ונהפוך הוא...
== ווען אלעקסאנדער גרעהעם בעל וואלט ווען געבוירן געווארן נאך מאטי מעקקאנען. ==
האסט געהערט די לעצטע אויסטרעף? מ׳הערט א שטימע! ממש ווי עכט.. מ׳קען הערן/רעדן/לאכן/וויינען/שרייען, נישט בלויז שווארצע טרוקענע געשריבענע ווערטער אנע געפילן.
טעכנאלאגיע גאלאפירט און שלינגט איין דאס מענטשהייט, ווער קען איר נאכיאגן בכלל. מ׳דארף שוין נישט טייפן/שיקן, יא באקומען, נישט באקומען, מ׳רעדט און מ׳הערט תוך כדי דיבור, ממש משיח׳ס צייטן.
אויך אינעם אפיס פונעם ״אלטרע ארטאדאקסישן אידענטום פארזארגער״ איז די מאנשאפט פארנומען ביז איבערן קאפ. עסקנים דרייען זיך ארום אנע קעפ פאר גרויס זארג.
לאמיר זיך אריינכאפן אינעווייניג און פרובירן דערגיין על מה יצא הקצף.
״דאס וועט זיין א חורבן פארן גאנצן יהדות החרדית״ רופט אויס ר׳ איצא ציממערמאן ני״ו מראשי העסקנים.
״א אינגערמאן האט די מעגליכקייט״ -- קוויטשעט ער מיט עקסטאז -- ״צו דרוקן עטליכע קנעפלעך אויף א מאשינקע, און אויפן אנדערן זייט טרייבל קומט צו גיין א.....פרוי!! רח״ל. מ׳הערט איר שטימע, איר חנוועדיגע געלעכטער, מ׳דארף זיך שוין נישט טרעפן פנים אל פנים צו באגיין גראבע עבירות. א פשוטער טרייבל.. און היידא! אינעם שטן׳ס נעץ״.
״נו וואס איז דער עצה״? פרעגט דער טשעירמאן פונעם אסיפה.
״מ׳דארף ארויסקומען מיט א שרייעדיגע קול קורא, אז יעדער איד וואס איז עמדו רגליו על הר סיני, אדער ישבו תחתוניו בשובבים תורת. צו בלייבן נאר מיט די גרויסע קאלירטע טעקסט וואטסעפפ מאשינדלעך, וואס רוב דערפון איז בלויז פאר טעקסט. און אפילו די וואס זענען יא אויסשטאפירט מיטן נייעם טעכנעלאגיע, און זענען יא רעדעוודיג. איז דאס אבער כאטש נישט מיוחד פאר רעדן, און די סכנה איז נישט אזוי גרויס. מיר בעטן און ווארענען בכל לשון של בקשה ואזהרה : בלייבטס בלויז מיט פשוטע טעקסט און וואטסעעפ דאס וואס אונזערע עלטערן און באבעס האבן אייביג געהאט, און אזוי אויפגעצויגן אונזערע דורות על דרך ישראל סבא.
ח״ו זיך איינהאנדלען דעם נייעם עמלק! דער אזויגערופענער ״לאנדס ליניע רעדעוודיגע מאשינקע״ וואס איז מיוחד בלויז צו רעדן און הערן רח״ל. די מכשולות דערפון רעדט פון זיך אליינס, דאס איז דער אבי אבות הטומאה, ממש א ס״מ בצורת טעלעפאן וואס האט באקומען רשות אונז אריינצולייגן אין אזעלכע נסיונות בלויז וועגן אונזערע חטאת נעורים.
לאמיר זיך נישט פאפן און נארן זאגענדיג: ״ס׳פעלט אויס... פאר פרנסה, ס׳איז באקוועמער, מ׳דארף נישט דרוקן אלט מאדישע קנעפלעך. טראכט וואס איר געט אויף פאר די נארישע באקוועמליכקייט, פאר אביסל הנאה פאר׳סם׳ט איר אייערע קינדער, אייערע דורות.
איר וועט זיך שפעטער רייסן די האר פון קאפ און אונזערע עסקנים וועלן אייך דאן שוין נישט קענען העלפן. זיי וועלן זאגן ״מיר האבן אייך געבעטן און געווארנט איר זאלט ח״ו נישט האלטן אין שטוב א משחית, א ״לאנדס ליניע טרייבל״ וואס מ׳קען אפילו נישט באהאלטן פון די קינדערלעך. יעצט קומט איר וויינען ? טא לעיט!!!
און פאר די וואס ליינען דאס, און פאלגן, זאל קומען א ברכה אויף זייערע קעפ.
נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
די פאקט איז אבער אז אלע יארן האבן די רבנים געזעין און יעדע פארגעשריטענע זאך, דעים טייוול, גיי פארשטיי היינט די עבירה פון מאשין מצות, די בעסטע טעם איז טעם כמוס, דעיס קען איך פארשטיין, אבער חוץ מזה איז עס נישט פארשטענדליך, אבער מיר האבן עס מקבל געוועין, אן קיין שום פראבלעים,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
געוואלדיג מאטי, קלאר און שארף ארויסגעברענגט.
כפליקער ועוד לקרא, האבן אסאך נישט געוואלט זיך באנוצען מיט יעדע נייע טעכנעלאגיע. און אנגעקוקט אלעס שווארץ ווי א נייע פירצה.
וואזס דארפט איר מער פון דעם אז דער עקסטרעמיסט רבי ישכר דוב מבעלזא ז"ל האט טאקע געוואלט אסר'ן דער טעלעפאון, טאקע מהאי טעמא.
ווי אויך א קאר האט ער נישט געלאזךט זיך באנוצען.
דאס מצומצום'דיג קייט איז זייער גרויס ביי די חסידישע קרייזען, ווי מער קליין קעפיק און נאריש אלעס הייליגער.
כפליקער ועוד לקרא, האבן אסאך נישט געוואלט זיך באנוצען מיט יעדע נייע טעכנעלאגיע. און אנגעקוקט אלעס שווארץ ווי א נייע פירצה.
וואזס דארפט איר מער פון דעם אז דער עקסטרעמיסט רבי ישכר דוב מבעלזא ז"ל האט טאקע געוואלט אסר'ן דער טעלעפאון, טאקע מהאי טעמא.
ווי אויך א קאר האט ער נישט געלאזךט זיך באנוצען.
דאס מצומצום'דיג קייט איז זייער גרויס ביי די חסידישע קרייזען, ווי מער קליין קעפיק און נאריש אלעס הייליגער.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. ר' יצחק נחום פון שפיקוב שרייבט אין זיין בריוו אז אין דערפל בעלזא איז נישט דא קיין לעקטער, כ'האב אלץ געמיינט אז ס'איז געווען פשוט אלץ ארימקייט, אבער לויט ווי דו זאגסט קומט אויס אז ס'איז געווען בשיטה. לויט דעם שטימט פיל בעסער, ווייל ער נוצט די פאקט אראפצולייגן די בעלזע עקסטרעמיזם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that