ארעסטן אין וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הדד בן בדד האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינער וואס קען גיט די פרטים אז בארי דייטש איז געוועהן פון די 27 בחורים וואס די זאלוינים האבען ארעסטעד שמחת תורה אין סענטראל באקינג. און אברמי רובין האט איינגעלייגט וועלטען אים צו העלפען. און בארי האו אויך אסאך געגעסן סעודות ביי אברמי. סאו גיי פארשטיי וואס בארי וויל פון אים אז ער האט אים גע׳אפערט געלט אפצולאזען די קלאגעס

(נו אפשר איז די גאנצע וועבערמאן פרשה אויך אזוי אמת?)

וואס איז נישט אמת דא??
ס׳איז מסתמא אמת אז אברמי האט גע׳אפערט די געלט , נאר פארוואס זאל בארי זיין אזא רשע?!!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי קלוג דו ביסט אבער יונג ביסטו זיכער. וואס פאר א פאברעכן זענען מישקאלצער רב'ס קינדער באגאנגען. א רב איז בארעכטיגט אראפצונעמען זיין הכשר פון א געשעפט אויב ער טראסט מער נישט דעם בעה"ב.

ענפער מיר ביטע קלאר אין דייטליך, איז די סיבה פאר אראפנעמען ד השגחה געווען ווייל ס'דא א פראבלעם מיט די עסען דארט, אדער אז די בעל הבית האט פרובירט מכשיל זיין אידען מיט טריפות, אדער וועגען עפעס אנדרעש......., טאמער טראסט ער נישט די בעל הבית קען ער צילייגען א משגיח, הונדערטער גואישע קאנפאניס האבען א השגחה,

הדד, סארי, טאמער די מעשה איז אז מען האט געוואלט אראפ נעמען די השגחה וועגען די וועבערמאן מעשה, דאן איז הרב בערגער קלאר נישט גערעכט, סארי, אבער מען נעמט נישט אוועק יענעם'ס פרנסה נאר ווייל יענער וויל נישט ריין וואשען וועבערמאן, נאר וואס דען די עסקנים האבען פרובירט צי ניצען זייער POWER צי אוועקנעמען פרנסות אין מישען הודו מיט כוש, אין דער אנדערער האט געניצט זיין שטארקייט אין זיין רעכט צי גיין צי די פאליציי,

טובעד, ווען די עסקנים געווינען דורעך קרימינאלע מעשים דאן איז אלעס בסדר, אבער טאמער דער אנדערער געווינט דאן מאכט מען א וויי געשריי אין מען וויינט מיט קראקאדיל טרערען, אנטשולדיגסט.....
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:

ניין פראפעסאר, דאס איז נישט געווען די מעשה. ער האט נישט אראפגענומען דעם השגחה צוליב דעם, פינטל. איך גיין נישט שרייבן יעצט מער ווייל יעצט איז דא א קעיס, דארף איך וואטשן יעדעס ווארט וואס איך שרייב.

און איך האב שוין אפאר מאל געשריבן דא אז מישקאלצער רב האט יעדעס ריר אדורך גערעדט מיט א לויער. ער האט גארנישט געטוהן קעגען געזעץ.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יעצט באקומען א באריכט פון קארט.

דער פראסעקיוטער האט געבעטן הונדערט טויזענט דאללער פאר רובין, הונדערט טויזענט דאלער פאר יעקב בערגער (ווייל ער האט אראפגענומען דעם הכשר סיין און ער ווערט געקלאגט מיט דיסטרויען פראפערטי), און פינף און צוואנציג טויזענט דאללער פאר הערצקא און יוסף בערגער פארן טרייען צו שטערן די קעיס.

דער דשאדש האט למעשה געבעטן 75 אלפים פאר רובין, און פינף אלפים!!! פאר יעקב, יוסף און הערצקא בערגער.

