וויסנשאפט וואס קומט נענטער צו די תורה
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
וויסנשאפט וואס קומט נענטער צו די תורה
דער אשכול איז גווידמעדט פאר סייענטיפישע חדושים אין ענינים וועלכע זענען גווען אנגענומען אלס קונפליקטינג מיט תורה השקפה, און לאור די נייעסטע דיסקווועריס איז שוין גאר קיין סתירה נישטא אדער על כל פנים דער 'געפ' איז שוין פיל פיל קלענער.
למשל:
אמאליגע פילוסופים האבן גהאלטן אז דער וועלט איז א קדמון. אייביג גווען און מסתם וועט אייביג זיין.
היינטיגע, רצוני לומר: מאדערנע, סייענטיסט האלטן אז עס איז יא באשאפן גווארן, אין א באשטימטע צייט. און, וועט מסתם נישט פארבלייבן אויף נצחיות.
דאס איז אסאך נענטער צו וואס עס קומט אויס פון די השקפת התורה.
ווען אזא נייעס אדער ענליכס קומט ארויס, ביטע ברענגט עס דא אריין, און דיסקוסירט דעם ענין. (בבקשה, אויב דער שמועס ווערט ברייטער פון דער נייעס ווס. די תורה, שרייבט אין א אנדער אשכול. דא לאזט נאר בנוגע די סובדזשעקט.)

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אדם הראשון
איך וועל זיין דער ערשטער.
עס איז דא איין ספישיס פון "מענטש". נישט עטליכע ווי אנגענומען דורך סייענטיסטן אין די לעצטערע יארן.
לכאורה אסאך נענטער צו השקפת התורה פון א אדם הראשון מיט א נעשה אדם בצלמנו וגו'.
עס איז דא איין ספישיס פון "מענטש". נישט עטליכע ווי אנגענומען דורך סייענטיסטן אין די לעצטערע יארן.
לכאורה אסאך נענטער צו השקפת התורה פון א אדם הראשון מיט א נעשה אדם בצלמנו וגו'.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
איך ווייס נישט צו דעס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער עס בכל אופן אינטרעסאנט.
צום סוף פונעם גאר אינטרעסאנטן ביכל 'Paradox: The Nine Greatest Enigmas in Physics' ברענגט דער בריליאנטענעם מחבר א רשימה פון זאכן וואס סייענס ווייסט נאכנישט היינט צוטאגס, און ער צוטיילט עס אין דריי קאטעגאריעס, איינס איז זאכן וואס ער טראכט מ'וועט אויסגעפונען עוד בימינו. אינעם צווייטען קאטעגאריע ברענגט ער זאכן וואס מ'וועט אויסגעפונען הערשט אין אסאך יארן ארום.
אינעם דריטן קאטעגאריע ברענגט ער זאכן וואס ער גלייבט אז סייענס וועט קיינמאל נישט אויסגעפונען אדער פארשטיין.
דאס איז וואס ער שרייבט.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
איך וואלט טאקע געוואלט פארשטיין די הוכחה אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן מיט אינפינטי יאהרן צוריק. (כלומר, אז די וועלט איז נישט א קדמון).
לויט ווי איך פארשטיי, איז די הוכחה פון דעם וואס די הימל איז טונקל ביינאכט.
אבער איך בין נישט גענוג קלאר דערמיט, קען דען נישט זיין אז עס זענען דא שטערנס וואס זענען גענוג ווייט אז זייער ליכט וועט קיינמאל נישט אנקומען צו אונזער ערד-קוגל?

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
י ראיות אז די וועלט איז נישיט אייביג געווען איז, 1) לויט איינשטיין חשבון פין רעלעטיוועטי (וואס איך פארשטיי נישט על בריו) מיז אזוי זיין. אין 2) נאכדעם וואס האבעל האט געזען (אין 1932) אז די וועלט האלט זיך אין איינצשפרייטען ממילא איז דער חשבון אז עס איז איינמאל געווען זייער קליין אזוי א נאדעל, אין פארדעם איז גארנישט געווען.
די טעאריע איז אז אין די ערשטע טריליאנען סעקנדס פין די וועלט (ביג בענג - אינפלעשן) איז די וועלט געווארען פין גארנישט געווארען זייער צישפרייט, אין נאכדעם האט זיך עס אויפגעהערט צישפרייטען מיט א שנעלקייט, נאר עס צישפרייט זיך זייער שטייט, עס ווי ספיק.
עי' חגיגיה יב: אז ביי בריאות העולם האט זיך וועלט צישפרייט ביז השי"ת האט געזאגט די גענוג. (ביז היינט האט מען נישט פארשטאנען געהעריג וואס דאס מיינט)
ביז איינשטיין אין האבעל איז די אנגענימע מיינוג געווען ביי רוב סייענטיסען אז די וועלט איז אייביג געווען. אינז האב מיר שוין לאנג געהאלטען אז נישט
די לעצטערע יארען זעט מען אז די וועלט צישפרייט זיך שנעלער, ממילא איז זייער חשבון אז עס גייט אמאל קראכען (ביג קעלעפס). דאס שטימט אויך מיט חז"ל אז די וועלט גייט ווערען חרוב (אדער זיך שטארק טעשנטעשן עכ"פ)

יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
עס איז באמת נישט צי פארשטיין וויאזוי די מקובלים האבען ציגעטראפען צי אסאך זאכען וואס מ'נעמט אן היינט. אסאך זייערע זאכען זעט מען נישט ביי די חכמי האומות פין יענע צייט. אין אסאך זעט מען יא, אפילו די וואס מ'זעט אבער די מקובלים מאכען אן עסק פין די זאכען כדלהלן. (קרעדיט פארען מחבר מיז נישט דוקא זיין אז מען האט אויסגעטראפען אזא געדאנק אין טעאריע, נאר ווער עס נעמט עס אן אלס אמת אין מאכט אן עסק דערפין, דעם קימט זיך קרעדיט אין עס ווייזט אויף א געוויסע כח וואס דער מענטש האט אנציקימען צום אמת)
1) עוועלאעשן ווי שוין פריער באשריבען: אז אלעס קימט ארויס פין 1 זאך; אין יעדע זאך וואס איז געווען קודם איז דינער מער דקות; בדרך כלל קימט שטייטע סטעפס, בדרך ממוצע; אין אז די וועלט צישפרייט זיך פין א דינע פוינט (שטייט אין חז"ל, אבער מקובלים מאכען דערפין אן עסק).
דאס אז אלע חומריים קימט ארויס פין איין זאך זאגט אויך אריסטו (יולי). ווערט עס האט עס קודם געזאגט ווייס איך נישט. למעשה ביי די חכמי האומות איז דאס (אז אלעס קימט פין איין זאך) נישט געווען א גרויסע עסק אין מדובר ביז לעצטענס (מיט עוועלאשען). אבער ביי די מקובלים איז עס געווען א גרויסע עסק.
2) אריסטו אין די יונים האבן געהאלטען אז די וועלט העכער די לבנה וכו' איז עפעס א 5טער מציאות, נוטה צו רוחני. (אין די ראשונים וואס גייען מיט פילאסעפיה אין נעמען אן אריסטו ברענגען עס אראפ). אבער די ראב"ד (אין ספר יצירה. אין נאך מקובלים) פארפירן דערויף אז עס איז שטותים. נאר די גאנצע בריאה אויווען אין אינטען איז אלעס איין זאך. היינט ווייסט מען שוין אויך אזוי. (אגב, אפילו לויט אריסטו איז דער יולי נאר געווען פין די לבנה אין נידעריגער. לויטען ראב"ד איז אלע מצאיותן פין יולי)
3) ווי שוין באשריבען אין די אשכול "סייענס וואס שטייט אין די תורה", די נייע ערפינדוג אז יעדע אטאם איז ציזאמגעטשעל פין 3: פאזאטיוו, נעגטיוו אין נאטירליך. שטייט אין ראב"ד לספר יצירה פ"ב. (די ראב"ד זאגט נישט דארט אז ער רעדט פין סוב-אטאמיק. ער זאגט נאר יעדע זאך איז ציזאמגעשטעלט פין 3 חלקים הנ"ל).
4) אפילו אין דומם איז דא א חיות שטייט אין אריז"ל אין נאך מקובלים. היינט זעט מען עס בחוש. איך ווייס נישט די אלטע סייענס מיינוג אויף דעם.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
מאיר האט געשריבן:1) עוועלאעשן ווי שוין פריער באשריבען: אז אלעס קימט ארויס פין 1 זאך; אין יעדע זאך וואס איז געווען קודם איז דינער מער דקות; בדרך כלל קימט שטייטע סטעפס, בדרך ממוצע; אין אז די וועלט צישפרייט זיך פין א דינע פוינט (שטייט אין חז"ל, אבער מקובלים מאכען דערפין אן עסק).
אמאל האט מען טאקע געהאלטן אז אלעס קומט פון איין זאך אבער פארקערט ווי עוואלושן, די טעאריע איז געווען אז די ערשטע זאך איז געווען די מערסט פערפעקטע זאך און ווי שפעטער אלס ווייניגער פערפעקט, (אזוי איז אויך אין מיט קבלה מיט השתלשלות וצמצום העולמות) לויט עוואלושאן ווערט די וועלט מער און מער פערפעקט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
ביזט זיכער? לויט קבלה (אפשר אויך לויט די יונים) איז די ערשטע געווען דינער אין מער פשוט, שפעטערדיגע איז געווארען דיקער אין מער ציזאמגעשטעלט (מורכב) ממילא מורכב איז מער פערפעקט (דער מענטש איז די לעצטע בריאה אין די תורה אין ער האט אינזיך אלעס פין פריער, אין איז מער פערפעקט אין א געוויסע זין). דאס שטייט איבעראל אין בפרט אין מהר"ל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
אגב, די מהלך פין "דינער אין דיקער" האב איך נישט געזען (ביזדערווייל) די יוונים רעדען דערפין. אבער די מקובלים זענען פיל דערמיט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
איז נישט דינער די מער פערפעקט? מורכב איז בעסער פאר גשמיות אבער רוחניות איז די פערפעקט, וואס מער גשמיות אלס ווייניגער פערפעקט.
די אריסטו טעאריע איז זיכער געווען פארקערט ווי עוואלושן.
פאר מיר איז סייוויי אלעס שיינע אפאלאגעטיע, די תורה האט גארנישט מיט סייענס, ניטאמאל פרובירט די תורה צו זיין סייענס'דיג ווי מזעהט אין בראשית עס שטימט נישט פון איין פסוק אויפן צווייטן, ממילא די אלע זאכן זענען סתם מהיכא תיתי פארוואס נישט, אפילו אלעס שטעלט זיך ארויס צו שטיין אין די תורה אדער חז"ל זאגט עס מיר גארנישט, די זעלבע אויב אלעס שטעלט זיך ארויס צו זייו פארקערט ווי אין די תורה אדער חז"ל איז עס אויך גארנישט.
די אריסטו טעאריע איז זיכער געווען פארקערט ווי עוואלושן.
פאר מיר איז סייוויי אלעס שיינע אפאלאגעטיע, די תורה האט גארנישט מיט סייענס, ניטאמאל פרובירט די תורה צו זיין סייענס'דיג ווי מזעהט אין בראשית עס שטימט נישט פון איין פסוק אויפן צווייטן, ממילא די אלע זאכן זענען סתם מהיכא תיתי פארוואס נישט, אפילו אלעס שטעלט זיך ארויס צו שטיין אין די תורה אדער חז"ל זאגט עס מיר גארנישט, די זעלבע אויב אלעס שטעלט זיך ארויס צו זייו פארקערט ווי אין די תורה אדער חז"ל איז עס אויך גארנישט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
איך פארשטיי נישט די חילוק פין די מקובלים, ביז היינט (בנוגע דע עצם קאנצעפט פין עוועלעשאן). אפשר ביזטו בעסער מסביר.
תורה איז נישט סייענס, אבער איך זעע אז וואס עס שטייט יא שטימט מער ווייניגער מיט סייענס. אין נאכמער, מיט די צייט זעט מען אז דארט שטייט עס פריער. איך מיין אז עס איז פאקט. (אסאך מאל זעט מען אז די חז"ל זאגען אליין אז זיי זענען נישט גערעכט. אבער זאכן וואס איז אנגענימען אין אסאך ספרים זענען זיי מער ווייניגער גערעכט).
די פסוקים פין בראשית ווייזען אביסעל אויף די קאנצעפט אז אסאך זאכען קימען ארויס איינער פין צווייטען. אויך די sequence פין די בריאה (וואס קימט קודם אין וואס נאכדעם) לויט די היינטיגע סייענס שטימט זייער גיט מיט פסוקי בראשית אזוי ווי עס שטייט אין fox video.foxnews.com/v/3372449786001/do-new-big-bang-findings-support-the-bible--/#sp=show-clips