דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אויב קענסטו זאגן אז מאלעסטעישאן איז נישט צימאל ממש אדער ערגער ווי רציחה דאן האסטו נישט קיין אהנונג א מעין דמעין וואס די וויקטעם און די משפחה מאכן מיט. צוליב דעם האלטסטו וואס דו האלטסט. ביזט פשוט נישט באהאווענט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
אדער ביזטו נישט באהאוונט וואס דער טויט איז. אוועק נעמען א מענטש די מתנה פון לעבן איז די ערגסטע זאך אין דער יצירה און מאלעסטעישן איז אולי בלויז א משל דערצו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
מאראנצן כדרכו רעדט דברים של טעם!
הוגה פארוואס ברענגען משלים פון רציחה? לאמיר רעדן פון מאלעסטערן אליין קיינער קוקט עס נישט אהן פאר א לייכטע זאך, אבער לעומת זה אויב איז דאס א פאל ווי דער מלסטר קען זיך העלפן פארוואס אין די וועלט ארעסטירן?
צו שאולי: איך בין ערשיטערט פון דיין געשיכטע סהאט מיר בארירט ביז די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ, ווארשיינליך ביזטו א סענסעטיווע נשמה און דער רשע האט דיך צוגרינד געלייגט, הגם ביי רוב פעלער גייט די שאדן נישט אזוי ווייט.
אבער אויב דו קומסט ווען צו מיר נאך די מעשה וואלט איך געסטראשעט דעם רשע אז ער זאל זיך גיין העלפן און טאמער נישט וועל איך גיין צו פאליציי, איך זעה נישט קיין שום רעכט צו ארעסטירן א מענטש בלויז אלס נקמה, אי משום הא קען ער באצאלן א געלט שטראף וכדומה, נאר אויב ער האלט זיך נישט ביים העלפן אדער מ'קען אים נישט העלפן דארף מען אים אוודאי אוועקהאלטן פון פאבליק און לייגן אין תפיסה!

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
איך האב נישט אריינגערעד ביז יעצט און כ'נעם נישט קיין שטעלונג, פשוט ווייל כ'בין זייער צעמישט. פון איין זייט קען איך א אינגערמאן וואס איז ליידער משוגע לאותו דבר און וואלט גערן מאלעסטערט ווען ער קען ווען, אבער קענען קען איך אים גאר גאר גוט, און ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען מ'האקט אים ווען אמאל אן די ביינער וואלט ער מער נישט געקלערט פון אנרירן איינעם. איינעם ווי אים קומט לכאורה נישט קיין תפיסה ווייל ער איז נישט קיין אמת'ע שעדליכע מענטש, פשוט א בהמה גסה. (און פרעגסט מיך נישט וויאזוי איך ווייס, ווייל איך קען פשוט זיין תכונת הנפש דורך און אדורך און כ'בין זיכער אז אפאר גוטע פעטש (אנדעם וואס זיין ווייב און קינדער זאלן וויסן) וואלט געטאן די ארבעט.
פון די אנדערע זייט האב איך א נאנטע קאזין וואס איז ליידער מאלעסטעט געווארן (נישט אין אמעריקע) אויף א מין שוידערליכע אופן (מיט נאך א גאנצע גרופע בחורים, און כ'האב אזוי געשטימט אין הוגה'ס אנקעטע דאן) און היינט צוטאגס, עטליכע יאר שפעטער, איז דער בחור נאך צעשאסן כחרס הנשבר און דער פוגע דרייט זיך ארום פראנק און פריי בעידוד הרבנים הצדיקים רח"ל.
ממילא, ווען עס קומט צו א מאלעסטעישן קעיס שטיי איך אייביג פארלוירן און ווייס נישט וויאזוי צו טראכטן.
די ווארט איז לכאורה אזוי: א סעריעל מאלעסטער דארף אפשמאכטן אין טורמע פאר די רעשט פון זיין לעבן און ס'איז נישט מעגליך (ליידער) זיך צו רעכענען מיט זיין הויזגעזינד, ווידער איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אונזער סאסייעטי און מיינט מ'לעבט אין "דזאו לענד" און מ'קען טון וואס מען וויל, ס'כאפט אים אמאל א תאוה און ער איז עושה מעשי נחום, דארף כאפן א סעריע מכות עד שיאמר יוצא אני אז ס'זאל אים פארגיין דעם אפעטיט.