איך מיין אז דער פרייז וואס ער האט געבעטן פאר די בערגער ברודער ווייזט שוין ווי שטארק דער קעיס איז אקעגן זיי, נאר אזוי ווי איך האב געזאגט, מען נוצט זיי דא פאר טולס קעגן דעם גאנצן דשואיש קאמיוניטי. דשוס, ביוועיר, מיר נעמען זיך איבער אייערע ביינער.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ענפער מיר ביטע קלאר אין דייטליך, איז די סיבה פאר אראפנעמען ד השגחה געווען ווייל ס'דא א פראבלעם מיט די עסען דארט, אדער אז די בעל הבית האט פרובירט מכשיל זיין אידען מיט טריפות, אדער וועגען עפעס אנדרעש......., טאמער טראסט ער נישט די בעל הבית קען ער צילייגען א משגיח, הונדערטער גואישע קאנפאניס האבען א השגחה,

הדד, סארי, טאמער די מעשה איז אז מען האט געוואלט אראפ נעמען די השגחה וועגען די וועבערמאן מעשה, דאן איז הרב בערגער קלאר נישט גערעכט, סארי, אבער מען נעמט נישט אוועק יענעם'ס פרנסה נאר ווייל יענער וויל נישט ריין וואשען וועבערמאן, נאר וואס דען די עסקנים האבען פרובירט צי ניצען זייער POWER צי אוועקנעמען פרנסות אין מישען הודו מיט כוש, אין דער אנדערער האט געניצט זיין שטארקייט אין זיין רעכט צי גיין צי די פאליציי,

טובעד, ווען די עסקנים געווינען דורעך קרימינאלע מעשים דאן איז אלעס בסדר, אבער טאמער דער אנדערער געווינט דאן מאכט מען א וויי געשריי אין מען וויינט מיט קראקאדיל טרערען, אנטשולדיגסט.....

איך פארשטיי אייך בכלל נישט!! איך וואלט געקענט זאגן פינטל.
דעס איז יעדער מודה אז ער איז א שייגעץ!! ער דרייט זיך אגאנצען טאג מיט א מיידל וואס איז א מחלל שבת זיי טיען נישט קיין מצוות דעס קענסטי זיכער זיין!! איז יא א דיין מעג אפמאכן אז ער טראסט נישט אזא בחור עס מיינט נישט אז ער האט געוואלט סטראשענען. די ריפסט דעס אן קרימינאלע אקטן??
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

קאמפיאטער האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ענפער מיר ביטע קלאר אין דייטליך, איז די סיבה פאר אראפנעמען ד השגחה געווען ווייל ס'דא א פראבלעם מיט די עסען דארט, אדער אז די בעל הבית האט פרובירט מכשיל זיין אידען מיט טריפות, אדער וועגען עפעס אנדרעש......., טאמער טראסט ער נישט די בעל הבית קען ער צילייגען א משגיח, הונדערטער גואישע קאנפאניס האבען א השגחה,

הדד, סארי, טאמער די מעשה איז אז מען האט געוואלט אראפ נעמען די השגחה וועגען די וועבערמאן מעשה, דאן איז הרב בערגער קלאר נישט גערעכט, סארי, אבער מען נעמט נישט אוועק יענעם'ס פרנסה נאר ווייל יענער וויל נישט ריין וואשען וועבערמאן, נאר וואס דען די עסקנים האבען פרובירט צי ניצען זייער POWER צי אוועקנעמען פרנסות אין מישען הודו מיט כוש, אין דער אנדערער האט געניצט זיין שטארקייט אין זיין רעכט צי גיין צי די פאליציי,

טובעד, ווען די עסקנים געווינען דורעך קרימינאלע מעשים דאן איז אלעס בסדר, אבער טאמער דער אנדערער געווינט דאן מאכט מען א וויי געשריי אין מען וויינט מיט קראקאדיל טרערען, אנטשולדיגסט.....

איך פארשטיי אייך בכלל נישט!! איך וואלט געקענט זאגן פינטל.
דעס איז יעדער מודה אז ער איז א שייגעץ!! ער דרייט זיך אגאנצען טאג מיט א מיידל וואס איז א מחלל שבת זיי טיען נישט קיין מצוות דעס קענסטי זיכער זיין!! איז יא א דיין מעג אפמאכן אז ער טראסט נישט אזא בחור עס מיינט נישט אז ער האט געוואלט סטראשענען. די ריפסט דעס אן קרימינאלע אקטן??

הדד, דו פארשטייסט נישט וואס הער פראפעסאר וויל פון דיר? ענטפער ביטע צודערזאך! ווען איז דער געשעפט אייגנטימער געווארן אן עבריין, אייערנעכטן? כק אדמור ממישקאלץ האט נישט געוואוסט? פון וועמענס אינטעליגענץ פרובירסטו דא צו ליצנות מאכן?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

האק נישט אין קאפ. אויב האט ער נישט ווייעלעטעד די רולס פונעם בעל מכשיר איז זיין פריוואטן לעבן נישט מעלה ומוריד. ווי געזאגט אז געניג מענטשן נישט שתו"מ באקומען הכשרים. דאס איז א קעיס פון אביוז אוו פאוער. יעדער פארשטייט אז ווען בארי דייטש בייגט זיך ווען צו פרעשור און קאנווינסט איר צו דראפען די טשארדזשעס וואלט ער צוריק געווען נאמן, אפגעזעהן וויאזוי ער פירט זיך אויף אין פריוואטן לעבן.

אויב למשל מ'הערט אויפן ריקארדינג ווי מ'זאגט אים אז אויב ער הערט נישט אויף צו בונטעוועען וועט מען אים ארויסלייגן פון ביזנעס, איז דאס אויך א טראסט אישו? אויב הערט מען ווי מ'מאכט א דיעל אז אויב הערט ער אויף צו בונטעווען קען ער ווייטער האבן די הכשר, איז דאס אויך א טראסט אישו? מ'ברויך ווארטן צו הערן די דיטעילס, אויב ס'איז בכלל דא דיטעילס.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

הדד בן בדד האט געשריבן:ניין פראפעסאר, דאס איז נישט געווען די מעשה. ער האט נישט אראפגענומען דעם השגחה צוליב דעם, פינטל. איך גיין נישט שרייבן יעצט מער ווייל יעצט איז דא א קעיס, דארף איך וואטשן יעדעס ווארט וואס איך שרייב.

און איך האב שוין אפאר מאל געשריבן דא אז מישקאלצער רב האט יעדעס ריר אדורך גערעדט מיט א לויער. ער האט גארנישט געטוהן קעגען געזעץ.

דו נעמסט אלעס פון די זעלבע סארס איבער די שיקסע קלאגעס?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

הדד בן בדד האט געשריבן:יעצט באקומען א באריכט פון קארט.

דער פראסעקיוטער האט געבעטן הונדערט טויזענט דאללער פאר רובין, הונדערט טויזענט דאלער פאר יעקב בערגער (ווייל ער האט אראפגענומען דעם הכשר סיין און ער ווערט געקלאגט מיט דיסטרויען פראפערטי), און פינף און צוואנציג טויזענט דאללער פאר הערצקא און יוסף בערגער פארן טרייען צו שטערן די קעיס.

דער דשאדש האט למעשה געבעטן 75 אלפים פאר רובין, און פינף אלפים!!! פאר יעקב, יוסף און הערצקא בערגער.

איך מיין אז דער פרייז וואס ער האט געבעטן פאר די בערגער ברודער ווייזט שוין ווי שטארק דער קעיס איז אקעגן זיי, נאר אזוי ווי איך האב געזאגט, מען נוצט זיי דא פאר טולס קעגן דעם גאנצן דשואיש קאמיוניטי. דשוס, ביוועיר, מיר נעמען זיך איבער אייערע ביינער.

ייש"כ. אויף וואס איז רובין געטשארזשד?
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

יואליש האט געשריבן:אויב למשל מ'הערט אויפן ריקארדינג ווי מ'זאגט אים אז אויב ער הערט נישט אויף צו בונטעוועען וועט מען אים ארויסלייגן פון ביזנעס, איז דאס אויך א טראסט אישו? אויב הערט מען ווי מ'מאכט א דיעל אז אויב הערט ער אויף צו בונטעווען קען ער ווייטער האבן די הכשר, איז דאס אויך א טראסט אישו? מ'ברויך ווארטן צו הערן די דיטעילס, אויב ס'איז בכלל דא דיטעילס.

שוין די ווייסט נישט קיין דיטעלס אבער אננעמען נעמסטי דיר אן אויפן צד אז ער האט עס אראפ גענימען כדאי צי סטראשענען! האלסט נישט אז ער האט געוויסט אז לייגט זיך אריין אין טראבעל? האלסט טאקע ער האט נישט קיין שכל? ער האט עס אראפ גענימען ווייל ער האט געפילט אז ער טראסט נישט דעם בחור, אין יא די פריוואטע לעבן פין א בחורל איז יא מעלה ומוריד.
אוודאי איז דא נישט שמתומ"צ וואס בייקימען הכשירים אבער ווען אין וויליאמסבורג גייט זיין א סטאר מיט א אידישע בעל הבית א רעסטאראנט אין ער גייט אפן זיין שבת האלסט אז א רב גייט געבן א הכשר?? (שבת איז סקילה וואוינען מיט א מיידל איז כרת). פארוואס נישט? זיין לעבן איז דאך נישט מעלה אין מוריד?
סא פליז האק נישט קיין טשייניק.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די מיליאן דאלערדיגע פראגע דא איז צו די אראפנעמען די השגחה איז געווען על תנאי (דהיינו, ווען בארי איז משכנע מיס קרויס צו דראפן טשארדזשעס וואלט ער צוריקבאקומען די השגחה) אדער איז עס געווען פערמענאנט, דהיינו אפילו מ'דראפט די טשארדזשעס האט דער מישקאלצער מער נישט קיין טראסט אינעם בעל הבית פונעם רעסטוראן. אויב איז עס געווען דירעקט תלוי אין דראפן די טשארדזשס איז דאס ריכטיגע וויטנעס אינטימידעשאן. יעצט, ס'מעגליך אז מדין תורה אדער אפילו מסברא ישרה וואלט אזא זאך געווען גענצליך מותר אבער מדינא דמלכותא איז עס נישט אזוי. איך גלייב אויך נישט אז דער מישקאלצער האט א קעיס אנטקעגן בארי, ווייל לויט די מעשה וואס בארי פארקויפט האט ער פשוט זיך נישט געלאזט אינטימידעיטן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

סקילה איז הארבער פון כרת עיי"ש
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאמפיאטער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:אויב למשל מ'הערט אויפן ריקארדינג ווי מ'זאגט אים אז אויב ער הערט נישט אויף צו בונטעוועען וועט מען אים ארויסלייגן פון ביזנעס, איז דאס אויך א טראסט אישו? אויב הערט מען ווי מ'מאכט א דיעל אז אויב הערט ער אויף צו בונטעווען קען ער ווייטער האבן די הכשר, איז דאס אויך א טראסט אישו? מ'ברויך ווארטן צו הערן די דיטעילס, אויב ס'איז בכלל דא דיטעילס.

שוין די ווייסט נישט קיין דיטעלס אבער אננעמען נעמסטי דיר אן אויפן צד אז ער האט עס אראפ גענימען כדאי צי סטראשענען! האלסט נישט אז ער האט געוויסט אז לייגט זיך אריין אין טראבעל? האלסט טאקע ער האט נישט קיין שכל? ער האט עס אראפ גענימען ווייל ער האט געפילט אז ער טראסט נישט דעם בחור, אין יא די פריוואטע לעבן פין א בחורל איז יא מעלה ומוריד.
אוודאי איז דא נישט שמתומ"צ וואס בייקימען הכשירים אבער ווען אין וויליאמסבורג גייט זיין א סטאר מיט א אידישע בעל הבית א רעסטאראנט אין ער גייט אפן זיין שבת האלסט אז א רב גייט געבן א הכשר?? (שבת איז סקילה וואוינען מיט א מיידל איז כרת). פארוואס נישט? זיין לעבן איז דאך נישט מעלה אין מוריד?
סא פליז האק נישט קיין טשייניק.

ער איז גראדע יא א שומר שבת און עס איז ניטאמאל דא קיין קלא דלא פסיק אז ער וואוינט מיט א מיידל.

אגב, דער טריפה'נער בעקערי אויף לי עוועניו וועלכע האט אן השגחה פון התאחדות הרבנים פשוט ווייל ער האט געסטראשעט אז ער וועט אנקלאגן הג"ר הילל וויינבערגער - פארוואס מאכט מען דארט נישט קיין מערכה? ווייל דארט איז דער בעל הבית א "משלנו" היימישער?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יידל האט געשריבן:די מיליאן דאלערדיגע פראגע דא איז צו די אראפנעמען די השגחה איז געווען על תנאי (דהיינו, ווען בארי איז משכנע מיס קרויס צו דראפן טשארדזשעס וואלט ער צוריקבאקומען די השגחה) אדער איז עס געווען פערמענאנט, דהיינו אפילו מ'דראפט די טשארדזשעס האט דער מישקאלצער מער נישט קיין טראסט אינעם בעל הבית פונעם רעסטוראן. אויב איז עס געווען דירעקט תלוי אין דראפן די טשארדזשס איז דאס ריכטיגע וויטנעס אינטימידעשאן. יעצט, ס'מעגליך אז מדין תורה אדער אפילו מסברא ישרה וואלט אזא זאך געווען גענצליך מותר אבער מדינא דמלכותא איז עס נישט אזוי. איך גלייב אויך נישט אז דער מישקאלצער האט א קעיס אנטקעגן בארי, ווייל לויט די מעשה וואס בארי פארקויפט האט ער פשוט זיך נישט געלאזט אינטימידעיטן.

בעסער ארויסגעברענגט מיינע ווערטער. יישר.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

יידל האט געשריבן:ער איז גראדע יא א שומר שבת און עס איז ניטאמאל דא קיין קלא דלא פסיק אז ער וואוינט מיט א מיידל.

אגב, דער טריפה'נער בעקערי אויף לי עוועניו וועלכע האט אן השגחה פון התאחדות הרבנים פשוט ווייל ער האט געסטראשעט אז ער וועט אנקלאגן הג"ר הילל וויינבערגער - פארוואס מאכט מען דארט נישט קיין מערכה? ווייל דארט איז דער בעל הבית א "משלנו" היימישער?

איך האב נישט געזאגט אז ער איז, איך האב געזאגט אז זי איז אויב גלייבסטי מיר נישט פרעג אירע שכינים וואס זעהן איר רייכענען אין שבת! וויאזוי פלאנסטי איך זאל דיר אויפווייזן אז עס יא דא א קלא דלא פסיק?? מיט א ווידיאוי?
וואס די זאגסט ב'אגב פין א טריפה'נע בעקערי ווייס איך נישט וואס די רעדסט אפשר ברענגסטי אויך דעטאלען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמפיאטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קאמפיאטער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:אויב למשל מ'הערט אויפן ריקארדינג ווי מ'זאגט אים אז אויב ער הערט נישט אויף צו בונטעוועען וועט מען אים ארויסלייגן פון ביזנעס, איז דאס אויך א טראסט אישו? אויב הערט מען ווי מ'מאכט א דיעל אז אויב הערט ער אויף צו בונטעווען קען ער ווייטער האבן די הכשר, איז דאס אויך א טראסט אישו? מ'ברויך ווארטן צו הערן די דיטעילס, אויב ס'איז בכלל דא דיטעילס.

שוין די ווייסט נישט קיין דיטעלס אבער אננעמען נעמסטי דיר אן אויפן צד אז ער האט עס אראפ גענימען כדאי צי סטראשענען! האלסט נישט אז ער האט געוויסט אז לייגט זיך אריין אין טראבעל? האלסט טאקע ער האט נישט קיין שכל? ער האט עס אראפ גענימען ווייל ער האט געפילט אז ער טראסט נישט דעם בחור, אין יא די פריוואטע לעבן פין א בחורל איז יא מעלה ומוריד.
אוודאי איז דא נישט שמתומ"צ וואס בייקימען הכשירים אבער ווען אין וויליאמסבורג גייט זיין א סטאר מיט א אידישע בעל הבית א רעסטאראנט אין ער גייט אפן זיין שבת האלסט אז א רב גייט געבן א הכשר?? (שבת איז סקילה וואוינען מיט א מיידל איז כרת). פארוואס נישט? זיין לעבן איז דאך נישט מעלה אין מוריד?
סא פליז האק נישט קיין טשייניק.

כ'האב זייער קלאר געשריבן אז כ'שפעקעליר נאר (און אפי' עס געמאכט דריי מאל באלד פאר די וואס קענען נישט ליינען) און כ'גיב דיר די אנדערע זייט פון די מטבע, זינט קיינער האט נישט קיין פאקטן. אלזא, טשיל די טעמפער.

און ניין, ס'איז בכלל נישט דומה צו א געשעפט וואס איז אפען אים שבת אין וומ"ס, ווייל דער חילול שבת איז דורכן געשעפט און די הכשר איז אויפן געשעפט. משא"כ חילול שבת אין פריוואטן לעבן ווערט נישט מאושר דורכן הכשר. מעולם לא שמענו אז מ'זאל מאכן אן אישו דערפון. מי שיש לו מוח בקדקדו און ווער ס'קען אונזער סיסטעם איז ליבי אומר לו וואס דא איז פארגעגיינגען. און אויב דער מישקאלצער האט זיך אראפגעזעצט מיט א לויער (לויט הדד) און אויסגעארבייט אויף פאפיר אז ס'זאל האבן געהייסן אז ער איז מסיר השגחתו צוליב נאמנות פראבלעמען, איז עס לכאורה אויף פאפיר בלויז, ווייל די טיימינג איז זייער פארדעכטיגט. העמיר ברויכן ווארטן פאר די דעטאלן ארויסצוקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קאמפיאטער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ער איז גראדע יא א שומר שבת און עס איז ניטאמאל דא קיין אז ער וואוינט מיט א מיידל.

אגב, דער טריפה'נער בעקערי אויף לי עוועניו וועלכע האט אן השגחה פון התאחדות הרבנים פשוט ווייל ער האט געסטראשעט אז ער וועט אנקלאגן הג"ר הילל וויינבערגער - פארוואס מאכט מען דארט נישט קיין מערכה? ווייל דארט איז דער בעל הבית א "משלנו" היימישער?

איך האב נישט געזאגט אז ער איז, איך האב געזאגט אז זי איז אויב גלייבסטי מיר נישט פרעג אירע שכינים וואס זעהן איר רייכענען אין שבת! וויאזוי פלאנסטי איך זאל דיר אויפווייזן אז עס יא דא א קלא דלא פסיק?? מיט א ווידיאוי?
וואס די זאגסט ב'אגב פין א טריפה'נע בעקערי ווייס איך נישט וואס די רעדסט אפשר ברענגסטי אויך דעטאלען?

אה דאס איז שוין נאך א סטעפ ווייטער, און לכאורה פרעצעדנעטלאז. א חברתה'ס מעשים איז קובע אויב די געשעפט קען האבן א הכשר? ביזט בלינד אז דו קריכסט אויף גראדע ווענט? זאג אפען, כ'האב א פראבלעם מיט דעם איד און כ'וויל מסיר השגחתו זיין פאר יעדן פרייז ווייל כ'האלט ס'איז א לעגעטימע קאנטראל טאקטיק.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

צוויי ווערטער..
1, ס׳איז אינטערעסאנט צו באמערקן פון וועליכע צד די אויפברויז קומט.

2, אן אומשולדיגער איז דען גרייט אונטערצוקויפן זיין באשולדיגער מיט א האלבן מיליאן דאלער?
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

Starbucks האט געשריבן:צוויי ווערטער..
1, ס׳איז אינטערעסאנט צו באמערקן פון וועליכע צד די אויפברויז קומט.

2, אן אומשולדיגער איז דען גרייט אונטערצוקויפן זיין באשולדיגער מיט א האלבן מיליאן דאלער?

איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז ער האט עס געטין נאכדערצי נאך לעבאוויטש'ס מעשה, מען האנדעלט דאך נישט דא פין קיין טיפשים.
אבער זאג נאר די וואלסט נישט גרייט געווען צי צאלן אזא סומע געלט אפי די ביסט אימשילדיג? נאכדערצי אין אזא לאנד ווי מען דארף נישט זיין שילדיג צי זיצען פאר אזא קלאגע?
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דבילה האט געשריבן:
קאמפיאטער האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:ענפער מיר ביטע קלאר אין דייטליך, איז די סיבה פאר אראפנעמען ד השגחה געווען ווייל ס'דא א פראבלעם מיט די עסען דארט, אדער אז די בעל הבית האט פרובירט מכשיל זיין אידען מיט טריפות, אדער וועגען עפעס אנדרעש......., טאמער טראסט ער נישט די בעל הבית קען ער צילייגען א משגיח, הונדערטער גואישע קאנפאניס האבען א השגחה,

הדד, סארי, טאמער די מעשה איז אז מען האט געוואלט אראפ נעמען די השגחה וועגען די וועבערמאן מעשה, דאן איז הרב בערגער קלאר נישט גערעכט, סארי, אבער מען נעמט נישט אוועק יענעם'ס פרנסה נאר ווייל יענער וויל נישט ריין וואשען וועבערמאן, נאר וואס דען די עסקנים האבען פרובירט צי ניצען זייער POWER צי אוועקנעמען פרנסות אין מישען הודו מיט כוש, אין דער אנדערער האט געניצט זיין שטארקייט אין זיין רעכט צי גיין צי די פאליציי,

טובעד, ווען די עסקנים געווינען דורעך קרימינאלע מעשים דאן איז אלעס בסדר, אבער טאמער דער אנדערער געווינט דאן מאכט מען א וויי געשריי אין מען וויינט מיט קראקאדיל טרערען, אנטשולדיגסט.....

איך פארשטיי אייך בכלל נישט!! איך וואלט געקענט זאגן פינטל.
דעס איז יעדער מודה אז ער איז א שייגעץ!! ער דרייט זיך אגאנצען טאג מיט א מיידל וואס איז א מחלל שבת זיי טיען נישט קיין מצוות דעס קענסטי זיכער זיין!! איז יא א דיין מעג אפמאכן אז ער טראסט נישט אזא בחור עס מיינט נישט אז ער האט געוואלט סטראשענען. די ריפסט דעס אן קרימינאלע אקטן??

הדד, דו פארשטייסט נישט וואס הער פראפעסאר וויל פון דיר? ענטפער ביטע צודערזאך! ווען איז דער געשעפט אייגנטימער געווארן אן עבריין, אייערנעכטן? כק אדמור ממישקאלץ האט נישט געוואוסט? פון וועמענס אינטעליגענץ פרובירסטו דא צו ליצנות מאכן?

איך פרוביר נישט און איך מאך נישט, איך זאג דיר נאכאמאל אז נישט דאס איז געווען די מעשה, און ניין, מישקאלצער רב (אן אדמור און אן שליטא און אן זצוקללהההה) האט גארנישט געטוהן קעגן דאס געזעץ, ווידער דער געשעפט אייגענטימער האט יא. גלייבסט מיר נישט? מוזט נישט. מישקאלצער רב'ס נאמבער איז פאבליק אינפארמעישאן, קאלל אים אן און פרעג אים, אויב וועט ער דיר וועלן ענטפערן איז גוט, אויב נישט, דאן וועל איך דיר אויך נישט זאגן, און שריי ווייטער אז ער איז א טעראריסט.

בד"וו, אפילו אויב דאס איז יא די מעשה, קען מישקאלצער רב זאגן אז יא, ביז יעצט האט ער געהאלטן אז אפילו יענער איז א שגץ, טראסט ער אים נאך איבער כשרות, אבער איינמאל יענער האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט פאר די מידיע קעגן דעם חרד'ישן ציבור, פילט ער אז ער האט יעצט פארלוירן דאס נאמנות ביי אים. מישקאלצער רב איז א רב, נישט א גוי'אישער פראפעסאר (אויך נישט א אידישער) און ער איז בארעכטיגט צו זיינע געפיהלן ווען א בעה"ב פארלירט דאס נאמנות ביי אים. אבער דאס איז אלעס העטעך פעטעך, למעשה איז די מעשה נישט געווען אזוי טרוקן ווי דו לייגסט עס דא אראפ.

איך זאג נאכאמאל, קוק אויף די בעיל פרייז וואסס מען האט ארויפגעלייגט אויף זיינע קינדער. און איך פרעג נאכאמאל, און לאמיך יעצט זעהן אז דבילה אדער סיי ווער זאל מיר דאס ענטפערן, און ענטפער ביטע צו דער זאך. אויב האט מישקאלצער רב געטוהן עפעס קעגן דעם געזעץ, דאן וואס ווילסטו פון זיינע קינדער. אויב שוין יא, פארוואס מאכן איין טשולנט פון דעם, און דאס באשרייבן אזוי אז עס זאל אויסזעהן סאך ערגער ווי דאס איז?
NAVY SEAL
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך NAVY SEAL »

טאמבל סאס האט געשריבן:און דאס זעלבע איז יעצט מיט די מעשה אין ענגלאנד . עפעס א צופיפענע משוגענער האט געמסר'ט א אומשולדיגע באמת פיינע אינגערמאן אז ער זאל אנגעבליך מכלומרשט האבן מאלעסטעד זיין קינד, ווען יענער האט אין די ווירקליכקייט אים בלויז געגאנגען קויפן א ציצה און עס אנפראבירן נאכן באמערקן אז ער איז ציצה-לאז. און די פאליציי איז געקומען אינמיטן כולל לייגן קייטעלעך אויף דעם איידעלן אינגערמאן.
א שטינק איז ארום אין די גאנצע שטאט, פארשטענדליך אז מער מענטשן האבן געוואלט גלייבן אז זי מעשה איז אמת . 'מקען דאך שוין נישט היינט וויסן' און 'ליידער האבן היימישע אידן א געוויסע געשפאנטקייט און חשק צו גלייבן די אלע סארט פאנטאסטישע מעשיות, ספעציעל די לשון הרע טראגער. בקיצור אלע סארט געשיכטעס מיט לאנגע קיען בערד זענען ארומגעפארן ווי א יאר-ליכט, און ס'האט זיך שווער איינגעגעבן לבסוף אויפצוקלערן פאר ציבור וואסערע שקר ס'ליגט אינדעם , און ווי צושמיסן דער טאטע פון דעם קינד איז.
דער טאטע איז נעבעך פון זינען, הערנדיג אז א אינגערמאן האט געטאטש'ט זיין קינד און אים געקויפט א ציצה איז ער תיכף ומיד געלאפן צו די פאליציי קלאגן יענעם. א חרפה און א שאנדע . יעצט האפן די דארטיגע איינוואוינער אים צוריק איינצופאקן אין א קליין באגאזש און אפשיקן צוריק צו די שווארצע פעפער. זאל ער באמאכן אנדערע פלעצער מיט זיינע באמיסטונגען

ער איז געקומען פון ארץ ישראל א שטיק צייט צוריק זיין יונגל איז נאכנישט געווען מסודר און א חדר קיין איין תלמוד תורה וויל אים נישט אננעמען יעצט און די גרעסטע פלאפ פאר אים איז געווען ווען די פאליס האט געמאכט א פונקטליכע ריפארט פון די קלאגע און איינע פון די שאלות איז געווען וואו זיין יונגל לערנט האט ער אנגעהויבן צו דרייען מיט די צונג און די פאליס האט אים געדרוקט צו די וואנט וואו ער לערנט האט ער באשלאסן צו דראפן די טשארזשעס.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

Starbucks האט געשריבן:צוויי ווערטער..
1, ס׳איז אינטערעסאנט צו באמערקן פון וועליכע צד די אויפברויז קומט.

2, אן אומשולדיגער איז דען גרייט אונטערצוקויפן זיין באשולדיגער מיט א האלבן מיליאן דאלער?

די לויערס אויף צו געווינען די קעיס קענען נישט זיין אסאך א טייערע מעשה?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

NAVY SEAL האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:און דאס זעלבע איז יעצט מיט די מעשה אין ענגלאנד . עפעס א צופיפענע משוגענער האט געמסר'ט א אומשולדיגע באמת פיינע אינגערמאן אז ער זאל אנגעבליך מכלומרשט האבן מאלעסטעד זיין קינד, ווען יענער האט אין די ווירקליכקייט אים בלויז געגאנגען קויפן א ציצה און עס אנפראבירן נאכן באמערקן אז ער איז ציצה-לאז. און די פאליציי איז געקומען אינמיטן כולל לייגן קייטעלעך אויף דעם איידעלן אינגערמאן.
א שטינק איז ארום אין די גאנצע שטאט, פארשטענדליך אז מער מענטשן האבן געוואלט גלייבן אז זי מעשה איז אמת . 'מקען דאך שוין נישט היינט וויסן' און 'ליידער האבן היימישע אידן א געוויסע געשפאנטקייט און חשק צו גלייבן די אלע סארט פאנטאסטישע מעשיות, ספעציעל די לשון הרע טראגער. בקיצור אלע סארט געשיכטעס מיט לאנגע קיען בערד זענען ארומגעפארן ווי א יאר-ליכט, און ס'האט זיך שווער איינגעגעבן לבסוף אויפצוקלערן פאר ציבור וואסערע שקר ס'ליגט אינדעם , און ווי צושמיסן דער טאטע פון דעם קינד איז.
דער טאטע איז נעבעך פון זינען, הערנדיג אז א אינגערמאן האט געטאטש'ט זיין קינד און אים געקויפט א ציצה איז ער תיכף ומיד געלאפן צו די פאליציי קלאגן יענעם. א חרפה און א שאנדע . יעצט האפן די דארטיגע איינוואוינער אים צוריק איינצופאקן אין א קליין באגאזש און אפשיקן צוריק צו די שווארצע פעפער. זאל ער באמאכן אנדערע פלעצער מיט זיינע באמיסטונגען

ער איז געקומען פון ארץ ישראל א שטיק צייט צוריק זיין יונגל איז נאכנישט געווען מסודר און א חדר קיין איין תלמוד תורה וויל אים נישט אננעמען יעצט און די גרעסטע פלאפ פאר אים איז געווען ווען די פאליס האט געמאכט א פונקטליכע ריפארט פון די קלאגע און איינע פון די שאלות איז געווען וואו זיין יונגל לערנט האט ער אנגעהויבן צו דרייען מיט די צונג און די פאליס האט אים געדרוקט צו די וואנט וואו ער לערנט האט ער באשלאסן צו דראפן די טשארזשעס.

ער ווערט יעצט צוריק געשיקט קיין ארץ ישראל מטעם רבני העיר
פארשפארט