בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

שליחה דורך משה געציל »

שטעלט אייך פאר בעל שמת׳קע סיפורים ווערן פארציילט ווייטער אין היינטיגע צייטען, לאמיר נעמען דעם באקאנטען אלעסקי בעל עגלה מעשיות און פראבירען צו צושטעלן צו די היינטיגע וועלט ווי אזוי בערך די סיפורים וואלטען אויסגעקוקט.

דער הייליגער וויסקאנסענער רבי׳ זצ״ל (א זין פונעם קארליינער זי״ע), פלעגט א יעדן מוצש״ק פראווענען מלוה מלכה ווי ער האט מקפיד געווען עס זאל א יעדע וואך זיין עפעס פרישע חמין, ע״פ רוב פלעגט איינער פון די חסידים וואס פלעגן ספעציעל קומען צו פארען צום רבינ׳ס מלוה מלכה אריבער ברענגען עפעס פריש.

איין ווינטער מוצש״ק איז געגאנגען זייער א שווערע שניי וואס דאס האט גורם געווען אז עס זאל זיך נישט דרייען קיין מענטשן אין וויסקאנסענער הויף, דערזענדיג אז עס ווערט שפעט און עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט בדרך הטבע אנקומען עפעס פרישע חמין האט דער רבי׳ צוגערופען זיי שאפער חייקל, חייקל גיי זאפארט ווארעם אן די אויטא מיר גיי מיר זיך ארויס לאזען.

וואו? וואס? ווען? חייקל ווייסט שוין אז פונעם הייליגען רבי׳ן פרעגט מען נישט אזעלכע קשיות.

נאך פינף מינוט קומט דער רבי׳ ארויס א פארדביקות׳דעטר, הייסט פאר חייקל׳ן זיך אריינצוזעצען אין איינער פון די פאסאנדזשיר זיצען, דער רבי׳ מורמעלט זיך אינטער עפעס א שטילען לחש און די קאר נעמט זיך פליען אין די לופטען. מען פליט דורך גאנצעטע געסער מיט שאסייען שטעט מיט דערפער.

אזוי פארענדיג באמערקט אונזער חייקל, אז דעם רבינ׳ס בלעקבערי איז אויסגעלאפן פון עלעקטעריציע, חייקל ווייסט אז אן די בלעקבערי קען די רבי׳ נישט פראווענען די עבודת הקודש זיינער, אוודאי ווען מען קען זיך נישט מקשר זיין מיט די סעטעלייטאן, א דעשראקענער פונעם רבינ׳ס הקפדה פארציילט חייקל שנעל פארן רבי׳ן וואס דא האט פאסירט, דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט מורמעלט זיך פריש אונטער עפעס א לחש׳ל און דער קאר געפינט זיך אויף די ערד נעבען עפעס א פארשטיפטער וועלדעל, גיי אריין אין וואלד חייקל! ביים ערשטן בוים וואס דו געפינסט נעם ארויס דעם באטערי און שטעק אים אריין נעבן די ווארצלעך פינעם בוים! חייקל ווייסט אז דער רבי׳ זאגט פרעגט מען נישט, מיט א זריזות לויפט ער שנעל און שטעקט אריין דעם באטערי נאך צוויי מינוט נעמט ער עס ארויס פון דארטען עס ארבעט ממש ווי ניי.

מען פארט ווייטער, אזוי ווי פריער ווייסט חייקל אז מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען פליט דורך בערג און טאלען פלוצלינג געט זיך דער קאר א ווילדער שטעל אפ און מען דערזעט זיך ערגעץ אין א ליידיגען גרויסן פעלד, דער רבי׳ הייסט פאר חייקל׳ן ארויס צו קומען פונעם קאר און אים דערלאנגען זיין בלעקבערי, דער רבי׳ נעמט דער בלעקבערי ער קלאפט אריין אפאר צירופים, און ער נעמט זיך שנעל גיין, נאך צען מינוט זעט מען פין דערווייטענטס עפעס א ליכטיגקייט, זיי שפרייזען אהין און פאר זייער אויגן אנטפלעקט זיך א הערליכן שיינעם רעסטעראנט (ליין קרעטשמע), דער רבי׳ גייט אריין און פון אינטער די קאנטער קומט ארויס צוגיין א חסידישע איד, זעענדיג דעם רבי׳ן מיט זיין הדרת פנים האט ער גלייך פארשטאנען אז מען רעדט דא פון עפעס העכערע זאכען. מיט א ציטער געט ער א פרעג,
הייליגער רבי וואס קען איך דעם רבי׳ן מכבד זיין? נאך איידער דער רבי׳ האט געהאט צייט צו ענטפערן איז שוין געווען צוגעגרייט א טיש מיט אלע מטעמים פיצא, פרענטש פרייס, סאור קראט, וכו׳.
אויפן פארלאנג פונעם רבי׳ן האט ער צושניטען דעם פיצא אין אכט טיילען, און אנגעפילט דעם בעכער מיט קאלטע קאלע סאדע.

דער רבי׳ איז זייער נתפעל געווארן פונעם ווארימען אויפנאמע, ער רופט צו דעם בעל הבית און זאגט אים איך זע אויף דיין פנים אז עפעס דרוקט דיר, זאג מיר וואס עס דרוקט דיר אויפן הארץ.

״איך וועל פארן רבי׳ן דעם אמת פארציילען,
שוין צוואנציג יאר וואס איך האב חתונה געהאט,
ליידער בין איך מיט קינדער נאכנישט געווארן געהאלפען,
דער הייליגער רבי׳ זאל אנווינטשען איך זאל א קינד האלטען אין מיין האנט״.
(קרעדיט ספרית מחניים)

דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט, הייבט אויף די הייליגע אויגן און וואונטשט אן דעם בעה"ב, אי״ה אין ניין מאנאטאן פן היינט וועט דיין הויז באגליקט ווערן מיט א ניי געבוירענע קינד. מיט פארוויינטע אויגן שעפשעט ער ארויס א אמן. וכך הוה נאך ניין חדשים איז געבוירן געווארן א בן זכר, זיעועכי״א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אזוי מיאוס חוזק צו מאכן פון בעל שם הקדוש?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה געציל מאכט חוזק אדער דער וואס פארציילט עס אויפן בעל שם טוב מאכט חוזק?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כבר היה לעולמים, דאכט זיך מיר אז כ'האב געהערט דערציילען אזעלכע מעשיות אויפן ריבניצער, קארן זענען געפארן אן מאטארען און אן געז וכדו'.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אזוי מיאוס חוזק צו מאכן פון בעל שם הקדוש?

איך האב נישט אינזין געהאט ח״ו חוזק צומאכען פון בעשה״ק, איך האב ס״ה געטראכט הויך ווי אזוי עס וואלט ווען אויסגעקוקט אזלעכע מעשיות ביי היינטיגע רבי׳ס, איך גלייב מען גייט עס נאך פארציילען איין טאג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

משה געציל האט געשריבן:דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט, הייסט דעם בעל הבית צו ריפען זיין ווייב, א פלינקער קומט זי שנעל אריבער דער רבי׳ הייסט יעדען ארויסגיין, נאך אפאר מינוט רופט דער רבי׳ אריין דעם בעל הבית און זאגט אים, אי״ה אין ניין מאנאטאן פן היינט וועט דיין הויז באגליקט ווערן מיט א ניי געבוירענע קינד. מיט פארוויינטע אויגן שעפשעט ער ארויס א אמן. וכך הוה נאך ניין חדשים איז געבוירן געווארן א בן זכר, זיעועכי״א.


איך גיי נישט אריינגיין אין די אנפאנג פון די סיפור, אבער דער חלק איז זיכער ליצנות פונעם בעש"ט.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט, הייסט דעם בעל הבית צו ריפען זיין ווייב, א פלינקער קומט זי שנעל אריבער דער רבי׳ הייסט יעדען ארויסגיין, נאך אפאר מינוט רופט דער רבי׳ אריין דעם בעל הבית און זאגט אים, אי״ה אין ניין מאנאטאן פן היינט וועט דיין הויז באגליקט ווערן מיט א ניי געבוירענע קינד. מיט פארוויינטע אויגן שעפשעט ער ארויס א אמן. וכך הוה נאך ניין חדשים איז געבוירן געווארן א בן זכר, זיעועכי״א.


איך גיי נישט אריינגיין אין די אנפאנג פון די סיפור, אבער דער חלק איז זיכער ליצנות פונעם בעש"ט.

דו קענסט אזא מעשה אויפן בעל שם הקדוש? איך שרייב ס״ה ווי אזוי עס וואלט אויס געקוקט היינטיגע צייטען, און יא איך האב געשריבן דעם חלק רעדענדיג פון היינטיגע צייטען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיי כאטשיק א אומר דבר בשם אומרו, איעדע צווייטע משכיליש ביכל פלעגט האבן דעם ניבול פה ווערטל אויף די רביס.
מה שהיה הוא שיהיה מען פלעגט אמאל שרייבען די זעלבע און נאך ערגער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אז דו זעהסט דערין לצנות האסטו א קאמפלעקס און ביסט נכשל געווארן אין מהרהר זיין אויפן די סיפורים אויפן בעל שם טוב. רח"ל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

א באנדע לצים דא!! אבער שילדיג אין דעם איז מנחם מענדיל פארן אונז אנשטאפען מיט שטיות!!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

שליחה דורך איחוד פעלד »

די פוינט אז מען רעדט זיך איין אז א וואגען קען פארען אליין מער ווי א קאר, איז גוט ארויסגעברענגט.
הייעווער, די סוף אז די רבי האט געהאלפען א בעל הביתטע, דורך ארויס שיקען יעדעם, איז א שיינע חוזק וואס מען ניצט און פלעגט אלץ זאגען אויף די אנדערע צד,
אנהייב מתנגדים
שפעטער רעפורמער
שפעטער חסידים אויף חסידים.
אבער מעשיות וואס מען פארציילט גייען געווענטליך נישט אזוי, ממילא מאכט עס חרוב די מעסעדזש פין די מעשה, ודוק.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

כאטש איך האב נישט געהאט קיין שום כונה חוזק מאכען פון בעשה"ק ח"ו דאך האב איך געזען אז געוויסע חברים האבען יא אזוי פארשטאנען, האב איך רעדאגירט מיין תגובה און פארמעקט די חלק פון די לעצטע פארעגראף וואס געוויסע האבען געהאט טענות.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'האב בכלל נישט געכאפט די חלק פונעם רבי'ס יחוד. ברויך מען האבן א שמוציג מוח צו טראכטן אין די דירעקציע?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יואליש האט געשריבן:כ'האב בכלל נישט געכאפט די חלק פונעם רבי'ס יחוד. ברויך מען האבן א שמוציג מוח צו טראכטן אין די דירעקציע?

איך ווייס נישט צו שמוציג, אבער מען דארף זיין א טיפע טראכטער...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

יואליש האט געשריבן:כ'האב בכלל נישט געכאפט די חלק פונעם רבי'ס יחוד. ברויך מען האבן א שמוציג מוח צו טראכטן אין די דירעקציע?
ניין מע דארף פשוט זיין וואן טרעק מיינדעד!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מ'דארף פשוט האבן געלייענט די אשכול פון א אדמו"ר וואס איז אדורכגעפאלן.....
וירח ה' את ריח הניחוח
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

משה געציל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'האב בכלל נישט געכאפט די חלק פונעם רבי'ס יחוד. ברויך מען האבן א שמוציג מוח צו טראכטן אין די דירעקציע?

איך ווייס נישט צו שמוציג, אבער מען דארף זיין א טיפע טראכטער...

M -GETZEL stop answering. Who ever doesn't have sense of humor should get out of the shteeble. :lol:
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

מעשה שהיה

שליחה דורך גלות יוד »

אמאל איז געקומען צום סאוט פאלסבורג רבי א חסיד ער דארף א ברכה פאר זיין אונליין געשעפט האט די רבי איהם געזאגט אין וויליאמסבורג וואוינט א איד מיטן נאמען ר' ברוך ביי איהם וועסטו געהאלפן ווערן.

שוין ער פארט אוועק פון רבין טראכדענדיג ווי קום איך אן אין אזא גרויסע שטאט איך בין קיינמאל נישט געווען דארט שוין, אז די רבי הייסט פארט מען, ווי טרעף איך א נאדל אין שטרוי קודם וועל איך שיקן אימעיל צי מיינע באקאנטע ער הייבט אן אבער איז שנעל מיד געווארן פון זיכן (ווי לאנג קען מען זיצן ביי א סקרין ער האט דאך dial up) ער בארעכנט זיך לאמיר אפ מיט די נייע מאדישע וועגן איך וועל אהין פארן מ'וועט שוין זען.

אזוי פארט ער ארויס זיך שלענגעלדינג אויף בערג און טאלן (לייען:ny 17) אנגעפיקעוועט מיט חיות דוחפות (לייען: הערשן) און רויבער באהאלטן אין די וועלדער (לייען: פאליס) פארט ער לאנגע שטונדן מיט זיין אלטן מגושמ'דיגע סטעישן וואגאן און אינמיטן וועג דער פערד פארלאנגט זיינס (געז) שטעלט ער זיך אפ אין קרעטשמע (געז סטאנציע) און ער שטעלט אריין די אלטע פערד אין שטאל צו עסן שטרוי (ethenol) און ער גייט אריין זיך דערווארימען און ער פרעגט דעם מאשקע (וואדען) אזוי ווי עס קומען אריין דא אסאך מענטשן אונטערוועגנס צום רבי'ן, אפשר ווייסטו וועגן א איד וואס וואווינט אין וויליאמסבורג וואס הייסט ר' ברוך הייבט ער אן צי לאכן ווי וועסטו טרעפן א איד אין אזא גרויסע שטאט, זאג דיין רבי'ן אז.. שוין מ'טאר אפילו איבערזאגן וואס ער האט געזאגט...

