דבילה האט געשריבן:קאמפיאטער האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ענפער מיר ביטע קלאר אין דייטליך, איז די סיבה פאר אראפנעמען ד השגחה געווען ווייל ס'דא א פראבלעם מיט די עסען דארט, אדער אז די בעל הבית האט פרובירט מכשיל זיין אידען מיט טריפות, אדער וועגען עפעס אנדרעש......., טאמער טראסט ער נישט די בעל הבית קען ער צילייגען א משגיח, הונדערטער גואישע קאנפאניס האבען א השגחה,
הדד, סארי, טאמער די מעשה איז אז מען האט געוואלט אראפ נעמען די השגחה וועגען די וועבערמאן מעשה, דאן איז הרב בערגער קלאר נישט גערעכט, סארי, אבער מען נעמט נישט אוועק יענעם'ס פרנסה נאר ווייל יענער וויל נישט ריין וואשען וועבערמאן, נאר וואס דען די עסקנים האבען פרובירט צי ניצען זייער POWER צי אוועקנעמען פרנסות אין מישען הודו מיט כוש, אין דער אנדערער האט געניצט זיין שטארקייט אין זיין רעכט צי גיין צי די פאליציי,
טובעד, ווען די עסקנים געווינען דורעך קרימינאלע מעשים דאן איז אלעס בסדר, אבער טאמער דער אנדערער געווינט דאן מאכט מען א וויי געשריי אין מען וויינט מיט קראקאדיל טרערען, אנטשולדיגסט.....
איך פארשטיי אייך בכלל נישט!! איך וואלט געקענט זאגן פינטל.
דעס איז יעדער מודה אז ער איז א
שייגעץ!! ער דרייט זיך אגאנצען טאג מיט א מיידל וואס איז א מחלל שבת זיי טיען נישט קיין מצוות דעס קענסטי זיכער זיין!! איז יא א דיין מעג אפמאכן אז ער טראסט נישט אזא בחור עס מיינט נישט אז ער האט געוואלט סטראשענען. די ריפסט דעס אן קרימינאלע אקטן??
הדד, דו פארשטייסט נישט וואס הער פראפעסאר וויל פון דיר? ענטפער ביטע צודערזאך! ווען איז דער געשעפט אייגנטימער געווארן אן עבריין, אייערנעכטן? כק אדמור ממישקאלץ האט נישט געוואוסט? פון וועמענס אינטעליגענץ פרובירסטו דא צו ליצנות מאכן?
איך פרוביר נישט און איך מאך נישט, איך זאג דיר נאכאמאל אז נישט דאס איז געווען די מעשה, און ניין, מישקאלצער רב (אן אדמור און אן שליטא און אן זצוקללהההה) האט גארנישט געטוהן קעגן דאס געזעץ, ווידער דער געשעפט אייגענטימער האט יא. גלייבסט מיר נישט? מוזט נישט. מישקאלצער רב'ס נאמבער איז פאבליק אינפארמעישאן, קאלל אים אן און פרעג אים, אויב וועט ער דיר וועלן ענטפערן איז גוט, אויב נישט, דאן וועל איך דיר אויך נישט זאגן, און שריי ווייטער אז ער איז א טעראריסט.
בד"וו, אפילו אויב דאס איז יא די מעשה, קען מישקאלצער רב זאגן אז יא, ביז יעצט האט ער געהאלטן אז אפילו יענער איז א שגץ, טראסט ער אים נאך איבער כשרות, אבער איינמאל יענער האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט פאר די מידיע קעגן דעם חרד'ישן ציבור, פילט ער אז ער האט יעצט פארלוירן דאס נאמנות ביי אים. מישקאלצער רב איז א רב, נישט א גוי'אישער פראפעסאר (אויך נישט א אידישער) און ער איז בארעכטיגט צו זיינע געפיהלן ווען א בעה"ב פארלירט דאס נאמנות ביי אים. אבער דאס איז אלעס העטעך פעטעך, למעשה איז די מעשה נישט געווען אזוי טרוקן ווי דו לייגסט עס דא אראפ.
איך זאג נאכאמאל, קוק אויף די בעיל פרייז וואסס מען האט ארויפגעלייגט אויף זיינע קינדער. און איך פרעג נאכאמאל, און לאמיך יעצט זעהן אז דבילה אדער סיי ווער זאל מיר דאס ענטפערן, און ענטפער ביטע צו דער זאך. אויב האט מישקאלצער רב געטוהן עפעס קעגן דעם געזעץ, דאן וואס ווילסטו פון זיינע קינדער. אויב שוין יא, פארוואס מאכן איין טשולנט פון דעם, און דאס באשרייבן אזוי אז עס זאל אויסזעהן סאך ערגער ווי דאס איז?