ר' משה געציל. ייש"כ פאר פארציילן די הערליכע מעשה לכבוד מוצש"ק. איך וואלט נאך געקענט צו לייגן עטליכע אינטרעסאנטע פרטים בשעת דער רבי זי"ע האט געוויילט אין די קרעטשמע. נאר איין קליינע הערה. וויל איך יא זאגן. היינטיגע צייטן. אין שנת תשע"ד לפ"ק. 2014 למספ. דארף די מעשה ווערן דערציילט אז די הייליגע רבי, זי"ע איז געפארן מיט א העליקאפטער.
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אזוי מיאוס חוזק צו מאכן פון בעל שם הקדוש?
איך האב נישט אינזין געהאט ח״ו חוזק צומאכען פון בעשה״ק, איך האב ס״ה געטראכט הויך ווי אזוי עס וואלט ווען אויסגעקוקט אזלעכע מעשיות ביי היינטיגע רבי׳ס, איך גלייב מען גייט עס נאך פארציילען איין טאג.
די פריערדיגע צדיקי אמת ווי דער סאטמאר'ער רבי, בעל ויואל משה און הרה"צ ר' שלמה מ'באבוב זצ"ל האבן טאקע נישט געהאלטן פון די סיפורי מעשיות וועלכע ווערן דערציילט דורכ'ן המון עם. נאר געקליבענע מעשיות ממקורות מוסמכים.