יעדער איז ביזי, אלעס לויפט און גאלאפירט, און וואו בין איך ??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:29 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

יעדער איז ביזי, אלעס לויפט און גאלאפירט, און וואו בין איך ??

שליחה דורך חולם »

ביקש לישב בשלוה? נישט אלעמאל. איך האב די פראבלעם יעדן ערב ערב ערב יעדן יו"ט כמעט. היינט האט עס מיר נאכאמאל געכאפט און באמאכט. די גאסן זענען אנגעפילט, מ'קען נישט דורכפארן, יעדער לויפט יעדער כאפט, דער שלעפט, יענער שטיפט. אלעס מיט א לאך אויפן פנים. און איך בין ווי אין א אנדערע פלענעט, גארנישט ווארט נישט פאר מיר. איך האב אויך א שטיקל משפחה, איך בין נישט איינזאם, מיט דעם אלעם האב איך נישט וואו צו לויפן און וואו צו זיין ביזי. עם איי מיסינג סאמטינג? פארוואס דארף איך נישט. איך שפיר זיך זייער לעפט אט, איך וואלט געוואלט אנטרינען ווערן צו א דארף און נישט דארפן צו זען ווי אלעס טוט זיך און איך בין נישט אינעם בילד. אדער האב איך געהאט א קלער פון אויך ארומלויפן אין אלע געשעפטן און סתם ווארפן געלט קויפן מהא ודא אבי צו זיין א חלק פון כלל ישראל.
איז איינער אויף מיין זייט?

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר