דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

פליקער האט געשריבן:אבער צד השווה דער מאלעסטער אויב באקריגט ער נישט זיין פארדינטע בושה אדער שטראף אדער הילף, איז די פאקט אז ער גייט אן גיין נאך אמאל און נאך אמאל, אזוי ווי די קאטוילישע גלחים, און אלע אנדערע קולט פירער פון היסטאריע, אבער און לויף פון זיין מאלעסטעישן וועט פאסירן וואס איך האב אויסגעשמיסט.

דער מאלעסטער איז א געוויסע קנעיט וואס האט א געוויסע בלאק און זיין מוח פונקט ווי א מערדער, מען ברויך דעיס ציטרעיטן פון אנפאנג פינעם קאריעריע, נישט ווען עס איז שוין דא פילע קרבנות, די זאג אז איינער גיבט אזא איינמאליגע מאלעסטעלע אין א שוואכע מעניט, איז נהאיוו.

א אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

[tag]שאולי[/tag]
איך האב יעצט געליינט דיין תגובה (נאכן שרייבן מיין פריערדיגע תגובה) ס'איז באמת שוידערליך, איך וויין מיט מיט דיר, איך האב נאר א שאלה צו דיר, האסט אים נישט גע'מסר'ט, פאר א רוחניות'דיגע אויטאריטעט האסטו יא דערציילט? א שטייגער ווי ועד הצניעות, אויב ביסטו געווען אין חדר פאר דיין מנהל אדער ראש ישיבה? פאר דיינע עלטערן?

==

אגב וויל איך מוסיף זיין צו מיין פריערדיגע תגובה, די מעשה מיט דעם יונגערמאן, שוב התבוננתי, דער אינגערמאן האט מיר עס דערציילט אזוי אויבערפלעכליך אלס גוטער חבר, איך בין אבער נישט אריין אין קיין דיטעילס, ער האט מיר געזאגט "ער איז געווען משוגע נאך זכרים" למעשה ווייס איך נישט צו מען רעדט פון ברצון אדער באונס, קינדער בחורים אדער זיינס גלייכן, איך האב אים נישט געפרעגט דעטאלירט, יתכן ער האט עס געטון מיט אנדערע ברצון, אפשר איז די קרענק שוואכער אז מוראה של מלכות האלט אים אפ, ווידער אויב איז ער מאנס איז עס א שטערקערע מחלה וואס אפילו מוראה של מלכות האלט נישט אפ, איני יודע

אבער עם כל זה לענ"ד, אויב איז די ערשטע מאל וואס מען כאפט מאנס זיין, אפגערעדט וואס זאל זיין, מעג מען אים געבן די שטערקסטע עונש, עד כדי פירסום ברבים ולא עד בכלל, מיט א אזהרה אז נאו אדער טשענס, און נעקסטע מאל איז ער אין תפיסה
ואיני אומר קבלו דעתי
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

שרייבער האט געשריבן: אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)

די זעלבע פחד פון די גאס זאל נישט וויסן האבן יעצט אלע מאלעסטערס, נאר אנשטאט סזאל קומען נאכן ערשטן קרבן איז עס שוין דא פאר דעם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ביבער האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן: אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)

די זעלבע פחד פון די גאס זאל נישט וויסן האבן יעצט אלע מאלעסטערס, נאר אנשטאט סזאל קומען נאכן ערשטן קרבן איז עס שוין דא פאר דעם.

קוק מיין נעקסטע תגובה
און איך קלער יעצט שוין יא א חילוק בין רצון לאונס, איינער וואס טוט עס ברצון קען זיין ער האט א פחד פון די גאס, אבער איינער וואס איז מאנס האט לכאורה נישט קיין פחד פון די גאס, ווייל וואס קלערסטו? יענער וויל נישט, צווינגסט אים, און ער גייט פאר קיינעם דערציילן?

לכאורה יש לחלק ואני נבוך כאפטעמיסט כאן
viewtopic.php?p=191710#p191710
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה... קודם wow, אבן מקיר תזעק פון דיין הארצרייסענדע באשרייבונג. און א דאנק פאר דיין אהבה.... נאך א מזל עס איז נאר ווירטואליש, אניש מוז איך לויפן צו נ.ר. תיכף ומיד אן קיין שהיות... :P

וויצן אין דער זייט. איך אליין קען אויכעט עטליכע נפגעים וואס איז עולם חשך בעדם. איך האב שוין מאריך געווען דערוועגן אין דיין אשכול מאחוה"פ. און איך האב דארט מודה געווען אז זייט איך האב זיך באקאנט געמאכט מיט די געשיכטעס האב איך באקומען א אנדער בליק אויף די גאנצע נושא.

דוק ותשכח אז מיין תגובה איז נישט אזויפיל אנדערש ווי דיינס. איך האב אויך דערמאנט אויבן אז כל המרחם על האכזרים וכו', און איך האב מודה געווען אז אויב קען מען גארנישט טון דארף מען יענעם אפרוימען פון די גאסן (הגם נישט מיט א שמחה און זויפן יענעמס בלוט). איך מיין אז עס בלייבט איבער בלויז אפאר קלייניגקייטן וואס על זה אנו דנים.

איך בין אויך געווארן עטליכע מאל געטשעפעט אלס קינד, און איך בין דאן ווי פארפרוירן געווארן צום טויט, אבער ב"ה עס האט נישט געהאט אזעלכע שוידערליכע נאכווייען און אפעקטן ווי שאולי וחבריו, ה' ירפאם וינחמם במהרה, ממילא איז מעגליך אז צוליב דעם פארשטיי איך נישט די געוויסע פרטים. למשל איך פארשטיי נישט וואס פאסירט אינעם מח פונעם נפגע אויב מען ארעסטירט יענעם, אויסער נקמה. אפילו עין תחת עין האבן אויך חז"ל באשטימט אז די תורה מיינט באצאלן געלט, בושת צער ריפוי נזק א.א.וו., לויט מיין ארימע דעת איז אז דער רשע ברעכט זיך און בעט איבער דעם באטראפענעם און באצאלט אים, פיל א גרעסערע נחמה פאר דעם נרדף ווי סתם ווארפן יענעם אין תפיסה און חרוב מאכן זיין משפחה, פון וואס קיינער האט נישט קיין הנאה. נאכאמאל, שטייצעך נאר באופן אז יענער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס, אנדערש איז ניטעמאל קיין שאלה.

אין אנדערע ווערטער, מיר זענען דן אויב מען מעג מסור'ן און איינזעצן אויף א עבירה פונעם עבר און איז מער נישט גילטיג, צב"ש א קינד גייט נאך 10 יאר מסר'ן זיין מלמד פון חדר צוליב אזעלכע מעשים. אבער טאמער איז יענער א רודף ווייטער איז כו"ע מודי אז עס איז דאך מותר מן הדין און שכל'דיג אויכעט יענעם אפצורוימען ויפה שעה אחת קודם.

און נאך א זאך וואס איך טענה, אז מען זאל נוצן דעם מיטל וועג. דער לאנגע תגובה פון דיר, הוגה, האט נאכאמאל אראפגעשפילט דעם שרעקליכן עקסטרעם פון געליטענע וואס די לעבן איז זיי חרוב (נישט צו יעדן געטשעפעטן פאסירט דאס), און דער מאלעסטער איז א שיינער איד (נישט אלע זענען, אסאך דרייען זיך ארום צוקלאפט און מלא חרטה), און אשר על כן טאר מען נישט קוקן אויף די תוצאות פון איינזעצן דעם מאלעסטאר, נאר זיך צומאכן די אויגן און הארץ און פארשיקן אין תפיסה, אויף וואס איך טענה אז מען זאל עס יא טון, מאכן א חשבון צי דאס איז די ריכטיגע עצה, אפשר קען מען טון באופן אחר, בצנעא, און נישט פארשעמען די אומשולדיגע משפחה עד סוף כל הדורות. תפיסה איז קלאר א אפציע, אבער ביי מיר איז דאס די לעצטע עצה בדיעבד ווען אלעס אנדערש האט נישט געארבעט, וכדברי שרייבער הנ"ל, נישט לכתחילה ווען מען הערט עפעס זאל מען תיכף לויפן צו די באהערדע.

און צום שלוס, איימסארי פאר די קומענדיגע ווערטער. איך בעט איבער פאר איך שרייב אבער ההכרח לא יגונה. איך וויל פארשטיין פון וואו די אלע "מבינים" דא פארשטייען די געפילן אזוי גוט. מילא שאולי איז א געליטענער. אבער נעם אזא איחוד פעלד, דער גרעסטער עקספערט און שטרענגסטער פוסק אויף דעם געביט. פון וואו פארשטייט ער אזוי פונקטליך דעם מהלך המחשבה פון די געליטענע? איך האב נישט קיין אנדערע וועג ווי צו זאגן אז זיי זענען אליינס געטשעפעט געווארן אויף א מיאוס'ן אופן, און דעריבער פארשטייען זיי וואס אנדערע פארשטייען נישט. און אויב אזוי, האב איך מורא אז מיר גייען זיך קיינמאל נישט פארשטיין 100%, און השי"ת זאל העלפן מען זאל נישט דארפן פארשטיין, ער זאל שוין מער נישט באשאפן אזעלכע קראנקע מענטשן, וחרפת עמו יסיר, אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

לאליפאפ האט געשריבן:איש עברי האט שטארקע טראומא פון וויפיל לייקס זיין אטאקירער באקומט דא...

האסט נאר פארזעהן אז איש עברי איז איינע פון די לייקערס, און אז הוגה איז נישט קיין אטאקירער ער רעדט דברים של טעם און איך קוק עס נאר אהן אביסל אנדערש ווען איך וועל האבן צייט וועל איך מיך נאכאמאהל מסביר זיין
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

איש עברי האט געשריבן:פלעין אידיש פארגינסט מיך נישט? נעם דיך אויך צו די ארבעט!
גראדע בין איך געווען זיכער אז איך וועל באקומען אויף דעם אפשר 2 לייקס

מיטן גאנצן הארץ
נעם נאך איינס
קח ולייק
:like
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

הוגה האט געשריבן:[justify]ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט מען געקענט זיך אוועקזעצן און פילאפיזירן, וואס איז די בעסטע וועג צו באהאנדלן דער נושא. שמעקעדיג וואלט אויסגעשטעלט א הויז ארעסט סיסטעם, מאראנצן וואלט אויפגעשטעלט טעראפי קליניקס, און איש עברי וואלט געעפענט מקוואות וואו מען וועט נאר מעגן טאטשען. אבל מה נעשה אז די וועלט איז נישט וועלט, מיר לעבן אין א דור הפקר. מיר זענען אין א צייט וואס גיין אן סיעמס איז א גרעסערע עוולה ווי מאלעסטן. אשר על כן מוזן מיר גיין מיט די איינציגסטע רחמנות וואס איז אונז געבליבן און רעפארטן א יעדע סארט מאלעסטעישאן ביים ערשטע פארלעצונג אזוי ווי מיר זענען מענדעיטעד פון אונזער דינא דמלכותא. ליידער זענען מיר אין גלות און מען מוז זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. און מיר האפן און קוקן ארויס ווען עס וועט שוין צוריק קומען די יושר'דיגע מלכות יהודה בשוב השם שבות ציון במהרה בימינו אמן.
.[/justify]


איך בין מסכים מיט הוגה אז ווען מרעדט פון א מזיד און א פושע וואס איז עבר ושנה זאל מען אים ארעסטירן למען ישמעו ויראו, אבער די טענה אז ממוז יעדן ארעסטירן ווייל אזוי לויטעט די געזעץ קען איך נישט אננעמען.
אדרבא מי יתן והיה אז געזעץ זאל זיין געזעץ ביי אונז, מענטשן זאלן רעספעקטירן געזעץ און אהן קיין חכמות זיך פירן בדינא דמלכותא, דאס וואלט שוין אסאך נארמאלער געמאכט אונזער סאסייעטי.
אבער די מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלטל ווי אומלעגאלע טשעק קעשערס זיצן אין בית מדרש, להלכה ולא למעשה איז א לעגעטימע מודעה אויפ'ן וואנט, און די מוסודות גנב'נן פראגראמעם מיט די אקטיווע הילף פון טויזענטער עלטערן ואין פוצה פה ומצפצף, עס האט זיך אנוויקלט א דשולענד מיט א אייגענע קולטור און אייגענע יוסטיץ און מאראלן [אדער אוממאראלן]
מיר זענען א אנארכיסטישע געמיינדע, א געזעצלאזע דשאנגעל, דעריבער קען מען נישט פלוצלינג ביי איין פונקט זיך אנכאפן אז ביי דעם גייט מען זיך נעמען פאלגן חוקי המדינה אנע חכמות, ווייל א גרויס חלק פארוואס מען קען און מען מעג געבן א עונש פאר א מענטש איז וויבאלד א מענטש וואס טוט א זאך ווייסט אז ער קען טראגן קענסעקווענצן, עכ"פ אזוי איז די תורה בליק פון "אין עונשין אלא אם כן מזהירין"
יעצט ווען סקומט לאמיר נעמען א משל א עלטערע אפגעריסענע בחור, א וויקטים פון אונזער אפגעריסענע סאסייעטי, א בעוולט'ער פון די טאג וואס ער איז געבוירען, נישט געקריגן די מינדעסטע בילדונג, ער מעג נישט ארויסגיין מיט מיידלעך זוכן א שידוך נאר דארף זיין אנגעוויזן אויף די רחמים פון זיינע עלטערען, און ער דרייט זיך כאבן שאין לו הופכין, און ער כאפט א דראנג און טשעפעט א בחור'ל.
די עוולה שרייט ביז'ן הימל איך וואלט געלאזט אים אנהאקן די ביינער אויסברעכן די שויבן און לעכערן די רעדער ווי גרן האט"ד האט פארגעשלאגן, אבער גיין מיט דינא דמלכותא אויסדרוקליך נישט, ער איז לפי דעתו אין א דשאנגעל מען האט אים מחנך געווען לפי חוקי הדשאנגעל, און ער איז אליין א קרבן פון די אראגאנץ, רשעות, און אומזין וואס הערשט ביי אונז.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איש, די טענה פארשטיי איך נישט אזוי, און איך בין מחולק מיטן עצם יסוד אז מיר זענען אן אנארכיע, און דאס אז א איד זיצט אין ביהמד און קעשט טשעקס איז די שיינקייט פון אונזער לעבן, אז נאכן אנגעזעצט ווערן כמה פעמים זיצט ער ווייטער שלא ע"מ לקבל פרס ארויסצןהעלפן א ברידער . ובכל אופן איז עס ווייט נישט קיין סיבה צו צופירן די הענט, אזאך וואס איז ביטערליך אפגעפרעגט אפילו אין אונזער קאמיוניטי, און אויב זענען מיר אנארכיסטיש איז עס טאקע מיט די נקודה פון צו געבן א פרייע האנט פאר מאלעסטערס מיט פארשידענע תירוצים שונים ומשונים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כ'מאראנצן, דו זאגסט אז מיר קענען נישט פלוצלינג ביי איין געזעץ אפמאכן אז מ'גייט גיין מיט דינא דמלכותא, אבער דאס איז נישט די איינציגסטע קריים, יעדע ווייאלענט קריים וועסטו יא פארשטיין אז מ'זאל גיין צום געזעץ, צו איז דאס מערדעריי, פיזיקאל אביוז פון מאן צום ווייב אדער פון עלטערן צום קינד, איינער וואס שעדיגט א צווייטען מיט זיין קאר במכיוון, ביי די אלע וועסטו נישט קוקן אויפן כבוד העבריין, נאר הייסן גיין גלייך צום פאליציי. אבער "פלוצלינג" ביי אן אנדערע סארט אביוז, וואס זעט אויבערפלעכליך נישט אויס אזוי פיזיקאל, ביי דעם שטעלסטו זיך אפ. פארוואס?
באניצער אוואטאר
שאולי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך שאולי »

איש עברי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[justify]ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט מען געקענט זיך אוועקזעצן און פילאפיזירן, וואס איז די בעסטע וועג צו באהאנדלן דער נושא. שמעקעדיג וואלט אויסגעשטעלט א הויז ארעסט סיסטעם, מאראנצן וואלט אויפגעשטעלט טעראפי קליניקס, און איש עברי וואלט געעפענט מקוואות וואו מען וועט נאר מעגן טאטשען. אבל מה נעשה אז די וועלט איז נישט וועלט, מיר לעבן אין א דור הפקר. מיר זענען אין א צייט וואס גיין אן סיעמס איז א גרעסערע עוולה ווי מאלעסטן. אשר על כן מוזן מיר גיין מיט די איינציגסטע רחמנות וואס איז אונז געבליבן און רעפארטן א יעדע סארט מאלעסטעישאן ביים ערשטע פארלעצונג אזוי ווי מיר זענען מענדעיטעד פון אונזער דינא דמלכותא. ליידער זענען מיר אין גלות און מען מוז זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. און מיר האפן און קוקן ארויס ווען עס וועט שוין צוריק קומען די יושר'דיגע מלכות יהודה בשוב השם שבות ציון במהרה בימינו אמן.
.[/justify]


איך בין מסכים מיט הוגה אז ווען מרעדט פון א מזיד און א פושע וואס איז עבר ושנה זאל מען אים ארעסטירן למען ישמעו ויראו, אבער די טענה אז ממוז יעדן ארעסטירן ווייל אזוי לויטעט די געזעץ קען איך נישט אננעמען.
אדרבא מי יתן והיה אז געזעץ זאל זיין געזעץ ביי אונז, מענטשן זאלן רעספעקטירן געזעץ און אהן קיין חכמות זיך פירן בדינא דמלכותא, דאס וואלט שוין אסאך נארמאלער געמאכט אונזער סאסייעטי.
אבער די מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלטל ווי אומלעגאלע טשעק קעשערס זיצן אין בית מדרש, להלכה ולא למעשה איז א לעגעטימע מודעה אויפ'ן וואנט, און די מוסודות גנב'נן פראגראמעם מיט די אקטיווע הילף פון טויזענטער עלטערן ואין פוצה פה ומצפצף, עס האט זיך אנוויקלט א דשולענד מיט א אייגענע קולטור און אייגענע יוסטיץ און מאראלן [אדער אוממאראלן]
מיר זענען א אנארכיסטישע געמיינדע, א געזעצלאזע דשאנגעל, דעריבער קען מען נישט פלוצלינג ביי איין פונקט זיך אנכאפן אז ביי דעם גייט מען זיך נעמען פאלגן חוקי המדינה אנע חכמות, ווייל א גרויס חלק פארוואס מען קען און מען מעג געבן א עונש פאר א מענטש איז וויבאלד א מענטש וואס טוט א זאך ווייסט אז ער קען טראגן קענסעקווענצן, עכ"פ אזוי איז די תורה בליק פון "אין עונשין אלא אם כן מזהירין"
יעצט ווען סקומט לאמיר נעמען א משל א עלטערע אפגעריסענע בחור, א וויקטים פון אונזער אפגעריסענע סאסייעטי, א בעוולט'ער פון די טאג וואס ער איז געבוירען, נישט געקריגן די מינדעסטע בילדונג, ער מעג נישט ארויסגיין מיט מיידלעך זוכן א שידוך נאר דארף זיין אנגעוויזן אויף די רחמים פון זיינע עלטערען, און ער דרייט זיך כאבן שאין לו הופכין, און ער כאפט א דראנג און טשעפעט א בחור'ל.
די עוולה שרייט ביז'ן הימל איך וואלט געלאזט אים אנהאקן די ביינער אויסברעכן די שויבן און לעכערן די רעדער ווי גרן האט"ד האט פארגעשלאגן, אבער גיין מיט דינא דמלכותא אויסדרוקליך נישט, ער איז לפי דעתו אין א דשאנגעל מען האט אים מחנך געווען לפי חוקי הדשאנגעל, און ער איז אליין א קרבן פון די אראגאנץ, רשעות, און אומזין וואס הערשט ביי אונז.


ביטע ביטע טוה דאס נישט צו מיר!!!!!!!!!
די פארגלייכסט טשעק קעשינג צו מעלעסטען!!!! shame on you!!!!!!!!!
סארי פאר מיין לשון, איך קען נישט גלייבן אז נאך אזויפיל ארומרעדן און מסביר זיין די פיין אין וואס די מענטשן לעבן קענסטו עס נאך פארגלייכן???? מיט דעם אליין הרגעסטו מענטשן נאכאמאל!!! טראכט פאר דו זאגסט אזא קאלטבליטיגע סטעיטמענט וואס האט מיר ממש געמאכט וויינען!!!
איך וועל רעדן מער גראב!!! מיר האט מען נאר געטאטשט!!!! און דאך דאס זענען די תוצואת!!! די כלל איז אז איינער וואס ווערט נישט געשעדיגט דאן נעמט די מעלסטינג אים אין די דערעקשן פון ווייטער מעלעסטן ליידער! איז אויב האט עס דיר נישט געשאדט שמעקעדיג דאן לויף צו הילף!!!
דאס אז א מאלעסטער קומט זיך איבערבעטן, פעך! איך וויל אפילו נישט זעהן זיין חנופה נישט מיט טרערן און נישט שמייכלן עס שפילט מיר איבער די טראומע נאכאמאל!
און ניין קייייינער האט פון דעם נישט געוויסט חוץ איך ביז נאך מיין חתונה ווען איך מער נישט געקענט זיך ארויסדרייען פון מיינע פראבלעמן וד"ל. מיינע עלטערן ווייסן נישט עד היום הזה!!!
צו וויסן צו אפשיידן פון אן איינמאליגע זאך איז ממש אוממעגליך ווייל עס געשעהט אין באהעלטעניש דערפאר טוט מען אלע קעיר נעמען די זעלבע מיט די פאקט אז רוב פון די טוהן דאס מער פון איין מאל.
און נאכאמאל מען מאכט עס אויסזעהן ווי מאלעסטערס פון איינמאליגע מעשה שמאכטן אין תפיסה.... איך האב עס נאכנישט געזעהן, ביי א יעדע זאך זעצט קודם די פאליציי איין אין מען לאזט ארויס אויף בעיל און מען דארף זיך ספראווען מיט קאורט אבער למעשה זיצן זיצן גאר ווייניג און נאר די גאר ערגע. די יוסטוץ סיסטעם איז נאך אזוי קלוג ווי אלע דא און ווייסט אפצושאצן און איינמאליגע מאלעסטער און א סיריעל מאלעסטער.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

עס איז דא נאך א געוואלדיגע פונקט וואס איך זע נישט מען זאל רעדן דערפון.
א קינד איז בדרך כלל אומבאהאלפן, ער איז אנגעוויזן אויף די שטיצע פון די ערוואקסענע ארום אים. ער קען זיך נישט אליין אננעמען פאר זיינע רעכטן, און ער קען נישט צוריקפראסקען ווען איינער בא'עול'ט אים. ווען ער זעט אז אן ערוואקסענער מענטש קען זיך איזדיעקעווען איבער אים כאדם העושה בתוך שלו, און עולם כמנהגו נוהג. די זון שיינט אויף און גייט אונטער כדאתמול. ווערט די טעפיך ארויסגעשלעפט פון אונטער זיינע פיס. ער שפירט זיך איינער אליין אויף א ברויזנדע ים. די זעלבע וואס ברויכן אים באשיצן, האבן אים פארראטן. עס איז אוועקגערויבט געווארן פון אים זיכערהייט און סעקיוריטי.
דערפאר ברויך ער זיך איבערצייגן אז די סאסייעטי איז דא פאר אים, אים צו היטן און באשיצן. ער איז נישט קרקע עולם. און ווער עס טשעפעט אים, וועט פאראורטיילט ווערן בכל חומר הדין. אזוי וועט ער אולי צוריקבאקומען די געפיל אז ערוואקסענע קימערן זיך מיט זיינע באדערפענישן און ווייטאגן. ער קען נאר אזוי צוריק האבן די סעקיוריטי און צוטרוי וואס ער דארף צו האבן.

אלזא, צו די וואס פרעגן 'צו האסטו עפעס דערפון אז יענער גייט זיצן אין תפיסה?' איז דער ענטפער, יא! דאס קינד זעט אז ער איז נישט הפקר. מען נעמט זיך אן פאר אים. מען באשטראפט די וואס טשעפענען אים. יוסטיץ ווערט געטון פאר אים.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

איש עברי האט געשריבן:און אויך אז אנשטאט לייגן ענערדשי אין כאפן נאך א יחיד און נאך א יחיד זאל מען איינמאהל פאר אלעמאל מאכן א סוף צו די שרש פורה רוש ולענה וואס הייסט מקוה, עס איז סורעאליסטיש אז אין 2014 באדן זיך צוזאמען נאקעטע זכרים זקנים עם נערים, עס איז גרויליג עקלהאפטיג און ברענגט אן אלע צרות און מאלעסטעריי.
לכל הפחות זאל מען איינפירן קורטעינס ביי די שאוערס, חוץ אויב על פי קבלה איז דא א עניין זיך צו זייפן דווקא ווען סאיז פניו אל העם, בבחינת איש אל אחיו.


While i do agree with your opening statement, i do disagree with your remaks about the Mikvah.
As a responsible father, please have your kids go to mikvah whith you and you be the watchman.
And yes , this is what I did with my kids, never left them alone .
It is very unfortunate but one needs to be on top of things.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

טייערע חברים און ידידים! איך האב געליינט נעכטן נאכט ביז אינמיטן דף 4 און גאר אסאך געטראכט איבער דעם און כ'האב געקלערט אראפ צושרייבן וואס איך בין אויפגעקומען מיט. למעשה היינט ווען איך האב אריין געבליקט דא זע איך אז ידידי[tag]הוגה[/tag] האט שוין מער ווייניגער ארטיקאלעיטעט מיין מיינונג. איך האב אפאר 'קלייניגקייטן צוצולייגן צו אדרעסירן ביידע [tag]איש עברי[/tag] און [tag]שמעקעדיג[/tag]ס מיינונגען.

שמעקעדיג וויל אז מ'זאל נישט ארעסטירן יעדעם איינעם. אקעי, וואס יא? וואס איז דיין אלטערנעטיוו? פאר דו ענטפערסט נעם און באטראכט אז יעדע פארפאזעל מוז טון די צוויי זאכן: 1. עס מוז געבן פר די וויקטים די פילינג אז ער איז סוקיאר, עס דארף אים געבן א געפיל פון קלאוזשער, א געפיל אז ער איז נישט שולדיג, און א געפיל אז נערמאלע מענטשן און די סייסייעטי עז א האאל איז מיט אים. 2. עס מוז מאכן זיכער אז שעדליכע מענטשן דרייען זיך נישט ארום פראנק און פריי און טוען ככל העולה על רוחם .

צו עס קען זיין אן אלטערנעטיוו? ס'איזמעגליך אז יא. אבער היינט, פרייטאג פרשת שמיני תשעד, איז נישט דא קיין אלטערנעטיוו. אונזער סייסייעטי דארף נאך קודם קומן אין טוירמס און פארשטיין אפס קצהו פון די לב נשבר פון א וויקטאם בעפאר מ'הייבט בכלל אן צו טראכטן פון אלטענעטיווס. ווען עס וועט זיין עפעס וואס וועט צופרידענשטעלן מיינע צוויי קרייטעריעס וועט מען דעמאלטס זען ווייטער.

לדעתי האלט איך אז מ'דארף דאס באהאנדלן פון אונטן ארויף. דהיינו, לויט סטודיס זענען רוב אדער אלע מאלעסטערס אליין אויך מאלעסטעד געווארן און דאס האט אין זיי אנגעצינדן די פייער פון דאס טון פאר אנדערע רח"ל (נאך אן עפעקט וואס מאלעסטעישאן האט ליידער), לדעתי דארפן אונז אלץ א קומיוניטי אוועק שטעלן א פאנד וואס וועט העלפן די קרבנות וואס פילן אז עס ווערט אין זיי דעוועלאפד אזא טענדעסי צו חלילה טשעפענען אנדערע. די פאנד דארף געפירט ווערן מיט די גרעסטע מאס זהירות דורך העכסט קאנפידענשאל פראפעשענאל אוטעריטעטען און דאס דארף פראוויידען פיינענשעל הילף פאר טעראפי וכדומה און פאר סופפארט פאר דעם נרדף "פאר" ער ווערט ח"ו א רודף. ווי לאנג ער האט נאך נישט געטשעפעט קיינעם מוזן מיר אים געבן אלעס וואס אונז האבן צו מאכן זיכער אז ער וועט נישט דארפן אנקומען אין תפיסה דורך דען וואס ער וועט חלילה טאטשען אנדערע. אמתע פדיון שבוים (סיי פון תפיסה און סיי פון די תפיסה וואס זיין מאלעסטער האט אים אריין געלייגט אין, ווי [tag]שאולי[/tag] האט ערווענטעט)

דערווייל, אבער, זענען אונז נאך ווייט פון דעם ליידער. רבי'ס פפון טויזענטע חסידים קענען נאך אנרופן א וויקטים "זונה" בו בזמן וואס מ'מאכט טיי אווענטס פאר רודפים. דערווייל איז ליידער נישט דא קיין אנדערע עצה.

נאך איין קלייניקייט און דאס איז געוואנדן צו די וואס מאכן א חילוק צווישן טאטשען אויף אזא אופן אדער אן אנדערע אופן. אין מיינע אויגן איז דאס די זעלבע ווי די חילוק פון הארגענען איינעם מיט א גאן אדער מיט א זעג ח"ו. אוודאי איז א זעג סאך הארבער אבער ביידע האסטו דעם מענטש געהארגעט. וה"ה הכי.

[tag]איש עברי[/tag], איך פארשטיי אז דו קוקסט אן מאלעסטעישען ווי נאך א רינגל אין די קייט פון אונזער אומציווילאזירטע קאמיוניטי און דערפאר האסטו געשריבן אז מ'דארף עס אנקוקן מיט די ביג פיקטשער. כ'האף אז האסט דאס געמיינט ווייל דאס איז די איינציגסטע לימוד זכות וואס איך קען טרעפן אויף דיך. אביר למעשה קען מען נישט וואארטן ביז אונזער אלע פראבלעמען ווערן געפיקסט און לאזן די חברה אנגיין מיט א פרייע האנד ביז דערווייל.
באניצער אוואטאר
שאולי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך שאולי »

איך ווייס נישט צו איך זאל שרייבן וואס איך שרייב יעצט אבער אז איך האב שוין געשריבן דא וואס איך האב געשריבן וועט עס נישט אויסמאכן.
קודם יישר כח יעדעם פאר אייער חיזוק.
פון ווען איך האב געלייענט די תגובה פון איש עברי קען איך נישט צו זיך קומען אז מענטשן קענען נאך אנקוקען די ענין אזוי קאלטבלוטיג. עפעס די איין תגובה פון פארגלייכן טשעק קעשינג און נאך קאראפשען וואס מען שטיפט אינטער די קארפעט מיט מעלעסטעישן און נאך דערצו מענטשן האבן נאך די גלייכגילטיגקייט צו טראכטן צו עס איז רציחה אדער נישט רציחה ממש... קען איך נישט צו זיך קומען. איך מיש די בלעטער ארויף און אראפ און לייען עס איבער נאכאמאל און פרוביר זיך צו באראיגן אבער מיין גוף ציטערט מיר און פון צייט צו צייט גליטשט זיך ארויס א הייסע טרער (נאך ענדיגן וויינען פאר 10 מינוט). וויפיל איך האב געמיינט אז איך בין פארהוילט קען איך נישט גלייבן אז די אלע קאמענטס האבן מיר אזוי צושאסן.... איך האב אפירגעווישט מיין חלק לעבן וואס איך שוין לאנג נישט ארויפגעברענגט און ווי גרויס און ערוואקסן און סוקסעספול איך בין, בין איך געווארן צושרויפט....
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אנטשולדיגט מיר אלע איך זעה אז דער עולם האט מיר פשוט שלעט פארשטאנען, זעהט אויס אז איך האב מיר נישט גענוג מסביר געוועהן אלזא לאמיר נאכאמאהל אין קורצן ריפרעימיען מיין טענה:
עס זענען פארהאנען צוויי סארטן מאלעסטערס, איינע וואס איז א רשע מרושע א קראנקהאפטיגע ביליגע פארשוין וואס טוט די זאכן במזיד און איז א קרימינאל ווי אלע קירמינאלן און זיין פלאץ איז אין תפיסה, א דוגמא אויף דעם איז למשל א טעראפיסט וואס דארף דא זיין צו העלפן א מיידל און אנשטאט דעם טוט ער מיט איר אומווערדיגע זאכן,
אזא איינער זאל יושב'ן און איך האב נישט צו אים קיין טראפ סימפאטיע
אבער איך מיין אז סאיז דא א צווייטע קאטעגאריע וואס זיי מיינען נישט קיין שלעכטס זיי זענען נעבעך אליין צושרויפטע קרבנות פון א צורידערטע געמיינדע, זיי זענען אומבאהאלפען און אומעדיוקעיטעד, און זיי האבן שוין זיך דערקייקלט אזוי נידריג ווי טשעפען קינדער, און ביי די קאטעגאריע האלט איך דארף מען קודם פרובירן זיי צו העלפן אהן אריינמישן פאליציי מטעמים האמורים לעיל
דאס איז מיין גאנצע טענה איך פארמינער נישט די הארבקייט פון מאלעסטרי און איך האלט אויך אז סאיז קרוב לרציחה, [דאס וואס כ'האב געשריבן נאר אנרירן איז ווייל געווענליך די צווייטע קאטעגאריע מענטשן וועלן נישט גיין ווייטער ווי דעם]
שאולי איך האב אויסדרוקליך נישט פארגליכן מאלעסטרי צו טשעק קעשינג קוק איבער נאכאמאהל וועסטו פארשטיין
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איש עברי האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:איש עברי האט שטארקע טראומא פון וויפיל לייקס זיין אטאקירער באקומט דא...

האסט נאר פארזעהן אז איש עברי איז איינע פון די לייקערס, און אז הוגה איז נישט קיין אטאקירער ער רעדט דברים של טעם און איך קוק עס נאר אהן אביסל אנדערש ווען איך וועל האבן צייט וועל איך מיך נאכאמאהל מסביר זיין

און איך האב אויך געלייקט. נאר נאכדעם האבעך באשלאסן צו שרייבן א ווערטל מיט דריי פינטלעך צום סוף.
אברמי פון בארא פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אברמי פון בארא פארק »

נאכן ליינען דער גאנצער אשכול איז שוין ממש נישט דא וואס צוצולייגן. יעדער טענה וואס מ'קען נאר האבן איז שוין געווארן אויסגעשמועסט און אפגעפרעגט און צוריק פארענטפערט געווארן.
אבער איך מיין ס'דא איין נקודה וואס איך האלט איז קיינמאל נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט געווארן דא אין שטיבל. און דאס איז פארוואס טאקע שאדט מאלעסטעישאן אזוי שטארק? איך פארשטיי פון ליינען פון מערערע וויקטעמס אז ס'איז ממש עק וועלט, געפערליך, און איך גיי מיך חלילה נישט טענה'ן אויף דעם. אבער דאך אלס איינע וואס איז ב''ה קיינמאל נישט אפילו געקומען נאנט צו ווערן מאלעסטירט איז מיר אביסל שוועק צו פארשטיין פארוואס איז עס אזוי?
איך טראכט אז ווען איינער זאל מיך ווען טאטשן אין מקוה פיל איך נישט אז ס'וואלט מיך עפעס אזוי געבארדעט עד כדי טעם מיתה, העכסטנס אביסל אומבאקוועם. אבער פארוואס איז עס מנש די ערגסטע זאך וואס ברענגט כל מיני תוצאות? מילא איינער וואס ווערט ממש אביוזד עד כדי עשיית מעשה נבלה ממש פארשטיי איך אז ס'איז געפערליך, אבער סתם טאטשן פארשטיי איך נישט פארוואס ס'איז אזוי שרעקליך מיט כל מיני תוצאות.
נאכאמאל איך טענה מיך נישט מיטן מציאות אז ס'איז אזוי, איך ווייס דאס פאר א פאקט פון עטליכע געליטענע, אבער די סיבת הדברים קען איך נישט פארשטיין.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אז מרעדט שוין, איז דא עפעס אפיציעלע סטאטיסטיקס אז [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] PTSD זענען ערגער ווי אנדערע PTSD'S ?

איך פרעג לידיעה בעלמה, איך מיין נישט צו קלענער אדער גרעסער מאכן גארנישט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

עס האט זיך ערווארבן דא א שמועס איבער וויאזוי מיר זאלן באטראכטן די אלע מאלעסטארערס און וויאזוי מ'זאל זיי באהאנדלען.

ווי איך זעה האט איש עברי'ס מיינונג נישט זוכה געווען צו קיין איבריגע פאפולאריטעט, ובראש וראשונה איז זיין מיינונג אפגעווארפן געווארן ע"י חברנו הוגה וואס נעמט מער א קאנסערוואטיוון שטעלונג, אבער היות איך טייל מיט די זעלבע מיינונג וואס איש עברי האט ארויף געברענגט וואלט איך זייער געוואלט דאס ארויסצוברענגען אביסעלע קלארער.

ראשית כל וויל איך קלארשטעלן אז מיר זענען טיף ערשיטערט איבער די פיינפולע ערפארונגען אין וואס די וויקטעמס זענען געווען אויסגעשטעלט ווען זיי זענען געווארן אנגעגריפן דורך די געפארפולע פארשוינען און די טראומע וואס האט באווירקט זייער צוקונפטיגע לעבן, איך אנערקען אז מיר באגרייפן נישט די מורא'דיגע יסורים וואס אט די לעכטיגע נשמות טראגן אויף זיך, און עס ליגט א פליכט אויף די רעגירונג אויסצוגעבן אן אינפינעט אוצר פון געלט צו באהאנדלען דעם פראבלעם, ס'איז נאך אלעם אזוי וויכטיג פון אזעלכע פראגראמען ווי אז אן אסטראנאט זאל שטעלן א פוס אויפן רויטן פלאנעט.

having said that, וויל איך אבער ארויסברענגן די צווייטע זייט פון די מטבע, און דאס איז אז די רוב פון אט די געפארפולע פארשוינען, ווען מיר זאלן זיך ווען צוקוקן פון די נאנט זייער סדר היום און מיר זאלן מיטהאלטן זייער פערזענליכע לעבן וועט יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווערן איבערגענומען מיט רחמנות אויף די אלע וואס האט זיך נעבעך ביי זיי אנטוויקעלט אומווילענדיג זייער סעקסועלע חשק אויף א קראנקהאפטיגן פארנעם, אזוינס וואס ער קען נישט בארואיגן זיין תאווה ביז ער טוט אט די שעדליכע מעשים וואס די ווייטגרייכענדע עפעקט איז מערסטנס פארהוילן פון אים, און איז צוגאב אין א מצב וואס ער האט פשוט נישט קיין קאנטראל אויף זיך, און אזוי איז ער דוקא אן אנשטענדיגער מענטש און אנדערע טיילן פון זיין לעבן.

לאמיר נאר מאכן א חשבון וויפיל געלעגנהייטן האבן דאס רוב פון אונז וואס האבן אנטוויקעלט די ********* דרייוו אין איינשטימונג מיט די סטאנדארטן וואס איז אנגענומען אין אונזער געזעלשאפט, צו באפרידיגן אונזער תאוה דורכאויס אונזער לעבן, די ענטפער איז טויזענטער, יעצט אז איינער וואס האט זיך נעבעך אנטוויקעלט זיין ********* דרייוו אומווילענדיג אויף א שעדליכן אופן, אפילו ער זאל קענען ביישטיין די נסיון 99 פראצענט איז ער נאך אלס א שרעקליכע סכנה פאר די געזעלשאפט, דאס ווייזט אין וואספארא געהאקטע צרות די פארשוינען געפונען זיך.

יעצט ווען איינער פרעגט דיר ווען דער מאלעסטארער וואלט געווען א נאנטער משפחה מיטגליד וואלסטו ווען אויך אדוואקטירט אז מ'זאל אים פארשפארן און אוועקווארפן די שליסל, פרעגט ער לדעתי זייער א טרעפליכע שאלה, און לאמיר געבן א שטיקל אנאלאגי; ווען מ'הערט אז אין דארפור שעכט מען אויס נשים וטף און א גענאציד, געווענליך א מענטש פון אן אנדערע מדינה וואס טיילט נישט מיט די זעלבע ראסע וכדומה, שפירט זיך אביסל אפגעריסן פון זייער מציאות בפרט מ'ווייסט אז מקען קיין סאך נישט טאן, איז דא פארשידענע פסיכאלאגישע בארעכטונגען וואס דער מענטש נוצט צו ראציאנאליזירן די אלע שמועות און זיך פירן פאסיוו דערצו, ווי לדוגמא; דאס זענען נישט קיין מענטשן מיט אנטוויקעלטע געפילן ווי געווענליכע מענטשן, זיי זענען מער ווייניגער געבוירן צו שטארבן, צו פון הונגער, קאנאבליזם, און נאך אנדערע מיסברויכען, והא ראיה אז איך דארף זיך נישט צופיל קימערן, די וועלט איז דאך גענוג ציוויליזירט און מ'זעהט נישט אז מ'זאל מאכן אזא ויצעקו, אלא מאי איך ווייס נישט וואס דארט גייט פאר און א גוטן פורים.

טאמער אבער שפילט מען דיר אויף א ווידיא פארשטעלונג איבער די אומגלויבליכע צושטאנד אין וואס זיי געפינען זיך דאן הייבט אייך די רחמנות געפילן צו שפילן, דו זעסט קליינע קינדערלעך יונקי שדים מיט ליכטיגע אויגן וואס דערמאנט אייך פון אייער אייגענע בא'חנ'טע קינדערלעך, ווערן אויסגעשאכטן, דאן ווערסטו פלוצלינג איבערגעפילט מיט רחמנות געפילן און הייבסטו אן צו איינצוזעהן אז מיר די מענטשליכע ראסע אפגעזעהן פון אונזער עטנישע אפשטאם זענען מיר מער ענליך ווי מיר האבן געמיינט בעפאר.

כן הדבר הזה, די נאטור פונעם מענטש איז צו ווערן מער איבערגענומען פון אומבאהאלפענע מענטשן, צו דאס איז קליינע קינדער וואס אונזער מח ווערט מורא'דיג צוקאכט מיט מחשבות ווי "איי איך קען נישט אפילו באגרייפן וואס דאס קינד האט געטראכט אין יענע מינוטן זייענדיג הילפלאז און די מח פייניגט אים ווי איז טאטי ווי איז מאמי, וויאזוי קעענן זיי דאס צולאזן", און אין די זעלבע צייט איז אבער אונזער סימפאטיע אויף א שוואכערן פארנעם פאר ערוואקסענע, וואס איז זייער פארשטענדליך, דאס איז די מענטשליכע נאטור, למעשה איז דער בליק פון באטראכטן געוויסע מענטשן אלס גענוג פאערפול אז מיר זאלן נישט האבן א טראפן מיטגעפיל צו זייערע פראבלעמען קען זיין אין אסאך פעלער וועט אונזער בליק זיך נישט טוישן איבער זיי, אבער אין מערסטענס פעלער טאמער וואלסטו זיך נענטער באקענט מיט יענעמס מענטש פערזענליכקייט, זיינע דראנגען און מיטמאכענישן, וואלסטו געהאט אן אנדערע בליק, גענוי ווי א ברודער טיילט מיט ענליכע ערפארונגען און עמאציענעלע פארשטענדעניש וואס דאס מאכט אז ביי א ברודער ווערט ערוועקט דיין סימפאטיע צו די דורכגאנגען און מיטמאכעניש אין וואס יענער געפינט זיך.

נאך מער, איז דאס נישט אבסורד אז איינער וואס איז מאלעסטעד געווארן און האט דורכדעם אליין אנטוויקעלט אט די קראנקהאפטיגע תאוה, און ביז היינט האסטו געטוען כל מה שבידך צו באשטראפן די פארלעצער מיט די הארבסטע שטראפן און אלעס פארן וואוילזיין פון דעם קינד, און יעצט ווען דער קינד האט זיך שפעטער אליין דערקייקעלט צו אט די מעשים מגונים גייסטו אים ווארפן אונטערן באס?

און איבער די טענה אז נאר דורך נקמה געפונען אט די וויקטעמס א נחמה, וואס א סארט טענה איז דאס ?! און וואס איז אז א וויקטעם וועט טרעפן נחמה נאר אז מ'וועט די פארלעצערס אייגענע קינדער אויך מאלעסטן (איר האט שוין אוודאי געהערט אט די וואונטש) דארף מען דאס אויך אויספירן?

יעצט ווען איש עברי פרעגט צו דארף מען די ערשטע זאך לויפן צו די פאליציי בין איך אין א דילעמא. איך וויל אוודאי נישט אדוואקאטירן עפעס וואס איז קעגן די געזעץ, and don't get me wrong די וועג ווי רבנים און עסקנים האבן באהאנדלט די נושא ביז איצט איז פיל ארגער ווי צו גיין צו די פאליציי ס'איז אזוי ווי מ'שטייט פאסיוו און מ'טוט גארנישט.

Nevertheless I'm deeply ashamed ווי צוריקגעשטאנען אונזער ברייטערע געזעלשאפט איז אין באצוג צו crime and punishment נאכדעם ווי מיר האבן געמאכט גאר גרויסע פארשריטן אין סאציאלע סייענס זאלן די געזעצן זיין אזוי צוריקגעשטאנען כ'מיין איז טאקע נישט דא קיין אנדערע וועג צו באהאנדלען דעם פראבלעם אים צו צווינגען נעמען טריעטמענט, סירוס וכדומה (און איך וויל יעצט נישט אריינגיין די סיבות פארוואס ס'נעמט אזוי לאנג ביז געזעצן בכלליות ווערן מאדיפיצירט און צוזאמהאנג מיט די נייערע פארשונגען אויף די געביט פון  סאציאלע וויסענשאפט וואס איז א טעמע פאר זיך).

נאך אלעם זענען מיר נישט לאנג צוריק געווען צוריקגעשטאנען אין די געביט פון ציווילע רעכטן and believe me we're up for change with this as well.

וכאן הבן שואל, אלא מאי וואס שלאגסטו פאר? די ענטפער איז אז כ'האב למעשה אויך נישט קיין אויסגעארבעטע מהלך, איין זאך ווייס איך קלאר אז אונזערע קינדער זאלן בוודאי נישט זיין אויסגעשטעלט צו אט די שרעקליכע פארלעצונג אנטקעגן זיי און ווען ס'זאל נישט זיין א וועג וויאזוי צו באהאנדלן דעם פראבלעם החרשתי,  נעמענדיג און באטראכט אז די פארלעצער זענען קראנקהאפטיג און אפטמאל אליין קרבנות צו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז, אוודאי איז די גרינגסטע וועג פטור צו ווערן פון די מענטשן זיי פארשפארן און אוועקווארפן די שליסל אבער איך גלויב אז סאיז פארהאן מהלכים פונקט אזוי אפעקטיוו וואס נעמט אין באטראכט די concerns וואס איך האב ארויפגעברענגט.

ולבי אומר לי אז הוגה האט עכ"פ אונטערבאווואוסזיניג אויך א פראבלעם זיך צו באגיין מיט די פארלעצער מיטן פולסטן אכזריות, והא ראיה ער שפירט פאר קלאסיש נישט צו דערמאנען די מאלעסטארערס מיט זייער שם המפורש נאר מיט רמזים, קען זיין איך האב נישט גוט אפגעלערנט אדרבה [tag]הוגה[/tag] אז דו האסט אן אנדערע סיבה נא להעמידנו.

צום שלוס וויל איך זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וויקטעמס וואס זענען בטבע overly sensitive צו די נושא, אז חלילה איך האב נישט בדעה צו מינימיזירן אפילו כשערה פון די שרעקליכע יסורים וואס איר מאכט מיט, און איך וואלט געוואלט זען ווי דאס ווערט אפגעשטעלט פאר יעדן פרייז, איך האב נאר געוואלט פארשלאגן אן אלטערנעטיוו צו דעם וואס מ'זאל זיי פארשפארן און אוועקווארפן די שליסלען. אין איין ווארט: די מאלעסטערס זענען נישט הותרה דמם, נאר מיר טוען אלעס וואס מיר קענען דאס אפצושטעלן, און אוודאי אז די איינציגסטע וועג איז דורך אכזריות'דיגע מיטלען בין איך אויך מודה אז מוטב שיכנס החץ בם, אבער אייביג לפי ההכרח.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

[left]Ivri you’re Great
Our boys are puppets anyway until at least they finish kollel. Whereas the only goal we are allowed, is to have a nice family[/left]
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify][tag]נהורא נפישא[/tag], איך נעם דיין תגובה גאר שטארק פערזענליך. האסט מיר שטארק וויי געטון. איך בין קאנסערוויטיוו? :oops:

איך מיין אז מיר שטייען גאר נאנט בדעה ובשיטה, עכ"פ אויף רוב פון דיינע נקודות. בעצם האב איך מתחילה געפלאנט בכלל נישט מגיב צו זיין אויף דער אשכול. איך האב נישט ליב דן צו זיין ארום פריוואטע פרשיות מיר איז ענדערש צו רעדן בכלליות און טעארעטיש. ווייל ביי א יעדע פריוואטע קעיס איז אלעמאל דא די מעגליכקייט פון טעותים אדער over-judgement. דא האב איך מגיב געווען בכל תוקף ווייל איך האב געפילט אז מ'נעמט אוועק די געפילן און בארעכטיגקייט פון די וויקטעם און מען לאזט זיי הענגען אויף א צוקער שטריק. די זעלבע פיל איך ווען רבנים קומען ארויס אקעגן נחום אן צושטעלן דאס מינדעסטע מענטשליכע בארעכטיגונג פארן וויקטעם און שמירה אויפן צוקונפט. אויב מיר האבן עפעס ענערגיע צו טענה'ן מוז עס זיין קודם לתקן הענין.

בנוגע די ביג פיקטשער פון מאלעסטעישאן בכלל און די צוגאנג דערצו פון א western שטאנדפונקט, עמיר נאך איין טאג דיסקוסירן אין א פילעזאפיע פורום, נישט דא, כמובן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שאולי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך שאולי »

צו דעם וואס נהורא נפושא זאגט, איינשפארן און אוועקווארפן די שליסל.... איך וויל וויסן פון וויפיל חברה ווייסטו אז די פאליציי האבן אזוי באהאנדעלט? ווען איינער גייט צו פאליציי מיינט ער נישט פונקט דאס, ער וויל פשוט גערעכטיגקייט און זיין באווארנט, גענוג און נאך אזעלכע קעיסעס וואס די מאלעסטער איז אויך געווען א וויקטים פון מאלעסטעישען און אין קאורט האבן זיי דאס געטענהט האט מען זיי געלאזט אויפן פריי מיטן חשבון פון גיין פאר הילף, פרויבעישן, און זיין אויף די **** אפענדער ליסטע. איך ווייס פון א שיינע פאר אזעלכע קעיסעס איך וועל נישט דא אויסרעכענען זייערע נעמען אבער ווער עס וויל קען זיך נאכפרעגן וועמענס נעמען עס שטייען אויף די **** אפענדער ליסטעס ווי למשל ביי די wic אפיסעס.

איך בין סתם נייגעריג ווען אין די צייטן פון בית דין אויב האט איינער געטוהן אן עבירה און געגאנגען צו בית דין ווי מען האט אים געשטראפט איז אויך געווען אזא תירוץ ווי בושות, סטיגמע, צובראכענע מענטש..... זעהט זיך אויס אז אין די תורה האט נישט אזוי רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך אים א שטראף. פארשטייט זיך אז מען האט דן געווען פארדעם אויב עס קומט זיך אים טאקע די שטראף אבער די בושות וכו' איז סיי ווי געווען.

איך זעה אויך אז דו האסט גאר שטארק רחמנות אויף די אלע נישט ציוויליזירטע לענדער וואס מאכן מיט שווערע לעבנס און ווען די האסט געזעהן האט דיר עס ממש בארירט און האסט געטראכט אז זיי זענען נישט ממש אומצויוויליזירט נאר ענליך צו אונז דערפאר האסטו מער רחמנות. אבער האסטו עפעס געטוהן מער ווי סתם מיטגעפיל? מיטגעפיל אהער, פארשטענדעניש אהין, אבער צו העלפן די מצב האסטו גארנישט געטוהן, דאן מער ווי האלטן הארציגע דרשות פון צובראכענע מענטשן און רייטן אויף די רחמנות טייל פון א מענטש קומסטו גארנישט מחדש זיין. איך האב אויך שטראק מיטגעפיל מיט די אביוזער אבער ליידער די מיטגעפיל פון די וויקטים צושפילט מיינע געפילן מער און בין העפי ווען איינער נעמט עקשען פאר די וויקטים און נישט האט רחמנות אויף די אביוזער. (בכלל שטימט נישט די משל מיט די נמשל ווייל אויב די נעמסט זיך מער אן פאר די רודף דאן וואס איז די פארגלייך צו די גערודפטע וואס די האסט רחמנות פון די אזוי גערופענע אומצויוויליזרטע לענדער).

נאכמער אויב איז די מצב פון די יונגערמאן אזוי ביטערליך אין שטוב וואס זיצסטו ביי די זייט און קרעכצט און ווארסט אז עס זאל זיך דערקייקלען אזוי געפערליך.... ווי ביסטו געווען אים צו העלפן פארדעם? אויב האסטו אזוי רחמנות אויף אים.. עס שמעקט עפעס ווי אינטער די תגובה ליגט א הארץ פון א מעלעסטער וואס צאפלט ווען די פאליציי קומט קלאפן אויף זיין טיר און וויל פשוט די עולם זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער האט געטראכט אביסל צו שפעט....

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון די גלויבער קאפל הי"ד און צו יעדנס גרויס פרייד זיצט דער דריווער און תפיסה. די ווייסט אז גאנץ מעגליך ער קומט פון א נארמאלע שטוב, גאנץ מעגליך אז זיין ווייב האט אים גע'געט, די קינדער זענען צופארן. ער איז נאר איינס פון מיליאנען וואס האבן געמאכט א ביטערע טעות אין זייער לעבן און דערפאר האבן זיי אפגעהארגעט זייער לעבן. קוקן ווידיאוס פון פריוואטע לעבנס פון מענטשן וואס זיצן אין תפיסה טוט נישט פארמינערן די עוולה און אויך נישט די שטראף וואס קומט זיך דערפאר. א קאר עקסידענט ווען איינער איז אנגעטרינקען איז אסאך א ווייניגער געפלאנירטע קריים ווי מאלעסטען וואס קומט מיט פלאנען און מיז זיך אויסארבעטן. מען דארף ניצן מח אז די אקציע זאל געלונגען, מיט היינטיגע awareness האב איך נישט קיין רחמנות אויף א מענטש וואס האט נישט אליינס רחמנות אויף זיך און טראכט נישט א מינוט פארן הרגנען א צווייטנס future.

און נאכאמאל ווילאנג די רבנים וועלן נישט אויפקומען מיט א תורה'דיגע שכלדיגע עצה וועט א יעדער אליין פסקנען און זיך איבערטראכטן ווי אזוי זיי פילן צו באהאנדלען זייער אייגענע קעיס. אויב ווילסטו פארשפארן די עגמת נפש פון די אזויגערופענע צובראכענע מאלעסטערס דאן גיי מאכן קול קורא'ס ביי רבנים נישט איינשטילן די וויקטימס.
פארשפארט