א ניכטערן בליק איבער מגילת אסתר דא אויפ'ן אינזל

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

א ניכטערן בליק איבער מגילת אסתר דא אויפ'ן אינזל

שליחה דורך זר זהב »

וויפיל איז דער שיעור צו זיין נאאיוו איז א שאלה וואס איז דורכגעלאפן מיין געדאנקנגאנג ווען איך האב אנגעהויבן זיך פארצוקוקן די מגילה.
אודה ולא אבוש, שלום דין איז גערעכט, עס איז ווארשיינליך קיינמאל קיין וויידל נישט געוואקסן פון ושתי.

בכלל די גאנצע מגילה האט נישט קיין זין כפי פשוטו, איך וועל נעמען רשות פון הוגה צו זאגן, אז אויב חז"ל זאגן אז איוב לא היה ולא נברא, איז א סברא צו זאגן, אז אסתר משל היה, און מיר דארפן בלויז טרעפן די מוסר השכל פון דער געשיכטע.

דא איז אחשורוש קראנק פאר אסתר, און דא לאזט ער איר הענגען זיין ניוליוועד, פאר דרייסיג טאג, אזש זי ציטערט אריינצוגיין אים באזוכן, דאס הייסט ויאהב את אסתר?! הלכזו יקרא לאוו?!

די גאנצע כאראקטער פון אחשוורוש ווי ער איז משוגע געווארן און פון איין טאג צום צווייטן דארפן אלע נשים זיך שטעלן פאר אים אין דער רייע, און בגתן ותרש דארפן ארבעטן אווערטיים, לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ס'איז מער אזא סאטירישע הומאריסטישע דעוויל-כאראקטער, אפגעמאלן פאר א גוטע סטארי ליין, צו ווייזן וואס פאר א חוזק מ'זעט אויס ווען מפירט זיך ווי אן אחשוורוש. סאיז מער די מוסר השכל שבו וואס איז אונז נוגע, מיר האבן אלע אן אחשוורוש באהאלטן אין אונזער זעל, א גוף וואס איז א פליפ פלאפער, און לויפט נאך זיינע תאוות ווי משוגע.

אפילו רבי צדוק מיט דער גאנצער איזשביצער פיליזאפיע מוטשעט זיך, וויאזוי אסתר המלכה וואס איז געווען א נביאה זאל קענען גיין טון אזא זאך און חתונה האבן מיט א גוי. שטעלט אייך פאר א אידישער טאכטער א פארהייראטער האט היינט חתונה מיט אבאמא ווייל זי וויל ראטעווען כלל ישראל. נאכדערצו א פלימענצע פונעם רבן של ישראל, און גאר זיין פרוי, די רעבעצין פונעם רשכבה"ג. און אנשטאט ער זאל איר אפגט'ן איז טובלת ויושבת בחיקו, איין נאכט ביי מרדכי און איין נאכט ביי אחשוורוש. תוספות מוטשעט זיך, גאנצעטע הלכות פון קרקע עולם ווערן נולד. ערגעץ אונטערוועגנס האבן די שפעטערדיגע פאבריצירט א שד, נו אויב אסתר איז א שד איז מרדכי אויך א שד, איך זאג אייך ס'איז א משל.

ווייסט איינער וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט, זיי האבן געוואוינט העפעלי עווער עפטער, אחשוורוש מיט אסתר, מרדכי מיט אסתר? כבין נייגעריג צו וויסן.
אלזא, די פיראטן שטייען שוין באלד אויף, כ'דארף זיך צו בעלטן, די מאלאזיער עירליינס זענען זייער שטרענג מיט די זאכן דא אין ספעיס, קעפטען פילעפס שנארכעצט אזוי הויך ער וועקט אויף די טויטע, ס'גייט אים גוט, ער האט געווינען אן אסקאר, און זאל נישט אויסגערעדט ווערן, א האג פון עללען.

וועמען האב איך געהעקט, איינעם זר, האו קעירס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שלום עליכם א איד!
(- - -)
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

וווווווווווווווואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאסססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססססס
זזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזררררררררררררררררררררררררררררר
הצלה, ברענגטס וואסער, איך זע אויך ווייסע מלאכים, שטערנס דרייען זיך, יו.עף.אוס.
און זר איז געווארן אן א-פ-י כגלייב נישט.
אן עמבער בקשו רחמים אלערט איז אן אפעקט, זר איז פארכאפט ביי די מאלאזיער.
חזקיהו שנעל ברענג אביסל פלארייד וואסער, יצחק ראבין קומט אויף א באזוך.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

זר, דו קענסט נישט פראבירן צו פארשטיין א פארצייטישע מלוכה - און וועזנגאנג - לויט די היינטיגע סטאנדארטן. תיבעל להגמון תחילה איז געוועהן א ערענצטע גזירה אויף די קעפ פון די בבל'ישע אידן, כאטש היינט לייגט זיך עס נישט אויפ'ן שכל. כ'מיין קאם-אן, ביל די בלאזיא גייט נישט ארום צו די חתונה'ס.

עס איז נישט א משל. עס איז א דעמאלטסדיגע מציאות החיים.

דער וויידעל איז שוין עפעס אנדערש.
(- - -)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זר האט היינט גענדיגט 6 חדשים תפיסה, פאר'ן זיין איינער פון די גרעסטע אינטערוועלט קאווע בונדעל שווערצער אין די היסטאריע. וועלקאם בעק טו פרידאם!!! זיין רבי די מילקשעקער האט עס אויסגעפויעלט לכבוד פורים, ווייל אין תפיסה קען מען נישט טרינקען אלקאהאל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אקעי,ס'איז אינמיטן די נאכט ב'האב מיך אויף געכאפט אין נישט געקענט צירוק אנשלאפן, געכאפט די טרייבען אין די הענט, אין ווווואאאאסססס??????? זעה איך גוט???? נעעעההה ס'איז זיכער א חלום.
כ'הייב מיך אן ציפען, כ'זעץ מיך אויף פון בעט. איך טוה אין די גלעיזיר,

שטילע: רחי?? רחי?? רחי?? (כ'רוף ביים נאמען נאר אין עמערדזענסי) בין איך אויף?? אדער איך חלום???
הער נאר: שטילע? ביזטו משוגע ס'איז 1:30 ווואס איז???
שטילע: מיט א ציטערדיגע שטימע שריי איך: וואס הייסט וואס איז????? [tag]זר זהב[/tag] איז צירוק, כ'זאג דיך צי כ'מאך נישט אויף.
הער נאר: ווער? דער זר פון ק''ש איז צירוק? כ'האב געהערט פון עיהם אזוי פיהל.
שטילע: יא. געב א קוק.
אונז מוזן מאכן לחיים. אונז זענען ביידע ארייין אין קאך מוט די פיזאמעס אין ארויס געומען פון פריזער אביסל לחיים.
ר-ב-ו-ת-י זר איז צירוק ל-ח-י-י-ם
מ'טאר קיינמאל נישט אויף געבן אין לעבן, כ'הייב אן טראכטען כ'גיי נאך ווערן אייין טאג א מיליאנער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'קען נישט זיין די עכטע זר, ווען יא וואלט ער שוין געפענט נאך א אשכול.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך וויש מיך די אויגן -- איך זעה גוט??? זר?! אוה מיי גאאאאאשששש!!!

תחיית המתים!!! -- רבותי, איר הערט?? א נקמה אין די כופרים. איך געדענק נישט מיין אמונה זאל אזוי שטארק זיין!

ברויך אתה ה' אלוקינו מלך העולם מחיה המתים.
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

נע עס קען נישט זיין, אזויפיל געלט אויס ציגעבען פאר משלוח מנות אין פאר וויין אין צדקה אין זיך אנטרינקען אין ברעכען אין קאפוויי אין דיפרעסיע שושן פורים אלעס ציליב א משל עס קען נישט זיין אין איך לאז נישט בשום אין אופן אין וועגען אלע דיינע קשות וואס די פרעגסט וויל איך דיר פרעגען וואס טוט זיך מיט גירסא דינקותא די האסט שוין פארגעסען אז די רבי האט געזאגט אין חדר אז מען פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה? :D
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

נאר פארן מיר מזכיר זיין אליין קומט זיך דיר א לייק. עס וואונדערט מיר נאר וואס עפעס האסטו געלייגט דער אשכול אין העמק דבר, דאס אידאך א געהעריגע תורה שמועס. אולי קען זיין אז זר זהב ברענגט נאך פון הוגה באלאנגט עס אין העמק.... :D
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין אריין נעכטן צו א געשעפט זוכן עפעס צו פארשטעלן, און איך האב זיך אויסגעקליבן א גאלדענעם קרוין אויפן קאפ. ניבא ולא ידע מה ניבא. דער גאלדענער קרוין איז צוריק לכבוד פורים!

ברויך מען אים אריינשטעלן אין די רשימה פון די ניקס וואס שרייבן בלויז איינמאל אין אפאר חדשים און ווערן פארשוואונדן פאר א תקופה און דערנאך זעהט מען זיי צוריק, א טובל און ארויס.

א פרייליכן פורים אלע אידן!
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וועלכאם בעק זר ווי מיסד יא סא מאטש
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ברוך מחי' מתים! קוקט אויס אז זר האט אויסגעפאסט אויף וואדקע לשמחת כל הקאוועניסטן.

2 קליינע הערות נאר, 1, די וויידל איז אויך נאר ארויסגעוואקסן ערגעץ אונטערוועגנס, 2, די אנדערע קשיות זענען מיר אויך נישט אזוי שווער נאכ'ן וואטשן דאקומענטאריעס פון היינטיגע דיקטאטורן ווי למשל דער ליביער קאדאפי. עס איז אבער יא דא זאכן וואס מען מוז צוקומען צום משל ונמשל און צום מוסר השכל אויב מען וויל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

זר I missed you.
שלו' עליכם.
העמק דבר שבת אחים קאווע בלעטער. האסט אסאך זיך ציבאקענען זייט די האסט אונז פארלאזט.
מיא זענען שוין געווען אויף לדעת און אראפ.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שלום עליכם זר! ווי מיסט (קרעדיט: גד החוזה) יו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

זר זהב מיז זיין און ביטערע צרות

אפגעטראגען מיט א מאלעיזיער פליגער

ער מאכט אן עמערדזשענסי נויט ריף פון ערגעץ ווי, מעידעי מעידעי

גא אהעד וויט יאר מעידעי

יא איך האב נאר געוואלט זאגן אז אלעס איז בייס שיען, דין איז גערעכט

איר זענט אלע קיען

עס זעיט מיר אויס ווי איינער וואס איז פארכאפט ביי בייזע און ריפט אהיים קיין אמעריקע

יא איר מיזט שוין באפרייען אלע טעראריסטן, עה עה עהעם יא אמעריקע איז ראנג טאליבאן באגייט זיך מיט מיר פיין זיי האבן נישט קיין שטימפיגע מעסער ביי מיין האלז

דעיס איז נישט זר זהב וואס איך קען, איינער האט געספעמט זיין ניק,

אזוי ווי איך באקים כסדר אימעילס פון מיינע חברים אז זיי ענען איצט געווארן ב'גנב'ט און א ערעפארט איך זאל אים שוין שיקן אויסלייז געלט

לאמיר מתפלל זיין פאר זר בן זרש
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שלום עליכם זר זהב, קוים האסטו מיר געפעלט פון קאווע שטיבל א האלבע יאר און שוין ביסטו מיר געווארן אן האלבע אפיקורס, ווער ווייסט ווי אזוי לעמען דזשואס קוקט היינט אויס ער פעלט שוין א קייליכדיגער יאר מן הסתם דרייט ער זיך שוין היינט צוטאגס ערגעץ ביי פאד סטעפס, נו גוט אז ביסט צוריקגעקומען פאר עס איז צו שפעט.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אויפגעוועקט
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
פארשפארט