סיינט די פעטיציע: מיר דארפן א פרייליכן פורים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

סיינט די פעטיציע: מיר דארפן א פרייליכן פורים!

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]דער יום טוב פורים דערנענטערט זיך שוין. אידן האבן שוין אנגעהויבן זיין פרייליך פון ר"ח אדר, ווי די גמרא זאגט משנכנס אדר מרבין בשמחה, די מער פרומערע האבן שוין אנגעהויבן פון ר"ח אדר א', יעצט ווען מען האלט שוין ממש אייניגע טעג פאר פורים, ערוועקן זיך שוין אפילו די שוואכערע און הייבן שוין אן צו זיין פרייליך.

עס איז באקאנט די קשיא פארוואס ביי "משנכנס אב" איז דא פונקליכע הלכות וואס און ווען מען טאר נישט טוהן חודש אב אז עס זאל נישט ברענגן צופיל שמחה, ווידער ביי "משנכנס אדר" שטייט נישט קיין הלכות מיט וואס מען דארף פארמערן שמחה?

זאגן די פריערדיגע אז ביי חודש אב האט מען מורא געהאט אז דער עולם וועט ווערן אנגעזעצט איבער די מאס, האט מען אוועק געשטעלט גבולים וואס מען דארף טוהן, וזהו - דאס איז עס, מער פון דעם דארף מען נישט טרויערן. אבער ביי חודש אדר ווען מען דארף זיין פרייליך, מאכט מען נישט קיין גבולים, יעדער דארף זעהן צו זיין פרייליך וויפיל ער קען, און יעדער ווייסט ביי זיך וואסערע זאכן עס מאכן אים פרייליך און אין דעם דארף ער מרבה זיין אין חודש אדר.

איינער ווערט פרייליך פון מוזיק, זאל ער הערן מוזיק. א צווייטער ווערט פרייליך פון עסן גוטע זאכן, זאל ער דאס טוהן. און אזוי ווייטער יעדער ווערט פרייליך פון עפעס אנדערש. איך כשלעצמי, פרוביר צו טוהן די זאכן וואס מאכן מיר פרייליך, און מיטן באשעפער'ס הילף ארבעט זיך עס אויס גאנץ פיין. איין זאך האב איך אבער וואס פלעגט מיר מאכן זייער פרייליך, און איך וואלט זייער געקענט באשטיין עס ווייטער צו האבן, אבער צו דעם דארף איך האבן די הילף פון די חברי השטיבל, צו סיינען דעם פעטיציע.

דער ענין איז איבער [tag]קופערניקוס[/tag]. פאר דער עלטערער דור דאהי, איז דער נאמען אליין גענוג ארויפצוברענגן א שמייכל אויפן פנים. און דער אינגערער דור אשר לא ידע את יוסף, איז כדאי צו כאפן א בליק אויף זיינע תגובות, איינס בעסער פונעם צווייטן. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען ער האט איינמאל תשובה געטוהן, ווי עס האט זיך דאן געגאסן שמאלץ. דאס איז נאר איין ביישפיל פון זיינע נאנט צו 1500 תגובות, כולם שוין לטובה. און איך גלייב אז אין די אזוי אויסגעווארטעטע "קאווע געלעכטער" וועט זיכער זיין אסאך סחורה פון אים.

למעשה איז ער לעצטנס פארשוואונדען געווארן פון האריזאנט, מען זעהט נישט און מען הערט נישט פון אים. זיין לעצטע תגובה איז געווען מיט אנדערטהאלבן חודש צוריק. און די לעצטע אשכול וואס ער האט געעפנט איז געווען - איר וועט נישט גלייבן - מיט גאנצע זיבן חדשים צוריק.

יעצט ווען מען האלט בעפאר פורים, בענקט זיך מיר צו הערן עפעס א גריס פון אים. ווי באקאנט טוען צדיקים שטענדיג תשובה על תשובה, ווייל אפשר איז די פריערידיגע תשובה נישט געווען בשלימות. דא זעהט מען עס ממש בחוש, וויפיל דער קופערניקוס טוט תשובה איין מאל און נאכאמאל, דארף ער אלץ פון פריש תשובה טוהן, און הלואי זאל עס שוין זיין דאס לעצטע מאל וואס מען דארף זיך בעטן אזוי ביי אים אז ער זאל צוריק קומען.

און מיט דעם גיי איך ארויס מיט א פעטיציע קאמפיין, ווער עס האט סיי וועלכע השפעה אויף דעם קופערניקוס אז ער זאל תשובה טוהן און זיך צוריק קערן צו אונז, ווערט געבעטן צו טוהן כל מה שביכולתו אים אהער צו שלעפן ביים אויער. ולמצוה גדולה יחשב.

און אין דעם זכות וועלן מיר אלע האבן א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איך שרייב אונטער מיט אלע מיינע ניקים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך שרייב אונטער נאר מיט מיין ראשעקאל ניק. מיין אנדערע ניק איז זייער פרום, און ער האלט אז קיפערניקעס איז צו אויפגעקלערט , און גוט אז ער איז מער נישט דא
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך שרייב אונטער, מיט א תפילה צום באשעפער אז די מצות סיזען זאל זיין סלאו דאס יאר, כדי דער שיבער זאל נישט אזוי שטארק שוויצן, און אונזער קופערניקוס זאל זיך קענען אפרוהען בין וויש ל'וויש, און אהערקומען שרייבן אביסל איבער זיינע איבערלעבענישן.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

עס קוקט אויס ווי [tag]יידל[/tag] האט מורא געהאט אז ער גייט זיין נעקסט אויף די פעטיציע איז ער שנעל געקומען צו לויפען, [tag]יידל[/tag] עפעס א גוטס לכבוד פורים דארפען אונז פון דיך
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

מי יתן דער עוילם זאל אנהייבן צו עסן די מהור'דיגע מאשין מצות. נישט די האנט מצות וואס איז געווייקט מיט אידיש בלוט (דמים תרתי משמע). וועט קופערניקוס קענען צוריק קומען במלוא הודו והדרו.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

די פרטים שטומען נישט, ער האט געעפענט צוויי נאבל מאטריאל אשכולות הערשט לעצטנס איינס וועגן א נקדישך טאנץ, און צוויי וועגן די שם של ארבע.
הכלל, איך וויין אויך וואו איז קופערניקוס, קודם כל ווארט איך ער זאל צוריקקומען ווייל, עההם, נישט משנה.
קופער איז דער קינג אוו יומער, טייכן אידישע טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן פון ליינען זיינע ארטיקלען, א בחינה פון אם קטן אתה, אז דו מאכסט דעם עולם קטנען אין די הויזן, דעמאלט ראש'י שבטי ישראל אתה, יו אר דע מען.
ווען נישט די האלעפצעס וואס שמעקן שוין אין די נאז לעכער וואלט איך פארגעשלאגן מ'זאל דערקלערן א הונגער סטרייק ביז ער קומט צוריק. שיק איך אים אן אישי, זאגט ער מיר ער איז ביזי. שכויעח, נאר פארנומענע מענטשן דארפן מיר, ליידיגגייער זאלן זיך טרעפן א צווייט פלאץ.
ובחדא מחתא בין איך מוחה נמרצות האסטו געהערט אזאנס אויפ'ן שר צבא ה' יואב וואס האט זיך אפגעגאפלט פון דא אזוי בשתיקה אן איבערלאזן א שאטן. פישעלע שוויצט פון צוזאמענעמען די פילע הומאראסיטישער ארטיקלען זיינע, וואס וועלן געוויס אויפנעמען א באדייטנדע צאל בלעטער אין קאווע געלעכטער.
מ'דארף באשטעלן צימערמאן מיט א טאוול: קופער און יואב, פפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפוווווווווווווווווווווווווווווווווווויייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אם קטן אתה.... א שיין ווארט! (אייגענס?)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך שרייב אונטער, מיט א תפילה צום באשעפער אז די מצות סיזען זאל זיין סלאו דאס יאר, כדי דער שיבער זאל נישט אזוי שטארק שוויצן, און אונזער קופערניקוס זאל זיך קענען אפרוהען בין וויש ל'וויש, און אהערקומען שרייבן אביסל איבער זיינע איבערלעבענישן.

כ'האב מורא אז ער (קופערניקוס, ע"ה) האלט אויכעט אזוי. מהאי טעמא איז ער שוין נישט דא. בינינו.
נ.ב.:ס'איז זעלבסט פארשטענדליך (מובן מאליו) אז דאס אויבנדערמאנטע איז נאר געזאגט געווארן אויף זיין ניק. אבער איהם אליינס (ר' יודל איצקאוויטש, שליט"א) ווינטשן מיר אריכת ימים ונשים, מיט א סאך נחת פון זיינע קינדער און אייניקלעך עמו"ש. און ער זאל זוכה זיין צוזאמען מיט זיין בני בית (אויב ר'איז נישט קיין בחור, אדער א גרוש, ח"ו.) מקבל פנים צו זיין משיח צדקינו (נישט דוקא דעים פון קראונהייטס) ומלכינו בראשינו, אמן. :? 8-) :D :) ;) :lol: :roll: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך שרייב אונטער, מיט א תפילה צום באשעפער אז די מצות סיזען זאל זיין סלאו דאס יאר, כדי דער שיבער זאל נישט אזוי שטארק שוויצן, און אונזער קופערניקוס זאל זיך קענען אפרוהען בין וויש ל'וויש, און אהערקומען שרייבן אביסל איבער זיינע איבערלעבענישן.

כ'האב מורא אז ער (קופערניקוס, ע"ה) האלט אויכעט אזוי. מהאי טעמא איז ער שוין נישט דא. בינינו.
נ.ב.:ס'איז זעלבסט פארשטענדליך (מובן מאליו) אז דאס אויבנדערמאנטע איז נאר געזאגט געווארן אויף זיין ניק. אבער איהם אליינס (ר' יודל איצקאוויטש, שליט"א) ווינטשן מיר אריכת ימים ונשים, מיט א סאך נחת פון זיינע קינדער און אייניקלעך עמו"ש. און ער זאל זוכה זיין צוזאמען מיט זיין בני בית (אויב ר'איז נישט קיין בחור, אדער א גרוש, ח"ו.) מקבל פנים צו זיין משיח צדקינו (נישט דוקא דעים פון קראונהייטס) ומלכינו בראשינו, אמן. :? 8-) :D :) ;) :lol: :roll: :x :P :oops: :o

די תגובה איז נישט די ריכטיגע אדרעסס. ס'איז אריין בשוגג. מיין תגובה איז געווען אויף די מימרא פון אונזער ראשעקאל, שליט"א. נאר ס'איז בטעות אריינגעפאלן אין די געפילטע פיש. :? 8-) :roll: :roll: :roll: :lol: :o
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

אויב וואלט איך געווען חזקי המלך וואלט איז געזאגט אז דא ליגט עפעס טיפערס. נעמליך ניקס שמועסן זיך אפ איינער מיט'ן צווייטן יעדע שטיקל צייט גייט א צווייטער פעלן און דער אנדערע גייט זיך צוריקבעטן צום פעלענדיגן ניק אז ער זאל צוריקומען און אזוי אין איין אטעם ארייכאפן 20 לייקס. וחוזר חלילה
איך בין דאך אבער נישט חזקי המלך מילא זאג איך עס נישט
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:די פרטים שטומען נישט, ער האט געעפענט צוויי נאבל מאטריאל אשכולות הערשט לעצטנס איינס וועגן א נקדישך טאנץ, און צוויי וועגן די שם של ארבע.

איך האב שוין פאראויס געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:און די לעצטע אשכול וואס ער האט געעפנט איז געווען - איר וועט נישט גלייבן - מיט גאנצע זיבן חדשים צוריק.

וכך הוה.

וועגן [tag]יואב[/tag]. כ'האב אים גראדע אינזין געהאט ביים שרייבן. ער וואלט אראפלייגט דעם [tag]קופערניקוס[/tag] ווי עס דארף צו זיין, אז מען זאל טאקע שפירן וואס מען פארפעלט. און קופערניקוס זאל טאקע קומען צו לויפן אויף אלע פיר. אבער אז יואב איז אויך נישט אראונד האב איך זיך געמוזט באגענוגען מיט מיין ארימע פעדער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער: דו האסט אלע מעלות דו ביסט, ב"ה א גוטע שרייבער און אן עניו אויך. :? 8-) :lol: :D ;) :roll: :x :P :o
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

כ'האב אלץ געוואוסט ער האט א הויעכע נשמה, קוקסט דא, יצא נשמתו מיט'ן ויואל משה און מיט'ן מופתי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

אפשר וואלט מען געדארפט אויף הערן אזוי נאך צו לופן די אלע געשטארבענע ניקס זאלן זיי זיך גיין,נישט איז נישט, קופי, מ'מיינט ענק אויך
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דעת בעל הבית העפעח דעת תורה. לאל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דעת בעל הבית העפעח דעת תורה. לאל.

אבער [tag]דעת תורה[/tag] איז דאך אויך פארשווינדען געווארן, בלייבט מען דאך נאר מיטן בעל הבית...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

בקיצור עס איז א דור יותום
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[center]מעןן האט שוין אינגאנצען פארגעסן אז עס איז בכלל געווען פורים און פסח איז שוין אויך אדורעך געלאפען און מען זעט שוין שבועות אויפן האריזאנט.[/center]
[center]שרייט זיך ארויס א וויי געשריי איפה [tag]קופערניקוס[/tag][/center]
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגוועקט
פארשפארט