די שערורי' ארום די נייע קאווע געלעכטער בלעטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

די שערורי' ארום די נייע קאווע געלעכטער בלעטער

שליחה דורך אויס מענטש »

דא קען דער עולם וואס וויל קאמענטירן ארום און ארום די קאווע בלעטער עס טון כרצונם הטוב
‏‏ווי אזוי האב איך אויפגענומען די קאווע בלעטער ???
כ'וועק מיר אויף מיט א בהלה. איך האב אן אישי! מיט פארקלעבטע אויגן זעה איך אז @פישעלע הערינג האט מיר געטעגט. מיין גאונישער מוח ארבעט פיבערהאפטיג וואס קען דאס מיינען ? אבער נישט לאנג און איך האב געכאפט מסתמא איז דאס בשייכות מיט די נייע קאווע געלעכטער בלעטער. איך ווער תיכף @אויס מענטש, איך שרייב אזעלכע ווינדערבארע ארטיקלן און ער נעמט מיר פאר א רייט אין זיינע געלעכטער בלעטער? אבער וואס קען מען טאן?? אבי דאס, כמיין וואס האב איך דען מיט דעם פישעלע ? אז כז'אל האבן טענות אויף אים. אויסער אים אישי'ען פילצאליגע מאל ער זאל זיך מגלה זיין פאר מיר. כמיין פארוואס נישט ?! כבין דאך נייגעריג ווער ער איז. און אזוי רעדנדיג מוז איך זאגן אז כהאב שוין חושד געווען יעדן איינעם וואס הייסט פישלע, (יא אזוי גייט עס די ווייסט זיכער אז סאיז נאר א ניק אבער דאך צילט מען צו א נאמען וואס ענדלט ...) און געווען זיכער אז ער איז עס, אדער איינער מיט די לעצטע נאמען פיש, עפעס א שייכות ולא עלתה בידם כלום. האב איך אים געאישיט און ער האט געפישיט ווי א פיש וואס רעדט נישט.
עכ"פ צוריק גיין צו דעם געטעגטע תגובה, זעה איך יא כבודי במקומי מונח אויף דף פלוני ופלוני איז דא מיין מאיעסטעטישע ווערק, אה אבי דער כבוד איז צום סוף אנגעקומען ..., נא ךאזוי לאנג זיין דער בורח ממנה. איך לויף אהין מיט איין אטעם, והנה עפעס אן אויסגעמאגערטע פורים תורה בערך א אינטש אין די סייז, פארדעם בין איך געווארן אזוי עקסיידעט??!!. און איין גאטום מיט די אלע נעבעכ'ס אבי יוצא זיין אויסצורעכענען די נאמען ביים דינער ?
זאל איך נישט זיין אויס מענטש הא ? זאגט מיר טייערע חבירם הזאת נעמי ?

און אז עס איז שוין יא געווארן ארויף געברענגט מיין פורים תורה, וועל איך עס יעצט נוצן אקעגן אונזער פישל.
די וועלט פרעגט (די קשיא שטייט גראדע אין חתם סופר) פארוואס איז ביי די סעודה פון אחשוורוש נישט געווען קיין פיש? כ'מיין חוץ וויין און כרפס איז דאך גארנישט געווען דארט... און בפרט פורים אזא צייט ווי מזל אדר דגים זאל נישט זיין קיין פיש? .
נאר הערט מיר אויס מיינע ליבע פריינט, דער אחשוורוש דער חכם מחוכם איז געווען גאר נאנט מיט דעם אויס מענטש, איר וועט זעהן ווי ער שטייט און ווי ער גייט איז חמתו בערה בו, ער איז געווארן אויס מענטש כסדר, און כידוע לכל איז דער אויס מענטש מיט דעם פישלע נישט געווען עפעס אזוי שוה בשוה, האט ער זיך אפגערעכנט מיט אים ביי די סעודה .
איי פארוואס דעמאלט איז מזל אדר דגים? מען וואלט דאך זכר לזה נישט געדארפט הערן און געדענקן דעם פישל, ביז פסח, נאר נאכדעם וואס פישל האט געזען כי כלתה אליו הרעה ווי א פיש ווען מען טוישט די וואסער אינעם פיש טענק, וואס ער לויפט אהין און אהער כאדם האוחזו קדחת, האט ער זיך גענומען נאך צו ברענגען פון דעם אויס מענטש לאנגע מאמרים און געשמאקע תגובות וחמת האויס מענטש שככה.

א פרייליכען פורים
@פישלע הערינג איי לאוו יו. בפרט בצפרא דשבתא מיט א אייער קיכל אין א סלייס אייער וזית כזר זהב על ראשה
און זארג דיר נישט ביי די סעודה פון אחשוורוש האבן די באמעס קידוש געמאכט אינדרויסן אין די האלל, און געהאקט הערינג...
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די שערוריה איז יעצט אז מ'קען עס נישט דאונלאדען!!
גיוואאאאאאלד!!!!!!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די שערוריה אז מיין ארטיקל האט נישט געהאט קיין מקום אינעם בלעטל
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

פליקער האט געשריבן:די שערוריה אז מיין ארטיקל האט נישט געהאט קיין מקום אינעם בלעטל


די שערורי‘ איז אן אמתע שערורי‘ , בלי פליקער אין כאן כלום
אבער כזעה שוין פישלעס טרערן עסזעהט זיך אן, אז ער גייט שוין זיין וואויל נו נו. מעמיר זעהן, מיר גיבן אים נאך א שאנס.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

פישעלע איז טאקע [tag]אויס מענטש[/tag] אז [tag]פרישער[/tag] 'ס ארטיקל איז נישט אריין. נעקסט טיים זאל דער עולם נישט פראווענען קיין עניוות, און מיך שיקן אין אישי א דערמאנונג...

האטס מיך אלע א שמחת פורים! :P :P :P
(- - -)
פארשפארט