טשי-קאווע ענינים אויף פורים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

טשי-קאווע ענינים אויף פורים

שליחה דורך מצטמק ויפה »

איש יהודי הי' בשושן הבירה ושמו מרדכי

די ילקוט הגרשוני איז מסביר די פסוק מיט די ווערטער פון אלשיך, אז עס איז נאר געווען איין איש יהודי און שושן, ווייל אלע אנדערע אידן זענען געווארן פריי, לייגט ער צו אז דאס איז פשט און שמו מרדכי, ווייל נאר איינער האט געהייסען מרדכי, אלע אנדערע האב'ן זיך געריפען "מארטין" אדער "מילטאן" וכדו' גלייך צו די גוים.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אשר הגלה עם הגולה אשר הגלתה וגו'

פארוואס עפעס זינגט מען דאס מיט אזא טרויעריגע ניגון, עס איז דאך פורים מען דארף זיין פרייליך? נאר האט דער פורים רב געדריידט מיט'ן גראב'ן פינגער, ווייל די פּאהר מרה שחורה'ניקעס זענען עפעס ראזשינקעס? זיי דארפ'ן דען נישט קיין שמחת פירום? איז טאקע מהאי טעמא, גיט מען זיי א ביינדעל פון א איכה ניגון און באלעקט אייך מיט דעים.
אייייי, אויב אזוי פארוואס נישט מאכ'ן פרייליך א גאנצע מגילה ליינען, און זינגען אלעס מיט'ן איכה ניגון? אבער נאַ נאַ דאס שוין נישט, מ'וועט חלילה קומען לידי הוללות....
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

צוויי עניים האב'ן זיך געטראפן נאך פורים, רופט זיך איינער אן צום חבר, דער המן איז דאך געוואלדיג, ער האט אונז אהערגעשטעלט אזא שיינע יום טוב און מען האט געלייזט אפאהר ראניש, זאגט איהם דער חבר ווארט נאר ווארט נאר, דער פרעה קומט באלד צו גיין און וועט אלעס צונעמען פאר די הוצאות החג.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מצטמק ויפה האט געשריבן:אשר הגלה עם הגולה אשר הגלתה וגו'

פארוואס עפעס זינגט מען דאס מיט אזא טרויעריגע ניגון, עס איז דאך פורים מען דארף זיין פרייליך? נאר האט דער פורים רב געדריידט מיט'ן גראב'ן פינגער, ווייל די פּאהר מרה שחורה'ניקעס זענען עפעס ראזשינקעס? זיי דארפ'ן דען נישט קיין שמחת פירום? איז טאקע מהאי טעמא, גיט מען זיי א ביינדעל פון א איכה ניגון און באלעקט אייך מיט דעים.

איך קען אפאר אזלכע חברה וואס ספעציעל פאר זיי זאגט מען עס טרויעריג
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

לא הגידה אסתר את עמה ואת מולדתה

ר' הערש לייב גא-טליעב דער בדחן פון סיגוט האט געזאגט אמאל פורים, וואס איז די גרעסטע נס פון די מגילה? הוא מותיב והוא מפרק: לא הגידה אסתר, דאס אז א פרוי זאל זיך קענען איינהאלטן פון רעדן דאס איז די גרעסטע נס....
(קונטרס כטוב בעיניכם)
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

מען פארציילט אז אין די קינדערישע יאר'ן פון הרב ר' העשל פון קראקא זצ"ל , האט מען איהם אמאל געפרעגט, פארוואס האט מרדכי געדארפט פארציילן וועגן די עצה פון בגתן ותרש, וואס איז איהם אנגעגאנגען אז מען גייט פטור ווערן פון אחשוורוש? זאל זיין נאך א גוי ווייניגער אויף די וועלט. האט דער יונגעל גענטפערט זייער פשוט אז דורכ'ן פארציילן האט מען געהארגעט צוויי גוים....
(קונטרס כטוב בעיניכם)
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

מצטמק ויפה האט געשריבן:מען פארציילט אז אין די קינדערישע יאר'ן פון הרב ר' העשל פון קראקא זצ"ל , האט מען איהם אמאל געפרעגט, פארוואס האט מרדכי געדארפט פארציילן וועגן די עצה פון בגתן ותרש, וואס איז איהם אנגעגאנגען אז מען גייט פטור ווערן פון אחשוורוש? זאל זיין נאך א גוי ווייניגער אויף די וועלט. האט דער יונגעל גענטפערט זייער פשוט אז דורכ'ן פארציילן האט מען געהארגעט צוויי גוים....
(קונטרס כטוב בעיניכם)

מגילת אסתר מיט געזאנג
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ונשלוח ספרים ביד הרצים וגו' להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד.

פארוואס האט זיך דער המן נישט פארגינען מער ווי איין טאג צו מאכ'ן די מאסן שחיטה רח"ל, פארוואס אלעס ביום אחד?
נאר דער המן האט געוויסט מיט וועם ער הייבט זיך אן, מיט די אידעלעך, וואס אלס העלפט זייער באשעפער אין די לעצטע מינוט. נו אפשר דא אויך וועט ער האבן א מפלה און די אידעלעך וועלן מאכן דערפון א יום טוב, האט ער זיך פאזיכערט אז אפילו ער פאלט דורך וועלן זיי האבן נאר איין טאג יום טוב....

(הרה"ק ר' שלמה מקארלין זצ"ל - קונטרס כטוב בעיניכם)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

וישם המלך אחשורוש מס על הארץ.
איינס פון המן'ס טענות איז געווען אז אידן באצאלן נישט קיין שטייער (טעקס) דורך נישט איינגעבן די ריכטיגע פארדינסטן, האט אחשורוש ארויפגעלייגט א שטייער אויף די נכסים (פראפערטי טעקס). וואס פון דעם קען מען זיך נישט ארויסדרייען.

חתם סופר
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מצטמק ויפה האט געשריבן:איש יהודי הי' בשושן הבירה ושמו מרדכי

די ילקוט הגרשוני איז מסביר די פסוק מיט די ווערטער פון אלשיך, אז עס איז נאר געווען איין איש יהודי און שושן, ווייל אלע אנדערע אידן זענען געווארן פריי, לייגט ער צו אז דאס איז פשט און שמו מרדכי, ווייל נאר איינער האט געהייסען מרדכי, אלע אנדערע האב'ן זיך געריפען "מארטין" אדער "מילטאן" וכדו' גלייך צו די גוים.

טאקע א שיינע תורה, עס האט נאר איין פראבלעם. מרדכי איז בכלל נישט קיין אידישע נאמען. עס איז א געהעריגע פרסישע נאמען, נישט סתם א פרסישע נאמען, נאר גאר אויף א נאמען פון דער פרסישער אפגאט מרדוך.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ויאמר המלך להמן מהר קח את הלבוש ואת הסוס וכו' אל תפל דבר מכל אשר דברת:

וואס האט דער אחשורוש געדארפט מזהיר זיין דעם המן אזוי שארף " אל תפל דבר מכל אשר דברת"?!
זאגט אויף דעם די בן איש חי, אז המן איז געווען דאן א אדם זקן, און עס האט איהם געפעלט א שיינע פאהר ציינער, און איינער וואס האט נישט קיין ציינער איז איהם שווער צו זאגן ז' ס' ש' ר' צ'.
איז וועגן דעם האט אחשורוש חושש געווען אז דער המן וועט נישט קענען געהעריג ארויס זאגן "ככה יעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו ", ווייל עס האט אין זיך ש' ר' אפאהר מאהל, און מען וועט נישט געהעריג הערן וואס ער רופט אויס, האט ער איהם אנגעזאגט " אל תפל דבר מכל אשר דברת" זאלסט זיך אנשטרענגען און זאגן קלאר און הויך אז מען זאל פארשטיין יעדעס ווארט.

( קרן ישועה- בן איש חי)
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ויספר המן לזרש אשתו ולכל אוהביו את כל אשר קרהו וכו'

די בן איש חי ברענגט אז עס איז די מנהג עד היום אין כורדיסתאן (?), אז ווען א נאנטע שטארבט ל"ע, שער'ן זיך די פרויען די האר, אלס סימן אבילות.
איז יעצט אז המן איז אהיים געקומען און געטראפן זיין טאכטער טויט אויף די ערד, האט ער גלייך גענומען די שעהר מאשין וואס ער האט נאך געהאט פון אפשעהרן מרדכי, און זיך גענומען צו די עבודה אפּצושעהרן די האר פון די פרויען.
דאס איז פשט אין פסוק
" והמן נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש " ווייל זיין טאכטער האט זיך אראפ געווארפען פון דאך, נאכ'ן זעהן וואס זי האט אנגעמאכט.
אין וועגן דעם " ויספר המן לזרש אשתו ולכל אוהביו " שסיפר את שער ראשיהם, מיט די שערל וואס ער האט געהאט אין האנט, נאך פון מרדכי....
(קרן ישועה - בן איש חי)
אוי דערבארעמדיגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:00 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך אוי דערבארעמדיגער »

לא הגידה אסתר
Purimb1.jpg
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מצטמק ויפה האט געשריבן:אשר הגלה עם הגולה אשר הגלתה וגו'

פארוואס עפעס זינגט מען דאס מיט אזא טרויעריגע ניגון, עס איז דאך פורים מען דארף זיין פרייליך? נאר האט דער פורים רב געדריידט מיט'ן גראב'ן פינגער, ווייל די פּאהר מרה שחורה'ניקעס זענען עפעס ראזשינקעס? זיי דארפ'ן דען נישט קיין שמחת פירום? איז טאקע מהאי טעמא, גיט מען זיי א ביינדעל פון א איכה ניגון און באלעקט אייך מיט דעים.
אייייי, אויב אזוי פארוואס נישט מאכ'ן פרייליך א גאנצע מגילה ליינען, און זינגען אלעס מיט'ן איכה ניגון? אבער נאַ נאַ דאס שוין נישט, מ'וועט חלילה קומען לידי הוללות....

ביי דע וועי. כ׳האף אז דו ווייסט אז ״מען״ זינגט עס נישט טרויעריג איבעראל.
(אין עטליכע פלעצער זינגט מען עס פרייליך, און אין מערסטנס פלעצער זינגט מען עס בכלל נישט).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

נישט איבעראל זאגט מען עס בניגון איכה?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ניין.
אין רוב קהילות ישראל זאגט מען עס נישט אין א ניגון איכה.