ס'איז זיכער אז נישט יעדע איינציגע פאל איז די זעלבע.

- שאולי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אדער ביזטו נישט באהאוונט וואס דער טויט איז. אוועק נעמען א מענטש די מתנה פון לעבן איז די ערגסטע זאך אין דער יצירה און מאלעסטעישן איז אולי בלויז א משל דערצו.
ביי די אינקוויזיציע און נאך אזעלכע סוטיאציעס אין היסטורי האבן מענטשן ענדערש זיך געלאזט פארברענען די גוף ווי שעדיגן די נפש זעהט אויס אז אין יודישקייט איז רציחות הנפש ערגער ווי רציחת הגוף. ווי אויך וואונטשן זיך וויקטעמס די טויט זייער אסאך מאל, די לעבן ווערט פארמאיסט. איז דערפאר אמאל ענדערש ווי מאלעסטען איז בעסער יענעם אינגאנצען צו הרגענען.
- שאולי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:שוידערליך שאולי. איך האב טרערן.
אלס א געליטענער לאמיר דיר פרעגן. לייג די נגיעות אין דער זייט א מינוט (כ'ווייס סיז ביטער שווער). וואס וואלזטו פארדינט אז דיין מאלעסטאר זיצט אין תפיסה? עס וואלט דיר בארואיגט? דיינע קינדער יארן וואלטן גרינגער געווען? ווייניגער פאניק אטאקעס?
האלסטו נישט אז דו וואלסט געדארפט באקומען אלע העלפ אויף דער וועלט און דער חזיר זאל עס באצאלן, און דיר קומען איבערבעטן און זיך אנטשולדיגן, דאס וואלט דיר דען נישט געהאלפן פיל מער? (איך רעד באופן אז דו ווייסט קלאר אז יענער גייט פאר הילף און וועט מער נישט טון די מעשים אשר לא יעשו).
טראכט א מינוט בעפאר דו ענטפערסט.
לייען איבער וואס איך האב געשריבן וועסטו זעהן אז איך האב טאקע אזוי געטוהן (נישט געמסרט און געגאנגען פאר העלפ) אבער זעהסטו אז נישט די וועג האט געהאלפן טוישן די מציאות נאר די וועג וואס די אנדערע וואס קומען יא ארויס טאקע דאס האט געברענגט די awareness.
איבער די חלק פון באצאלן קיינער זוכט נישט צו צאלן א פרוטה מער ווי מחיוב די איינציגסטע וועג צו בעטן צו באצאלן איז דורך גיין צו געריכט דאן ווידער קום איך אן צו די זעלבע פוינט וואס די ווילסט נישט הערן.
צווייטנס ווען איך בין נישט געווען וואויל אלס קינד האט מען מיר אויסגעלערנט אז אלעס האט א פרייז איך ווייס נישט וואס מען האט דיר געלערנט. איך ווייס אז ווי גרעסער די עוולה אלץ גרעסער די קאנסיקווענץ, ווי עלטער אלץ קלוגער איז מען צו מאכן די ריכטיגע באשלוס, ווי עלטער אויב מען מאכט די נישט ריכטיגע באשלוס אלס מער די קאנסיקווענסן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
שאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה

- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
יא אונז זעמיר פארפארן דא צו איש צדיק תמים'ס אשכול. אויב איינער קען עס לינקן מ'זאל קענען ציען יעדן שמועס במקומו אשרי לו.
- שאולי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
איך בין יא מחולק, איך האלט איך וואלט געדארפט מסרן מיין מאלעסטער נאר איך האב נישט די קארעדז דערפאר טוה איך רעספעקטירן די וואס האבן יא. ווי אויך ווען עס וואלטן נישט געווען מענטשן ווי איש עברי וואס האקן יעדע מאל וואס מען מסרט אפשר וואלט איך געהאט די קארעדז און די גאס וואלט געווען מער זיכער. אנשטאט צו האקן אויף די וואס מסרן זאל מען האקן אויף די וואס שטעלן זיך ארויס צו זיין די וואס פירן די דור און לאזן אזא גרויסע פראבלעם לויפן און קאווערן אפ!!!
איך פרעג נאכאמאל, ווי זענען די רבנים? אז זיי זענען נישט דא זאל מען נישט האקן אויף נחום און אויף הורוויץ און אלע אנדערע עסקנים אין די געביט וואס אפגערעדט צו זיי מאכן מער קליא ווי זיי טוען אויף אדער צו זיי טוען גורם זיין חילול השם... במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש....
ווי אויך נישט האקן, אויף די וואס טוהן וואס זיי פילן ריכטיג, ווייל די רבנים טוהן נאר וואס זייער נגיעה זאגט אין די געביט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאולי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שאולי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
אנטשולדיגט פארן שרייבן אזויפיל, איך האף איר פארשטייט אז דאס איז א פארווייגטאגטע נושא וואס איך נאך קיינמאל נישט דיסקאסט....
וויפיל מאלעסטערס זיצן למעשה אין תפיסה פאר פילע יארן? נאר די גאר ערגע וואס דאס איז יעדער מודה אז עס קומט זיי! די אנדערע קומען צום סוף ארויס אויף פרויבעישן בלא בלא און גייען ארויף אויף די **** אפענדער ליסטע. אויב אזוי האב איך נאכנישט ארויס די פראבלעם מיט מסרן.
בושות? סטיגמע? וואויל פארדינט!!!!!!

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
א
שאולי
סארי אבער דער עולם איז נעבעך גוט אין דער סומאטאכע. קיינער נעמט נישט ערענסט ווען "יענער" ווערט נעבעך מאלעסטערט, מען איז אזוי דום, אז אפילו ווען דער אייגינער קינד ווערט מאלעסטערט טוט מען גארנישט, ווייל מען האט מורא, און מען רעדט איין די טפשות'דיגער עלטערען אז פאר די קינד איז אסאך בעסער גארנישט צו טוהן, ווייל טאמער יא, וועט ער דורך גיין די "טראמא" (וואס לכתחילה טענה'ט מען איז בכלל נישטא) נאכאמאהל.
דער איינציגסטער וואס פילט זיך אויסגעניצט און בעוולה'ט איז דער קינד אליין, און חוץ אים וועלען רוב מענטשען גארנישט פילען, און די וואס וועלען יא האבען מיטלייד וועלען זאגען אוי וויי נעבעך מען האט אים נעבעך מפגם געוועהן, אפילו דער צודרייטער נחום וואס וויפיל ער האט שוין אויף געטוהן אין דער געביט קוקט אויך אהן דער עיקר פראבלעם אז מען האט נעבעך פוגם געוועהן די קדושה פין א אינגעל, וכו', נישט אז מען האט דא האלב וועגס גע'הרג'ט א מענטש, א עולם מלא.
נישטא ווער עס זאל פייטען פאר די דמעת העשוקים, נאר די פאר יחידים. ועל זאת לבנו דוי. אז אפילו נארמאלע מענטשען ווי צ.ב.ש. שמעקעדיג, פרעגט דיך אלץ וויקטים וואס האסטו דערפין אז יענער גייט זיצען.
א מין שאלה דאס? וואס האסטו דערפין? עס ליגט א חוב קדוש אויף יעדער וואס איז געווארען מאלעסטערט זאל מציל זיין אנדערע קינדער פין ווערען מאלעסטערד. און דאס איז נישט אלעס. עס איז דא א געפיל וואס לויפט נאך, וואס לאזט נישט שלאפען, לאזט נישט עסען, ביז מען זעהט נישט אז דער וואס האט געטוהן א עוולה ווערט געפאנישט.