גיי טרעף אין די גרויסע שטאט א איד כמה ברוך איכא?, האט ער אנגעהויבן צו מפרסם זיין אין דבר יום ביומו און אין גיט מארגן ס'יז געווארן די talk of town מ'האט שוין געזען מאדנע עדס אבער אזאנס? ווער האט געטראפן א ר' ברוך? ער שיקט בריוולעך מיט ברוך טעם מעילינג וכו' ער גייט אריין אין די אינטערנעט קיאסקס אפשר וועט ער האבן מער הצלחה איינער האט איהם געזאגט מ'קען זיך אויפשרייבן אויף אזא זאך טוויטער אדער facebook אזא מענטשן hunter איינער זיכט א ר' ברוך? קיינער ווייסט נישט וועלכע ברוך, שוין ער זיכט ביז איינער האט זיך מרחם געווען יא ער ווייסט אויפן בוידעם אויף 61 harrison וואווינט א איד א פראסטער דעליווערי באוי מיטן נאמען bruce קוים וואס ער קומט אין שול און ווען יא לאכט ער ארום מיט זיין black berry מ'קען ממש נישט שטיין אין זיין ד אמות

ער טראכט צי זיך איהם האט די רבי געמיינט? אבער; אויפן רבין פרעגט מען קיין קשיות, שוין ער זיכט אויף די גאס א גרויסע גאס מיט טויזענטער איינוואוינער אין א געביידע מיט כ'ווייס וויפיל איינוואווינער ענדליך האט ער געטראפן די אדרעס האט ער קוים געקענט לייענען די נאמען אויפן bell אפילו אויפן mailbox האט זיך קוים אנגעזען (ווער שיקט איהם שוין פאסט? ס'דא אימעיל און bbm ).

שוין ער פרייט זיך ענדליך האט ער געטראפן ער קריכט ארויף ער קלינגט די בעל עפנט אויף א פרוי א פראסטע לעידי אנגעטין ווי....... וואס ווילסטו? פרעגט זי איהם אזוי בלשון נוכח זאגט ער די גאנצע שלשול די סאוט פאלסבורג רבי האט מיר געשיקט אז ער קען מיר העלפן אזוי רעדענדיג קומט אריין צי גיין ברוך/bruce מיט א טישירט מיט א ריזיגע טשאפ און ער לאכט מיט זיין בלעקבערי ער ווינדערט זיך ווייטער דעם ליידיגייער האט די רבי געמיינט?.....

האומר לדמיון עד פה תבוא.

(פארזעצונג אין process)
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

עפעס קאמענטארן?
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערשט יעצט געזעהן דיין שיינע מעשה/לע. זייער שיין. מ'דארף נאר זעהן ווי אזוי ס'האט זיך גע'ענדיגט. אבער איין קשיא האב איך אז ווי אזוי האט ער געטראכט מצליח צו זיין אין די אן ליין ביזנעס ווען ער אליין האט נאר דייל אפ??
אה. אפשר האט טאקע דאס אים ברוך געדארפט מסביר זיין
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

שליחה דורך איחוד פעלד »

די סייט איז געווען האסטעד ביי אנדערע. בכלל איז נישט אנגענומען צו פרעגען קשיות, כידוע בפתגם, א קשיא אויף א מעשה?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

גלות יוד האט געשריבן:עפעס קאמענטארן?

It just doesn't make ane sense !!!!!
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ביים גרויסע עצרת אין א"י, האט דער בעלזא רב זיך גענוומען זאגען נוסח תשליך, מאנכע האבן געמיינט אז ער וועפט [...]. אבער עס באט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט גאנץ גוט געזעהן, ברוח קדשו האט ער געזעהן למרחקים ווי די חיילי צה"ל שטורמט ארויף אויף איראנישע שיף, אין קאנפעסטירט דעם על חרבך תחי'. נו ווער זאגט אז אונז פארמאגען נישט א קלארע בעל רוח הקודש בזמנינו אלה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע שרייבן מיט רעספעקט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט