אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

רבי נחמנ'ס פרייליכע קאטשקע

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=n0m2LuIVBcs[/youtube]

איינע פון די מעשה'לעך וואס ווערן דערציילט אין רבי נחמנ'ס "סיפורי מעשיות" איז וועגן א בן מלך וועמען ס'איז אריין א זשוק אין קאפ אז ער איז א קאטשקע. דער פרינץ האט זיך ארונטערגעלאזט דעם טיש און געשפילט מיט די קאטשקעס און זיך געפירט ווי זיי. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז געקומען איז א חכם און זיך געזעצט נעבן דעם פרינץ, דערקלערנדיג אים אז אויך ער איז א קאטשקע. דער פרינץ האט שיין אויפגענומען זיין קאלעגע מענטש-קאטשקע, און דער חכם האט אזוי ביסלעכווייז איבערצייגט דעם קאטשקע-פרינץ צו אנצוטאן א העמד, און אנדערע "מענטשליכע" זאכן. "ס'איז נישט עק וועלט פאר א קאטשקע צו גיין מיט א העמד," האט דער חכם צו גע'טענה'ט צום פרינץ. שטאפלווייז האט דער חכם ארויסגעפירט דעם פרינץ פון זיין קאטשקע-וועלט צוריק אריין צו דער מענטשליכער סביבה און אויפפירונג.

מ'קען פון דער מעשה דרינגען אז ווען עמיצער פאלט אריין אין א שווערן מצב רוח, ער איז מיואש און נידערגעשלאגן, זאל ער פרואווען טאן פארשידענע פעולות ווי פרייליכע, אויפגעהייטערטע מענטשן. ער מוז פאר דעם צוועק נישט קעמפן מיט'ן יאוש; ער קען משלים זיין מיט דעם דעפרעסיווען מצב, אבער בכל זאת פשוט נאכמאכן וואס פרייליכע מענטשן טוען: ארויסגיין פון דערהיים, שפאצירן, זינגען, טאן עפעס גוטס פאר א צווייטן מענטש, אא"וו.

מען מוז נישט זיין קיין מענטש בכדי אנצוטאן א מענטשליכן העמד. בלייב א קאטשקע אזוי לאנג ווי דער מצב האלט דיך דארט; אבער קאטשעדיגערהייט טו וואס נישט-קאטשקעס טוען.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

פארוואס ענדיגט מען נישט פעינטן אין דעם קלויז?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=e2_oGY3gBh0[/youtube]

וואס איז דער כוח פון א ניגון?
עס מאכט זיך ביי יעדן מענטש, אז מען געפינט זיך אין א שווערן מצב-רוח. ס'איז טונקל און טויט, מען פילט נישט און הערט נישט, און מען זעט נישט קיין וועג ארויס. דער מענטש קען זיך נישט גענוג מצמצם זיין אפילו צו רעדן. דעמאלט איז די צייט אנצוהייבן זינגען -- פשוט א ניגון, אן ווערטער. דאס האט דעם כוח ארויסטראגן דעם מענטש פונעם מצב און אים אויפהייבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

ווען/ווער וועט פארענדיגן קאלעכן דעם "קלויז"?

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ux-mjsFrMIk[/youtube]

"ויברך אותם משה." דער עיקר עבודה איז, דאס טאן למעשה. הגם געלט האט יעדער געגעבן; האט אבער משה געבענטשט די, וואס האבן זיך אייגנטליך ארויפגעשארצט די ארבל און געטאן צו דער זאך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=p8iNllAt6uM[/youtube][/youtube]
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

האט דער הייליגער ריזשענער געזאגט: "משנכנס אדר", אויב ווילסטו אז דער א-דר, דער אלופו של עולם וואס באוואוינט די גאנצע בריאה, זאל אריינגיין אין דיר "מרבין", אויף א גרעסערן פארנעם - "בשמחה", איז דאס זיין פרייליך און אויפגעלייגט דער בעסטער וועג.

https://www.youtube.com/watch?v=Qj73ccLKikE
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ביבער האט געשריבן:פארוואס ענדיגט מען נישט פעינטן אין דעם קלויז?

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ux-mjsFrMIk[/youtube]

"ויברך אותם משה." דער עיקר עבודה איז, דאס טאן למעשה. הגם געלט האט יעדער געגעבן; האט אבער משה געבענטשט די, וואס האבן זיך אייגנטליך ארויפגעשארצט די ארבל און געטאן צו דער זאך.


א שאד כ'האב נישט געפרעגט ווי מען קען באקומען מאריואנא...
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VySMdGInBIY[/youtube]
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=MXIyrpp ... video_user

"כל הפושט יד": ווען עמיצער שטרעקט אויס די הענט אויף ארויף און דעקלארירט: איך קען נישט אליין; כ'בין הילפסלאז - "נותנים לו," דורך דעם ביטול גיט כביכול פאר'ן מענטש די מעגליכקייט אים צו פילן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

קלויזעלע, קלויזעלע...

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=Dp2yrxLp3xM

צומאל מוז מען אוועקפארן אין די מרחקים כדי צו פארשטיין ווי געהעריג אפצושאצן אזא ווארעמע היים ווי דעם "קלויז". זיצנדיג אין טאראנטא כאפט מען זיך, אז דארט, ווייט אוועק, געפינט זיך א ווארעמע היים, דער געשמאקער "קלויז", וואו אלע הערצער פלאמען, וואו מענטשן האבן אין זיך חיות, וואו מען לעבט אויף דער וועלט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=2MchMIHt_-Y

"אם יש לו דין ודברים עם עכו״ם, ישפוט עמו בחודש אדר." אויב עמיצער וויל זיך "פארהערן" מיט'ן עכו"ם, מיט'ן געצנדינער ביי זיך אין הארץ, טראג אים אריין אינעם אדר אריין.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

וואו געפינט זיך דעם אויבערשטנס נאמען אין דער מגילה?

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=1bR67y_brbM

וואו אין דער מגילה איז מרומז דעם אויבערשטנס נאמען? אין יעדן ווארט!
וואו געפינט מען דעם אויבערשטן? נישט נאר ווען ער קומט אראפ פון הימל, נישט אינעם מן, נישט אינעם נס פון קריעת ים סוף. דעם אויבערשטן געפינט מען איבעראל.
א איד האט געקענט זיך באטייליגן ביי יענער סעודת אחשורוש. דעם אויבערשטן האט ער געפונען ווען ער האט געהאט די השראה און געכאפט, אז דער אויבערשטער זיך געפונען דארט און דעמאלט. ווען איך געפין זיך אויפ'ן נידעריגסטן מצב אין מיין לעבן, ווייס איך אז דער אויבערשטער געפינט זיך דארט מיט מיר.
ס'איז גענוי אט די הכרה וואס ברענגט אונז פנים אל פנים מיט'ן מציאות פון התגלות אלוקית.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

http://youtu.be/9ix6pHoTp5Q

ווען א מענטש בויט זיך אליין אויף, וועלן מענטשן אים מער רעספעקטירן ווי עמיצן וואס האט באקומען בירושה א מיליאן דאלאר און דערמיט זיך אויפגעבויט.
דאס איז די נקודה אונטער דעם געדאנק, אז בעלי תשובה שטייען אויף א העכער מקום ווי צדיקים גמורים. דער צדיק גמור האט זיך קיינמאל נישט געדארפט ספראווען מיט די שוועריגקייטן, קרימקייטן, און פארדרייטקייטן ווי דעם, וואס איז געווארן א בעל תשובה.
פורים פייערן מיר נישט דעם נס אזוי ווייט ווי דעם געראנגל, די שוועריגקייטן, דעם שווערן, קרומען וועג ביז'ן אנקומען צום גוטן סוף.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=1cE56ffIWXo

איינע פון די עופות טמאים איז א פויגל מיט'ן נאמען "חסידה". די גמרא זאגט אז די סיבה פאר'ן נאמען איז, ווייל די דאזיגע פויגל טוט חסד מיט אירע חבר'טעס.
פרעגט דער הייליגער ריזשינער: אויב פארמאגט די באשעפעניש אזא גוטע מידה ווי חסד, פארוואזשע איז זי טאקע נישט כשר צו עסן?
און ער ענטפערט: טאקע דערפאר, ווייל זי טוט חסד נאר מיט אירס גלייכן. חסד מיינט טאן גוטס מיט יעדן מענטש.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=xxLRXftdtr8

אפטמאל מאכט זיך, אז מען וויל עפעס טאן, נאר מען האלט זיך אפ צוליב כל'ערליי חשבונות. מען שעמט זיך, מען שרעקט זיך פאר א דורכפאל, מען מאכט זיך אלערליי חשבונות איבער וויאזוי מענטשן וועלן עס אנקוקן און אויפנעמען.
אהרן הכהן האט זיך געשעמט צוצוגיין צו דער עבודה. משה רבינו האט אים געמוטיגט: וואס שעמסטו זיך? דאס איז דאך בפירוש וואס דו דארפסט יעצט טאן -- "לכך נבחרת!"
וואזשע זאל עמיצער טאן, אויב פילט ער אז בושה און חשבונות שטעלן זיך אין וועג און שטערן אים פון אויספירן וואס ער וויל אדער דארף יעצט צו טאן? גארנישט. פשוט -- עס טאן! מען שטעלט זיך אפ אויף א רגע, מען פילט די בושה און מען איז זי מקבל, און מען גייט גראד ווייטער און מען טוט צו דער זאך...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=kUjPmitNTb4

האט ר' שלמה'לע אמאל געזאגט: עס זענען פאראן מענטשן וואס זענען וויליג אויפצוגעבן אויפ'ן מארגן צוליב א נעכטן. היינט און מארגן זענען לעולם גוט; ער איז אבער שטעקן געבליבן אין א נישט-אזא גוטן נעכטן.
ללמדינו: מען דארף לעבן כל-כולו אינעם היינט, אינעם יעצט. וואס איז געווען איז מער נישט נוגע; וואס גייט זיין איז נאכנישט נוגע. די איינציגע אמת'ע זאך וואס עקזיסטירט בפועל איז דער יעצט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0WearoRaT8M[/youtube]

ס'איז פאראן א פלאץ, דאס העכסטע פלאץ פון השגה, וואוהין מען אנקומען בלויז דורך שווייגן. דאס מיינט נישט נאר א ווערטער-שווייגעניש, נאר א שטילקייט אין מוח. מיר רעדן מיט'ן מויל, אבער אויך אינעם קאפ. עס טוט זיך דארט אינעם מוח אן אומאויפהערליכע גערויש פון מחשבות און געדאנקען. פונקט ווי ווען דאס מויל איז פול מיט רייד בלייבט נישט קיין פלאץ פאר נאך דיבורים, אזוי אויך ווען דער קאפ איז מלא געדאנקען, קען דארט גארנישט מער אריינגיין. ווען דער מוח ווערט אמאל שטיל, ווערט דארט א פריי פלאץ, וואו עס זעצט זיך באלד אריין א השגה וואס לאזט זיך נישט ארומכאפן מיט ווערטער. ס'איז א מתיקות וואס האט נישט קיין גענוגנדער משל מיט וועלכן עס אנצוכאפן.
די השגה און זיסקייט זענען דארט; זיי זיצן אינדרויסן. אזוי שנעל ווי ס'ווערט אין קאפ פלאץ, פאלן זיי דארט באלד אריין, אן קיין איבעריגער אנשטרענגונג מצד דעם מענטש.
-- "וידום אהרן..."
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לכאורה, אויב מען מעג פרעגן, איז אן השגה וועלכע מ'קען נישט מגדיר זיין מיט ווערטער א חסרון, נישט קיין מעלה. דער חסרון איז אז מיר זענען נעבעך צו ארעם אין ווערטער מסביר צו זיין דער זיסקייט און השגה. אין אנדערע ווערטער, דאס אז מיר קענען נישט מסביר זיין די השגה איז נישט קיין מעלה אין די השגה, נאר א חסרון אין אונזער שפראך. נישט אזוי?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אויב איך מעג פרעגן, ווען גייט מען שוין פעינטען די מזרח וואנט?!!!!!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]יידל[/tag], א שטארקע נקודה, און יתכן אז ס'איז אמת.
ס'קען אפשר אויך זיין, אז אונזער וואקובאלאר -- אונזערע ווערטער -- זענען מיוסד אויף אונזערע ערפארונגען און איבערלעבענישן. דער ראש ישיבה זאל זיין געזונט, אויב כ'האב אים פארשטאנען, רעדט פון אן experience וואס האט נישט זיין בדומה-לו אינעם עולם העשי', און די סיבות וואס ברענגען די איבערלעבעניש זענען אויך נישט קיין קאנקרעטע געשעענישן און זאכן. במילא האבן מיר דערפאר נישט קיין ווערטער.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IQNPCV8NJBU[/youtube]

