ויהי ממחרת

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

ויהי ממחרת

שליחה דורך מצטמק ויפה »

נו עס איז געווען פורים מ'האט געהאקט א לעבן.... ס'איז געווען .....אוי האסטו פארפאסט... די האסט איהם געמוזט זעהן..... הא הא האסט נעבעך געהערט וואס ער האט זיך פארעדט?... האסט נעבעך געמוזט זעהן זיין ווייב איז נעבעך אזוי רויט געווארן... יעדעס יאר מוז ער זיך מאכ'ן שיכור, שוטה וואס ער איז, ער האט סאך הכל געטרונקען קדם 144.......

בקיצור עס איז לוסטיג און לעבעדיג. אבער נאך אלע מעשיות, וואס איז יעצט? וואס האט מען פון דעם יעצט? אז עס רייסט מיר די בויך אזש אז עס האלט ביים פלאצען, אז פוטין קען מיך ניצען אויפצורייסן אוקריינא, עס וועט זיך גיסען סלייסעס פרישע סעלמאן פיש נאך פון פרייטיג צונאכטס ביז די צווייטע סעודה ממחרת יום הפורים, דריי קאנטעינערס טאמעיטא דיפ, וואדקע פון לחיים פרייטיג צונאכטס, היימישע טשיקען זופ, דריי טעלערס, זכר בונדלעך, רעטעך,קאמפאט, איימערצויבעל, לעבער, גאלע ( גראדע גאנץ גוט געווען) טשאלענט פון טועימיה און שבת צופרי, (אבי זונטאג נאכט האט מען נישט געקענט געבן די איבער...נעכטיגע טשולענט) האלאפטשיס נאך פון דארנישטיג נאכט, וואס די שוויגער האט געשיקט למען השם צו פארזיכען, דריי פעסער וויין ועוד ועוד ועוד, בקיצור די אוקריינער וועלן זיך מחי' זיין ....!
בקיצור רבותי, איך דארף חיזוק, דער פורים איז נישט געלינגען במלאו מובן המולא, און יעצט האב איך בלויז בויך שמערצען און קאפ דרייענישען,
אקעי גיי מיר כאפן א מנין אין מונקאטש, זייטס מיר געזונט.

אה, כמעט פארגעסן, צו אלע צרות, איז די הכנות יעצט נישט געלונגען...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר