אוי ניסלעך!!!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

אוי ניסלעך!!!

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אוי ניסלעך איז פיל ווי ביי כפרות,
די נשים פארשוויצט פון ציפקע צרות,
מ'שטופט ווי אין א יום כי'פורים'דיגע מקוה,
מהדרין למהדרין פאר א מצוה,
אלע קאלירן בעסקיטס שיינע,
די שוויגער א גרויסע, די שכן א קליינע,
ביים בעקעריי מ'לויפט מיט זעק,
אנגעפילט מיט די קוכן פון דריי עק,
ביים טוי סטאר א הויעך געפילדער,
קליינע און גרויסע אלע סייז קינדער,
היטן, ביקסן, קרוינען און בערד,
אנגעווארפן אויף די גאנצע ערד,
פורים לנו זינגט שוין די רבי פון דרייצן,
אין שומר שבת טוט מען שוין טאנצן,
שטיפישע ווארפן קרעקערס פון דאך,
די פ"ר גרייט זיך, נישט רעדן צום זאך,
ביי די וויין סוחרים זענען אלע מבינים,
בין ארור לברוך גאנצע הלכות און דינים,
די וויינאליזשיסט [tag]יואב[/tag] טענה'ט ס'איז טריקן,
[tag]יין שרף[/tag] א קעסטל וואדקע צום דערקוויקן
אין די גאסן א געמיש פון בעגס מיט קאליר,
מוזיק, טראפיק, מיט טיקעטס אן א שיעור,
ביי די מחמירים האט מען שוין המן געטייט,
מיט די קינדער זיינע פון א גאס לייט,
פורים! אידן! ער איז שוין אט אט דא,
אזוי פארשטיי איך ווען די גאס איז ווי א זאא,
אלזא ברודער לאמיר לאכן, טאנצן, טרינקען א לחיים,
שיכור'ן און שלאפן לקיים ידי שניהם,
ל-ש-נ-ה ה-ב-א-ה ב-י-ר-ו-ש-ל-י-ם!!!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אוי ניסלעך!!
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nv5U-rBQ1Jw[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט