דבילה האט געשריבן:רבותי - הערט אויף צו פאניקן! איר מוזט "נאכנישט" פארלאזן דאס לאנד! ס"ה האט איר אלע פאר 60 יאר (מסתמא נאר 30 - אבער פאנטאזיע האט א נאטור צו וואקסן) פאנטאזירט אז איר וואוינט אין דזוילאנד, פלוצים זענט איר געוואויר געווארן אז איר וואוינט גאר אין אמעריקא! איי איי, איזה אכזבה! יא יא, אמעריטשקע! ווי דאס געזעץ איז אפיציעל פאר אלע גלייך און שלאגט זיך קעגן קארופציע ווי נאר מעגליך! שליידערט אריין מענטשן אין תפיסה פאר די קלענסטע חטאים און האט נישט קיין טראפ רחמנות אויף די ווייב און קינדער וכו וכו. מיר דארפן נישט פארן קיין באליוויע, אמעריקא איז גענוק!
אבער, איר מוזט "נאכנישט" פארלאזן דאס לאנד! פאלגנד האט איר א שטיקל א פלאן:
1.לערנט אייך דאס געזעץ פונ'ם לאנד! דער געזעץ איז ליידער נישט געבויט אויף שו"ע, און אפילו נישט אויפ'ן מאדערנעם מסילת ישרים. מאכט א דרינגענדע אפאוינטמענט ביי מר. בראנפמאן, און הערט וויאזוי זיך צו פירן אן אן הפקרות (פון אן אמעריקאנעם געזעצליכן שטאנדפונקט). ליידער איז די נושא פון וויטנעס אינטימידעישען א זאך וואס איז געווען זייער נוצבאר אין די עבר, אין די ד.א. האט געקוקט די אנדערע זייט ווען די אידן האבן עם געקענט פארזיכערן אז זיי נעמען קעיר פון אלעם אין האיז! מיר האבן ליידער פארלוירן דעם נאמנות, צו ווייל מיר נעמען נישט קעיר, צו ווייל געוויסע יחידים זענען נישט צופרידן וויאזוי דו נעמסט קעיר. אזוי צו אזוי, דעם נאמנות האסטו שוין נישט, און יעצט האסטו נישט מער שוץ ווי א פאלנער שווארצע וואס אויפ'ן קלענסטע מעשה אלימות זיצט ער אפ א צוואנציגער!
2.לערנט אייערע קינדער ענגליש! ווען א דז'אדש שרייבט אריין אין אן ארדער אף פראטעקשען ווי דו טארסט נישט גיין, איז דאס נישט אפשענעל, אפגעזען צו דו קענסט ענגליש אדער נישט! געדענקט איינער מר. שפיצער פון סקווער? ווי נישט איז אפגעזעצן אביסל איבריגס פאר אזוינע נארישקייטן! וה"ה אראפרייסן דיין השגחה צעטל, קען זיין אז אין אידיש שטייט אויפ'ן טאוול מר. מישקאלץ זצוקלללללה, אבער אויפ'ן דיד פונ'ם פראפערטי, הגם ס'געשריבן אין ענגליש, שטייט א צווייטנס נאמען, און לגבי די אינסטאנצן איז דאס גערעכנט פאר אלימות!
3.וואויט דעמאקראט! און נישט נאר דעמאקראט, נאר ליבעראל דעמאקראט! ליידער איז דער גוי'ס תועבה חתונה פאר אונז אלע א נפק"מ ווי א מכה בדופן! איינער געדענקט אז דא איז נישט "דזשולאנד"? ענדערש איז אונז מער א נפק"מ אז מר. שפיצער און האפנטליך נישט אבער נ"וו, און אולי אפילו בני האדמור ממישקאלץ זאלן נישט ווערן געפירט בכל חומר הדין, נאר אביסעלע רחמנות אויף די מענטשהייט. ס'שוין ליידער נישט א נושא וואס איז נוגע נאר פאר די שחורים! כולנו שחורים אנחנו!
אייים סארי ר' דבילה, מישקאלצער רב האט קיינמאל נישט באקומען אן ארדער אוופראטעקשן אז ער טאר נישט אריינגיין אין דעם געשעפט, דער השגחה טאוול איז זיין אייגנטום, און דאס איז אזוי ביי יעדע איינציגסטע השגחה, אויב גייט די געזעץ שפילן מיט דעם איז געענדיגט מיט דעם גאנצן כשרות אינדוסטריע, איך קען שוין טוהן וואס איך וויל איינמאל איך האב א השגחה. איך ווייס קלאר דער מישקאלצער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום געזעץ, ער האט יעדעס פרט אדורך גערעדט מיט א לויער.
און וואס איז דאס ארעסטירן זיינע קינדער. דאס הייסט געהעריג גענומען אומשולדיגע מענטשן און זיי אריינגעשליידערט אין תפיסה כדי צו שיקן א מעסידש פאר אנדערע וואס איך ווייס נישט ווער זיי זענען. זאג מיר וואס דאס איז. ביי מיר הייסט דאס, מדת סדום, און אין מער פשוט'ע שפראך, נאציזם, קאומוניזם, פאשיזם מיט נאך אזעלכע נעמען.
און יא, ווען מען זאל זיך אביסל נעמען צו נחש ר און נעמען צייט מגלה צו זיין זיין שמוציגן פרצוף לעיני כל ישראל, וואלט מען אים כאטש געקענט אביסל אפשטילן. אבער דערווייל גייט ער אן, און דראעט אונטערצוברענגען אונזער גאנצער עדה. איר מיינט איך בין היסטעריש? ניין איך בין אסאך מער פון דעם, און נישט אומזינסט, דאס איז נאר א התחלה, דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט.
דבילה, וואס גייט דיר העלפן שטימען דעמאקראט? און נאכמער ליבעראל? דער שמוציאן וואס וויל קענען טוהן אלע עבירות וועט נישט זיין צופרידן ווילאנג דו וועסט עס נישט טוהן צוזאמען מיט אים. ער האט דיך פיינט אפגעזעהן פון וויאזוי די שטימסט.