר פון וואס די רעדסט?
די האלטסט למשל אז ר׳ דוד שלמה עקשטיין אינטערסירט בכלל די מידיע צו ער איז פאטאגראפירט? די האלטסט בעצם אז די ערנסטע רבנים און ת״ח וואס זענען זיך צוזאמען געקומען אינטערסירט עס בכלל. די איינציגע זאך וואס זיי דארפן מידיע אנטענשען איז כדי צו לייגן פרעשור אויף די איזרעלי רעגירונג. אזוי ווי יעדער ווייסט מידיע איז פון די איינציגסטע זאכן וואס האלטן די גאווערמענטס בככלליות אביסל אונטער קאנטראל וואס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך.
בדרך אגב איך האב מיר נישט משתתף געווען און יעצט טראכט איך אז אפשר וואלט איך יא געדארפט גיין. ווייל ווייניג מאל הער איך די מידיע אזוי גוט ארויסהאבן וואס עס באדערט אונז. יא זיי פארשטיין זייער גוט. און אז די ווילסט פרוף האב איך א ריקארדיננג וויאזוי די נייעס סטאנציאן מעלדן עס און די נייעס
די האלטסט אז די אלע טויזנטער אידן האבן באמת נישט וואס צו טוען מיט זייער צייט? טיפשות במלא מובן המלא.
אזוי גאר? זייט זשע אזוי גוט און זיי מיר מסביר וואס דאס מיינט מענטשליכע הנאה און דיינע אויגן? פאר מיר די גרעסטע הנאה איז אדורך צואקערן א שווערע שטיקל גמרא האסט שוין אמאל זיך געפלאגט ביים לערנען און פארשטאנען די גמרא? זאג נאר איז דאס נישט א מענטשליכע הנאה.?
אפשר גאר מיינטסטו ארבעטן? וואטשען א מאווי? שפילן געימס? גיין ארויס פארברענגן? ווייל איך זיך שוין יארן די הנאות וואס דיינס גלייכן האבן וואס איך האב נישט? ווייל די אלע אויבען דערמאנטע זאכן האב איך אויך.
זאג נאר ביזט באמת פאריקט. זיי מיר מסביר וואסערע קולטור די גוים האבן? מיינסט אפשר אז אונז זעמיר נישט און א קולט? קולטור!! מיר האלט דאך דא און קאווע שטיבל אז אונזער קולטור איז פארפארן דאס מיינט אונז האב מיר א קולטור נאר עס איז דא געוויסע פראבלעמען וואס אגב דיע פראטעסט איז נישט פון די פראבלעמעןץ חינוך. דירות. משוגעת'ן אויף צניעות דאס זענען ערנסטע פראבלעמען וואס אונזער קולטור מוטשעט זיך. און מיט דיינע אראפרייסן יעדע איינציגסטע זאך נעמט עס אוועק די שטארקייט פון די טענות לגבי די ריכטיגע פראבלעמען. אזוי ווי ביי די קול קורא וואס מער אלס שוואכער די רעזולטאטן.
נישטא ווער עס זאל וויינען (בדרך אגב פארשטיי איך גאר ווייניג צו מוזיק) אבער צו זאגן אז אונז האב מיר נישט קיין מוזיק. גיי אריין און די מוזיק אפטיילונג דא און לייען! סתם געפירקלט.
דאס איז אביסל א לענגערע אפשאצונג וואס איך וועל אי״ה צוריק קומען.
דרך אגב פון דיין וועג פון שרייבן קוקט אויס אז די האסט נישט דאס מינדענסטע השגה ווי אזוי א עווריטש גוי׳ס לעבן קוקט אויס. די לעבסט און א חלום אז דארט איז בעסער. מיין פריינט גיי ארויס אביסל און די נעכט און די קלאבס בארס גיי צו פארוויילונגס פלעצער פארברענג דארט און באטראכט זיי שמועס מיט זיי. גלייב מיר וועסט מאכן די ברכה שלא עשני גוי מיט א גרעסערע שמחה. איך גיי נישט דא אריין וועגן די סיסטעם וואס האט זיך זיינע פראבלעמען איך רעד דאס בעצם אווער אלל ווי מען זאגט.
וועסט כמעט נישט טרעפן א גוי וואס זיין פאמיליע איז גאנץ וד"ל גיי ארויס וועסטו זען אדער וואטש ריאלעטי שאויס.
מיט זייער גאנצע ספארט. מוזיק. קולטור. און מענטשליכע הנאה שטיי מיר נאך אלץ בעסער אלץ אידן.
קלעבט נישט קיין איין ווארט. ערנסט גערעדט דא ליגט נישט גארניקס.
וואס מיינט דאס אז מיר מוזן זיין נרדפים? זאג נאר די קאנסט אפילו א טראפקעלע היסטאריע? ווייל עס קוקט בכלל נישט אויס אזוי
ניין סאיז נישט עק וועלט! עס טוט פשוט וויי אז מ׳צווינגט אריין און די מיליטער פון א מדינה וואס איז עובר על כל התורה כולה. זיי מיר באמת מסביר וואס איז די חילוק פון דעם ביז די קאנטאניסטן? אה יא זיכער וואס הייסט דארט האבן זיי אונז געוואלט אפשמד׳ן. און מה שאין כן דא? דיע זענען אסאך ערגער. און אויב די ווייסט נישט גיי לייען אביסל נישט צו ווייטע היסטאריע פון די ילדי טעהראן און די אידן פון תימן. און פון נאך די קריג. אביסל פון די אידישע טעראריסטן וואס האט טערארזירט די ענגלישע רעגירונג נאך און פאר די קריג. א מדינה (ענגלאנד) וואס האט אונז געהאלפן ביים קריג! וואס האבן זיי (טעראריסטן) געטוען? געשיקט באמבעס אויף פאסט פאר ענגלישע סאלדאטן. די זעלבע זענען נאכדעם געווארן די פירערס. לאמיר נישט פארקריכן. נאר אביסל היסטאריע ווייל ווי סקוקט אויס ביזטו זייער שלעכט און היסטאריע.
נחזור לענינינו.
זאג נאר מיין טייערע פריינט אבער באמת ווען די האסט ווען א ברירה צו גיין און מיליטער וואלטסטו געגאנגען? און אמעריקע וואו עס איז נישט געצווינגען און נישט אזוי סכנהדיג ווי דארט?
אזוי וואספארא למשל? ביזט דאך א קלוגער אינגערמאן. איז שלאג עפעס פאר נישט פירקעל סתם אזוי און די וועלט אריין צוזאם מישען שטותים והבלים.
אפשר טאקע!! גיי און מיליטער אבער שוין! דא און אמעריקע. זאג נאר די האלטסט באמת אזוי? דעמאקראטיע איז ביי דיר אינגאנצן אפגעפרעגט. איי וועסטו זאגן אמעריקע האט אויך געהאט א דרעפט אבער ווען? נאר ווען עס האט זיך אויסגעפעלט. אבער די מדינה וואס איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די גאנצע מדינה האט אויסגעפעלט ווי א לאך און קאפ. נאר זייער דרעפט ענדיגט זיך קיינמאל נישט. וועלעכע נאך דעמאקראטישע לאנד האט א דרעפט אזויפיל יאר? אדרבה די ביזט דאך גוט און וויקיפידיע.
המשך יבא

בר דעת האט געשריבן:מיר שטייען דא ביים גרויסן היסטארישן עצרת זונטאג פרשת צו אין מאנהעטן ווי עס זענען זיך צוזאמענגעקומען צענדליגער טויזנטער אידן צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי און זאגן תהלים און פארפירן, [justify][/justify]
אויסשרייען די ווי געשריי יא. פארפירן? אפשר ביזטו מיר מסביר פון וואס די רעדסט?
בר דעת האט געשריבן:פאטאגראפירן פאר די מידיע. [justify][/justify]
די האלטסט למשל אז ר׳ דוד שלמה עקשטיין אינטערסירט בכלל די מידיע צו ער איז פאטאגראפירט? די האלטסט בעצם אז די ערנסטע רבנים און ת״ח וואס זענען זיך צוזאמען געקומען אינטערסירט עס בכלל. די איינציגע זאך וואס זיי דארפן מידיע אנטענשען איז כדי צו לייגן פרעשור אויף די איזרעלי רעגירונג. אזוי ווי יעדער ווייסט מידיע איז פון די איינציגסטע זאכן וואס האלטן די גאווערמענטס בככלליות אביסל אונטער קאנטראל וואס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך.
בר דעת האט געשריבן:וואס פארשטייט גענוי וואס מיר ווילן[justify][/justify]
בדרך אגב איך האב מיר נישט משתתף געווען און יעצט טראכט איך אז אפשר וואלט איך יא געדארפט גיין. ווייל ווייניג מאל הער איך די מידיע אזוי גוט ארויסהאבן וואס עס באדערט אונז. יא זיי פארשטיין זייער גוט. און אז די ווילסט פרוף האב איך א ריקארדיננג וויאזוי די נייעס סטאנציאן מעלדן עס און די נייעס
בר דעת האט געשריבן:מיר זענען דא יעצט ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע סיבות צו צוזאמענקומען. [justify][/justify]
די האלטסט אז די אלע טויזנטער אידן האבן באמת נישט וואס צו טוען מיט זייער צייט? טיפשות במלא מובן המלא.
בר דעת האט געשריבן:מיר זענען דא ווייל מיר פארמאגן נישט קיין מענטשליכע הנאה, [justify][/justify]
אזוי גאר? זייט זשע אזוי גוט און זיי מיר מסביר וואס דאס מיינט מענטשליכע הנאה און דיינע אויגן? פאר מיר די גרעסטע הנאה איז אדורך צואקערן א שווערע שטיקל גמרא האסט שוין אמאל זיך געפלאגט ביים לערנען און פארשטאנען די גמרא? זאג נאר איז דאס נישט א מענטשליכע הנאה.?
אפשר גאר מיינטסטו ארבעטן? וואטשען א מאווי? שפילן געימס? גיין ארויס פארברענגן? ווייל איך זיך שוין יארן די הנאות וואס דיינס גלייכן האבן וואס איך האב נישט? ווייל די אלע אויבען דערמאנטע זאכן האב איך אויך.
בר דעת האט געשריבן:קולטור[justify][/justify]
זאג נאר ביזט באמת פאריקט. זיי מיר מסביר וואסערע קולטור די גוים האבן? מיינסט אפשר אז אונז זעמיר נישט און א קולט? קולטור!! מיר האלט דאך דא און קאווע שטיבל אז אונזער קולטור איז פארפארן דאס מיינט אונז האב מיר א קולטור נאר עס איז דא געוויסע פראבלעמען וואס אגב דיע פראטעסט איז נישט פון די פראבלעמעןץ חינוך. דירות. משוגעת'ן אויף צניעות דאס זענען ערנסטע פראבלעמען וואס אונזער קולטור מוטשעט זיך. און מיט דיינע אראפרייסן יעדע איינציגסטע זאך נעמט עס אוועק די שטארקייט פון די טענות לגבי די ריכטיגע פראבלעמען. אזוי ווי ביי די קול קורא וואס מער אלס שוואכער די רעזולטאטן.
בר דעת האט געשריבן:מוזיק[justify][/justify]
נישטא ווער עס זאל וויינען (בדרך אגב פארשטיי איך גאר ווייניג צו מוזיק) אבער צו זאגן אז אונז האב מיר נישט קיין מוזיק. גיי אריין און די מוזיק אפטיילונג דא און לייען! סתם געפירקלט.
בר דעת האט געשריבן:ספארטס! [justify][/justify]
דאס איז אביסל א לענגערע אפשאצונג וואס איך וועל אי״ה צוריק קומען.
דרך אגב פון דיין וועג פון שרייבן קוקט אויס אז די האסט נישט דאס מינדענסטע השגה ווי אזוי א עווריטש גוי׳ס לעבן קוקט אויס. די לעבסט און א חלום אז דארט איז בעסער. מיין פריינט גיי ארויס אביסל און די נעכט און די קלאבס בארס גיי צו פארוויילונגס פלעצער פארברענג דארט און באטראכט זיי שמועס מיט זיי. גלייב מיר וועסט מאכן די ברכה שלא עשני גוי מיט א גרעסערע שמחה. איך גיי נישט דא אריין וועגן די סיסטעם וואס האט זיך זיינע פראבלעמען איך רעד דאס בעצם אווער אלל ווי מען זאגט.
וועסט כמעט נישט טרעפן א גוי וואס זיין פאמיליע איז גאנץ וד"ל גיי ארויס וועסטו זען אדער וואטש ריאלעטי שאויס.
מיט זייער גאנצע ספארט. מוזיק. קולטור. און מענטשליכע הנאה שטיי מיר נאך אלץ בעסער אלץ אידן.
בר דעת האט געשריבן:מיר זענען דא ווייל מיר זענען די אייביגע נרדפים. אונז כלל ישראל, מיר זענען דאך כלל ישראל, כ'מיין רעכן אראפ די פאר מיליאן ציונים, די פאר מיליאן רעפארמער, די מזרחיסטן און פארשטייט זיך די אנדערע שענדישוב און די נישט ריכטיגע באבוב, מיר זענען כלל ישראל. און מיר כלל ישראל מוזן זיין נרדפים, אזוי פירט זיך כלל ישראל, און דעריבער זענען מיר דא אויסשרייען די וויי געשריי. מיר זענען נרדפים! פוי! [justify][/justify]
קלעבט נישט קיין איין ווארט. ערנסט גערעדט דא ליגט נישט גארניקס.
וואס מיינט דאס אז מיר מוזן זיין נרדפים? זאג נאר די קאנסט אפילו א טראפקעלע היסטאריע? ווייל עס קוקט בכלל נישט אויס אזוי
בר דעת האט געשריבן:ווייל מדינת ישראל האט געמאכט א געזעץ אז א חלק פון די בחורים זאלן דינען אין מיליטערישע און ציווילע אגענטורן במשך פון עטליכע יאר, אין פרומע מסגרת'ן. דאס איז עק וועלט! [justify][/justify]
ניין סאיז נישט עק וועלט! עס טוט פשוט וויי אז מ׳צווינגט אריין און די מיליטער פון א מדינה וואס איז עובר על כל התורה כולה. זיי מיר באמת מסביר וואס איז די חילוק פון דעם ביז די קאנטאניסטן? אה יא זיכער וואס הייסט דארט האבן זיי אונז געוואלט אפשמד׳ן. און מה שאין כן דא? דיע זענען אסאך ערגער. און אויב די ווייסט נישט גיי לייען אביסל נישט צו ווייטע היסטאריע פון די ילדי טעהראן און די אידן פון תימן. און פון נאך די קריג. אביסל פון די אידישע טעראריסטן וואס האט טערארזירט די ענגלישע רעגירונג נאך און פאר די קריג. א מדינה (ענגלאנד) וואס האט אונז געהאלפן ביים קריג! וואס האבן זיי (טעראריסטן) געטוען? געשיקט באמבעס אויף פאסט פאר ענגלישע סאלדאטן. די זעלבע זענען נאכדעם געווארן די פירערס. לאמיר נישט פארקריכן. נאר אביסל היסטאריע ווייל ווי סקוקט אויס ביזטו זייער שלעכט און היסטאריע.
נחזור לענינינו.
זאג נאר מיין טייערע פריינט אבער באמת ווען די האסט ווען א ברירה צו גיין און מיליטער וואלטסטו געגאנגען? און אמעריקע וואו עס איז נישט געצווינגען און נישט אזוי סכנהדיג ווי דארט?
בר דעת האט געשריבן:וואס דען זאלן מיר טון? זאלן מיר באמת קאנסידערן אז מיר זאלן אויפקומען מיט סעלושאנס? [justify][/justify]
אזוי וואספארא למשל? ביזט דאך א קלוגער אינגערמאן. איז שלאג עפעס פאר נישט פירקעל סתם אזוי און די וועלט אריין צוזאם מישען שטותים והבלים.
בר דעת האט געשריבן:זאל מען באמת טראכטן אז אפשר, אפשר, אפשר איז טאקע א אישו אז א פערטל מדינה מאכט זיך נישט וויסנדיג פון טראגן די לאסט?
[justify][/justify]