געמיינט האביך אמאהל אז רובא דרובא נארמאלע מענטשען וועלען האלטען ווי מיין חתימה. איך בין באמת ענטוישט, ד.ה. אז ווען אינז חסידישע אידען וואלטען ווען געהאט א אייגינע מדינה וואס וואלט זיך געפירט על פי חוקי התורה, וואלטען אלע עבריינים זיך ארום געדרייט פראנק און פריי, ווייל קיין עדים איז נישטא, און בכלל וואס האסטו דערפין אז יענער ווערט מבוזה?
זו תורה? דאס איז דער דרך וואס איז חכמתכם ובינתכם לעיני העמים?
דער גרעסטער חילול השם וואס קען זיין איז לאזען עבריינים זיך ארום דרייען אהן קיין שום שכר ועונש, און נאך זאגען אז דאס איז דער דרך התורה. דערווייל גייט מען און מען איז מהפך הקערה על פיה, און מען זאגט אז דער דרך התורה איז גאר אז עס ווערט חילול השם ווען איינער איז מגלה אז איינער האט געטוהן אן עבירה.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
איך ווייס פון א רב וואס האט זיך געהאט אנגענומען פאר א קרבן און ער האט געגעבן רשות צו איהם מסר'ן, זענען געקומען אפאר רבנים און פאר פירט היתכן עס איז מסירה ער קען גיין צום דאקטער מען קען איהם העלפען. . האט די רב צוריק געפרעגט ווער פון ענק נעמט אן אחריות אז ער גייט גיין צום דאקטער, האט יעדער גענטפערט איך, פרעגט ער צו ער קען האבן א חתימה פון איינע פון ענק אז אויב ער גייט זיך נישט היילען און דורך דעם גייט זיין נאך א קרבן און מען וועט דארפן הוצאת פארן היילען די קינד, צו ענק זענען גרייט צו פאר משכנ'ן ענקער הויז, צו מאכן זעכער עס וועט זיין פון צו באצאהלן? קיינער האט נישט מסכים געווען. האט ער זיי געזאגט גייט לחיים ולשלום..
דעס איז די פראבלעם פון מאלעסטעשין וואס איז דא ביי אינז, נישט די מאלעסטערס, עס איז נישט דא ווער עס נעמט קעיר/אחריות אויף זיי.. אונז האבן ברוך השם המספיק פתח תקוה רעים אר סי סי עס..ארג. פאר אלע מיני חולים חוץ פארדעם..

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
טיטאניק האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:פליקער
טאקע יעדע אינגל וואס ווערט געטאטשט זעהט מען עס אהן? א פאריעריגע שניי (אדער היי יעריגע שניי) עס איז דא טויזנטע צווישן אונז אין מען זעהט גארנישט אויף זיי, זייי האבן ווייטער מיטגעהאלטן אין קלאס אין וכו' נארמאל חתונה געהאט אין האבן שוין היינט אפאר קינדער.
איך שרייב דאס נאר בנוגע טאטשן, אין רציחהדיגע אביוז קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך ווייס נישט.
מען דארף וויסן עס איז דא לעווילס אין אלעס
זאג נאר יעדער וואס ווערט געשאסן ווערט דערהרגט,
זאג נאר יעדער וואס פארט דורך א פלעשינג רויט לייט פון א סקול בוס קלאפט אראפ א קינד,
ווען איינער טיט א עוולה און שעידיגט איינעם אפילו עס פאסירט נישט אלע מאל פארמינערט עס נישט די עוולה, און קיין שום תירוץ איז נישט אז נישט יעדער ווערט אזוי שטארק נפגע.
די עוולה איז נישט א אידישקייט עוולה, די עוולה איז א עוולה קעיגן א באשעפעניש וואס קען זיך נישט קעיגן שטעלן, פאר געוויסע סיבות ווערן קינדער דערפין גאר שטארק געשעידיגט ווי שאולי שרייבט באריכות, בשוב טעם ודעת.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שאולי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
וואס טוט איר ווען איינער קומט צו צו אייער זוהן אין בית מדרש און גיבט אים נאר א קליינע שנייד מיט א מעסער? ס' גארנישט עס בלוט אביסל אבער נישט געפערליך.... וואלט איר פארפירט אז ער איז קראנק.... געמאכט זיכער מען איז אים מסדר.... די נמשל איז פארשטענדליך...
נאך א קלייניקייט פאר איך מאך נאכט, איך קען נישט אראפלייגן מיין מעשה צו בפרטיות'דיג אבער מיין קעיס פון אביוז איז געווען גאנץ א מילדע לויט מעשוית וואס איך האב געהערט פון אנדערע וויקטימס און דאך קוק די רעזאלטאטן.... יא אפילו נאר א קיצל דארט מאכט א וויקטים ווערן א שווערע וויקטים....
און איך וויל נישט אויסזעהן ווי די וואס מאכן אוועק די וויקטימס אויף די פארקערטע אופן אבער איך וואלט נאכגעקוקט אלע וואס פארשטייען נישט א וויקטים אז ער איז א פאטענטיול מאלעסטער!!
זיי מיר מוחל אויף מיין לשון........
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]בעצם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין אין דער נושא מער ווי איך האב געשריבן אין מערערע ערטער אין קאווע שטיבל, עס איז ספר פתוח לפניכם, ווער עס האט אן אינטערעסע צו הערן נאך א צד, דוק ותשכח. אבער היות איך זעה דא געוויסע תגובות זענען געשריבן געווארן מיט די בלוט פון אומשולדיגע געליטענע אידן און אידענעס, וועל איך שרייבן פשוט זיי צו צייגן אז ס'נאך געבליבן sane מענטשן וואס קימערן זיך מיט זיי. איך קען לכה"פ צוויי וויקטימס, עכטע טייערע געלונגענע פארהייראטע מענטשן, וואס אויב וואלטן זיי געליינט דער אשכל וואלטן זיי געלעגן אין בעט קראנק פאר א וואך און באנעצט די קושן. עס איז מיר א שאק און אויך א טרויער צו זעהן ווי מענטשן וואס זענען קלוג און ברייט אין אנדערע נושאים קענען שרייבן אזעלכע איגנארענט סטעיטמענטס. איך בין אלע דן לכף זכות אז איר ווייסט פשוט נישט, ווייל אויב ווייסט איר יא דאן איז נישט דא קיין שום לימוד זכות.
מאראנצן, געוויסע וויקטימס איז ברור כשמש אז עס איז טוב מותם מחייהם. זיי וואקן ארום ווי טויטע אויסגעלאשענע נשמות טראץ דעם וואס פון אינדערויסן שפילן זיי ווי נארמאלע מענטשן. אדרבא, די פאקט אז זיי שפילן א גאנצע טאג כאילו אלעס איז פיין און וואויל רייסט ביי זיי שטיקער חיות פון אינעווייניג. לאמיך דיר געבן א ווייב וואס קען נישט לעבן קיין געהעריגע חיי אישית אן פילן אז זי דארף ברעכן. זי האט געפערליכע טראסט אישוס. א יעדער שטיק צייט ווערט זי קראנק מיט אנדערע עמאציאנאלע אדער פיזישע מיחושים. גיב אויס איבער פופציג טויזנט דאלער אויף טעראפי וואס העלפט אמאל יא און אמאל נישט. זיי פארנומען קער צו נעמען פון די קינדער ווען דו קענסט און ווען נישט איז א רחמנות אויף זיי. לעב אזוי מיט אזא מענטש פאר פופצן יאר, מיט די פארשטאנד אז זי איז בעצם א וואוילע גוטעטשקע פיינע שיינע ווייבל (פון וועם דו קענסט קיין סאך נהנה זיין), און דערנאך וועל איך זיין די גרויסע צדיק פושט טלפיים, און ארויס ווייזן מיין רחמנות'דיגע הארץ פון פוטער און דיר זאגן אז עס איז נישט אזוי גיפערליך. יענער האט נישט למעשה גערצחט דיין ווייב, ער האט נישט געמיינט אפצוהרגנן דיין שלום בית לעולם ועד. דיינע קינדער ליידן אביסל? נו, ס'נישט קיין שלעכטע זאך. לאחר המעשה טאר מען גאר נישט טון צו אזא מנוול, ווייל אפשר וועט איין טאג אפירקומען עפעס א מאראנצנזאפט וואס קען איין מענטש וואס איז א מאלעסטער און יענער האט אים אליין געזאגט אז ער איז אויסגעהיילט. איך קען מיר אביסל פארשטעלן וואס דיין רעאקציע וואלט געווען.
פאריאר האט א באקאנטע מאלעסטער פון לאנגע יארן חתונה געמאכט. די סיבה פארוואס ער איז קיינמאל איינגעזעצט געווארן איז ווייל ער איז געווען אן אייניקל פון א גרויסע הייליגע רבי וואס האט א ווייכע הארץ און איז א גרויסע בעל רחמנות. צוליב דעם רשע און זיין הייליגע זיידע ליידן צענדליגע משפחות עד אין סוף. ווען ער האט חתונה געמאכט איז א באקאנטע מיינע אריינגעפאלן אין א טיפע דיפרעסיע. עס איז נתברר געווארן אז ער איז געווען א וויקטעם, דער רבישע חזיר האט אים סך הכל געטאטשט דא און דארט אפאר מאל, נישט מער. זעהנדיג די כבוד מלכים ביי די רבישע חתונה זענען די טיפע פארשטופטע וואונדען ארויף געשווימען אויפן אויבערפלאך. יענער האט מיר שפעטער געזאגט אז ער איז געלעגן אין בעט פאר איבער א וואך מיט פיזישע הארץ ווייטאג. נישט געקענט רעדן צו זיין ווייב, קינדער, ביזנעס וכו'. נאר וויינען א גאנצע טאג. פארוואס? פארוואס האט דער יונגערמאן און נאך צענדליגע יונגערלייט געמוזט ליידן? פארוואס דארפן זייערע משפחות דאס מיטמאכן? פארוואס האט מען נישט געקענט אפשטעלן דער מנוול נאך איינס צוויי אדער דריי מעשיות? איר ווילט וויסן פארוואס? וועגן דער אשכול. דער אשכול איז די סיבה פארוואס די רוצחים דרייען זיך ארום פראנק און פריי און די וויקטימס זענען פארשפארט אין זייער אייגענע תפיסה. דער אשכול איז די סיבה פארוואס מאנכע וויקטימס פארלירן טראסט אינעם פרומע געמיינדע, פילן betrayed און פארלאזט בשעת די מאלעסטערס האבן די פולע שטיצע.
איש עברי, איך ליין און איך שטוין. הזאת איש עברי? איש עברי החכם והמשכיל לא ידענו מה היה לו!! איך קען נישט פארשטיין וואס פונקטליך איז אדורך געלאפן דיין קאפ ווען דו האסט געשריבן אזעלכע מאדנע געדאנקן. טאטשן איז נישט געפערליך? ממש אזוי? אפשר זאל מען רופן מ. ט. פון מאנסי און אים זאגן אז פון היינט אין ווייטער זאל ער מער נישט לעקן אבער טאטשן איז אקעי. ווען נ. וו. וואלט געהאט שכל וואלט ער נאר געטאטשט זיינע קרבנות און דאן וואלטן מיר אים נאך געקענט פארשטיין. כ'מיין נאך אלעם איז דאך זיין ווייב נישט די מלכת היופי. ובלית ברירה מוז ער גיין 'טאטשן' פופצן יעריגע מיידלעך. מה כל הרעש? ס'דאך נאר טאטשן. זאג נאר, ווי אזוי פילט עס צו זאגן אזעלכע ווערטער? ס'גייט דיר כאטש אריבער עפעס אן איבל ווען דו זאגסט עס אדער דו עסט ווייטער די קאקאש קעיק בשעת'ן טייפן?
דו שרייבסט אז עס איז פארשטענדליך אז פרומע אידן האבן נישט קיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אוטלעט און ממילא פלינדערן זיי קינדער. האלו, דארפסט אן אוטלעט, ס'דא גענוג זונות אין מאנהעטן און אין תל אביב, מענער און פרויען. גיי האב אן אוטלעט מיט זיי. וואס ווילסטו פון די אומבאהאלפענע קינדער? אפשר זאל מען אויך אוועק קוקן ווען א פוניביזער ישיבה בחור דערווערגט איינעם צום טויט (עכ"פ די ערשטע מאל זיכער) ווייל זיי האבן נעבעך נישט די אוטלעט וואס די פרייע יונגן האבן פון גיין אין מיליטער? דו ווייסט וואס? אז דו ביזט יא אזא גוטע און פארשטענדיגע מאן האב איך פאר דיר אן עצה. זיי מפרסם אז די אלע בחורים און יונגערלייט וואס פילן זיך סעקסואליש באקריוודעט, צו ווייל זיי באקומען נישט גענוג, צו ווייל זייערע ווייבער זענען נישט גענוג שיין, אז דו פארשטייסט גוט זייער ווייטאג, און זיי קענען האקן מיט דיר. אבער זיי נישט אזא פארשטענדליכע אויפן חשבון פון אומשולדיגע קרבנות.
און יעצט צו דיר מיין טייערע באליבטע שמעקעדיג. איך האב דיר ווירטואליש ליב אהבת נפש. לאמיר אביסל רעדן איבער די "אידישע" מידה פון רחמנות. חז"ל זאגן אונז, "כל המרחם על האכזרים לסוף נעשה אכזר על רחמנים". נאך שטייט, "מפרסמים את החנפים מפני חילול השם". אינטערעסאנט אז עס שטייט נישט דארט א תנאי אויב די פירסום וועט יא אדער נישט אויפטון פיזיש פאר די וויקטים. עס שטייט אויך נישט, הני מילי כשאין לו אשה ובנים ואב ואם ואחים ואחיות וזיידע ובאבע וכו'. עס איז דא א צייט פון טון דאס וואס איז קעגן אונזער רחמנות'דיגע נאטור, דער צייט איז ביי א רודף א מאלעסטער. ווען מען גייט גיין מיט דיין פאליסי וועט מען טאקע איינשפארן אומצאליגע צער ועגמת נפש פאר די משפחה פון די מאלעסטער וואס זענען נעבעך אומשולדיג. אבער געדענק, סופך להתאכזר על הרחמנים. די פיין און די צער וואס דער און אנדערע מנוולים וועלן אפטון צוליב דער ביסעלע רחמנות איז א מעוות לא יוכל ליתקן. יעצט איז די צייט קער צו נעמען. נישט מארגן און נישט נעקסטע וואך.
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט מען געקענט זיך אוועקזעצן און פילאפיזירן, וואס איז די בעסטע וועג צו באהאנדלן דער נושא. שמעקעדיג וואלט אויסגעשטעלט א הויז ארעסט סיסטעם, מאראנצן וואלט אויפגעשטעלט טעראפי קליניקס, און איש עברי וואלט געעפענט מקוואות וואו מען וועט נאר מעגן טאטשען. אבל מה נעשה אז די וועלט איז נישט וועלט, מיר לעבן אין א דור הפקר. מיר זענען אין א צייט וואס גיין אן סיעמס איז א גרעסערע עוולה ווי מאלעסטן. אשר על כן מוזן מיר גיין מיט די איינציגסטע רחמנות וואס איז אונז געבליבן און רעפארטן א יעדע סארט מאלעסטעישאן ביים ערשטע פארלעצונג אזוי ווי מיר זענען מענדעיטעד פון אונזער דינא דמלכותא. ליידער זענען מיר אין גלות און מען מוז זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. און מיר האפן און קוקן ארויס ווען עס וועט שוין צוריק קומען די יושר'דיגע מלכות יהודה בשוב השם שבות ציון במהרה בימינו אמן.
.[/justify]

הוגה
אז מקוקט אויף יעדע קעיס פאר זיך ווערט עס האקל און סענסעטיוו, אבער אז מקוקט בכלליות אויפן גרויסן בילד איז הוגה כשר גערעכט, ווילאנג א מאלעסטער בקרבינו וועט נישט וויסן אז עס דראעט אים תפיסה וועט קיינמאל נישט זיין ארדענונג, ואלמלא מוראו של מלכות איש את רעהו חיים בלהו.
און ****** יעצט קענסטו אראפ נעמען א לייק פון מיין פינקי ארטיקל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.