ווען עמיצער איז בזמן הבית געשלאגן געווארן מיט א טויטן פונקט אויף זיין גוף, מיט א נגע צרעת, האט ער זיך געוואנדן צום מומחה אויף אפגעטויטקייט, דעם כהן, ער זאל אים העלפן. וואס האט פאסירט אויב דער געשלאגענער איז געווען דער כהן גדול זעלבסט, דער סאמע גרויסער מומחה? ער האט נישט געקענט זיך אליין פסק'ען, נאר האט זיך געמוזט ווענדן צו א צווייטן כהן.
א מענטש קען אייביג העלפן א צווייטן. זיך אליין איז אבער אוממעגליך צו דיאגנאזירן; מען דארף זיך מבטל זיין צו א צווייטן און הערן פון יענעם וואס די פראבלעם איז.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VrhDhtnqZ0Y[/youtube]

געפינען מיר די וואך אין דער פרשה, וואס מען דארף טאן מיט עמיצן וואס לויפט ארום לשון-הרע'ן און רכילות'ן - עמיצער וואס איז פארנומען מיט די אישוס פון אנדערע מענטשן. מען זעצט אזא איינעם ארויס אינדרויסן פון שטאט, אוועק פון מענטשן. זיצנדיג אזוי איינער אליין אויף א שטיין, האט דער איינזאמער מענטש די געלעגנהייט צו זען די בריאה, דאס לעבן וואס געפינט זיך איבעראל אין און ארום אלעם. ער זעט די זון אויפשיין און זון אונטערגאנג; ער הערט דאס שעפשען פון די פייגל. ער הערט זיין אייגענע שטימע אין זיך אליין; ער פילט ווי די בריאה, ווי דער אויבערשטער רעדט צו אים און ווארט אויף אן ענטפער...
דער מצורע באקומט דעמאלט א שמעק פון דעם זיין מיט זיך, פילן זיך, זיין מקושר מיט זיין אייגענעם איך. דאס העלפט פארקירעווען דעם פאקוס זיינעם פון אנדערע מענטשן צו זיך אליין.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

https://www.youtube.com/watch?v=aAqxj8mWe7o

א איד האט אין זיך צומאל א געוויסע שוועריגקייט, א שטער, וואס פירט אים צו רעדן אויף אנדערע מענטשן, צו צעשמירן מעשיות און נעגאטיווע זאכן. סוף כל סוף קומט די נעגאטיוויטעט ארויס צום אויבערפלאך, אין דער פארעם פון א נגע אויף זיין קערפער.
וואס איז דער תיקון פון אזא איד? זאגט ר' שלמה'לע: "וראה הכהן". דער כהן קוקט אויף דעם איד מיט כהנ'ישע אויגן, מיט יענעם בליק פון אהרן הכהן, פאר וועלכן עס באווייזן זיך דאס גוטס, די גוטע חלקים, די ריינקייט און אמת'דיגקייט וואס זיצט אין יעדן איד. אז דער כהן קוקט אויף אים אזוי, ברענגט ער דאס געזעענע ארויס פונעם מענטש'ס פנימיות צום דרויסן זיינעם. "וראה הכהן, והנה נרפא הנגע": אזא קוק ברענגט ארויס דאס גוטס, דעם אמת פון יענעם איד. דער כהן ברענגט עס ארויס, ביז דער נגע ווערט פארשווינדן אינאיינעם מיט דער סיבה וואס האט צו איר געפירט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארשפארט