עפל סיידער האט געשריבן:Shiala האט געשריבן:א ווארט פון אן ערליכע איד, אויב די תורה הקדושה פארבאט אונז פון גיין צו די פאליציי (באמערקונג: "אויב עס פארבאט" פרעג א דיין אדער לערן גוט דורך די הלכה אויב די טראסט נישט דעם דיין) איז עס אסור בכל אופן אפילו מזאל אפרעיפן דיין אייגן קינד טאר מען נישט עובר זיין אויף די תורה, פרעג א דיין אדער א איד וואס קען לערנען ביי יעדן פאל עקזטרעשאולי האט געשריבן: פאר די וואס טענהן עס האט זיי נישט געשאדט ווייס איך נישט וואס צו זאגן, אדער לייקענען זיי דאס אדער האט עס געהאט א פארקערטע עפעקט זיי מעלעסטן ווייטער אדער וויבאלד עס האט זיך אנגעהויבן אין די בחורישע יארן ווען מען האט שוין עטוואס א תאווה האט ער מיטגעשפילט. ווי יונגער אלץ שווערער.
שאולי איין פראגע נאר צו דיר זינט ווען איז אין די תוה"ק מוזכר אזא מין סארט פסק ווי עס "האט מיר געדעמעדזשט"? אין די תוה"ק איז מוזכר דיני רודף און דיני בעלי עבירה ועוד, הלכות פון דעמעדזשען דאס איז רייד פון די גוי'אישע וועלט וואס קען בשו"א נישט מחליט זיין צו פארזיגלען יודישע לעבנס אין תפיסה,
גלייב מיר שאולי אז די וועסט מאכען אן אנקעטע פון די וואס זענען יא געטאטשט געווארען אין די יונגע יארען וועסטו האבען גאר גאר א גרויסער פראצענט וואס וועט דיר זייער קלאר זאגען אז עס האט נישט רואינירט זייער לעבן,
הלכה למעשה קען מען דאס מערסטע טאהן ווי איך האב געהערט פון עטליכע מגדולי הפוסקים, אז בעת רדיפת ה'מאלעסטער אחר ה'קרבן דאן ביסטו בארעכטיגט מיט שטארקע כוחות צו טון אלעס להצילו מידי השפל והנבזה, אבער לאחר המעשה איז זייער שווער צו נעמען דיינע ברויזענדע געפילען און דערמיט מאכען א תורה חדשה.
פון ווען אן האט די תורה הקדושה געזאגט אז מען מעג זיך אנעמען אויף א מעלעסטער וואס האט עובר געווען אויף אן עבירה וואס גייט אריין בגדר יהרוג ואל יעבור? עס האט נישט מיט מיינע געפילן. די נעמסט זיך אן פאר די מאלעסטער ווייל דו האסט "רחמנות" אויף אים דאן האסטו פינקט אזוי זיך געלאזט פארפירן פון דיינע געפילן!!! די רעדסט פון אומוויסנדקייט און שרייסט אז עס האט נישט געשאדט, איך וואלט איין זאך געזאגט אויב ביסטו יא באהאווענט מיט די מציאות דאן לעבסטו מיט א ביטערע שילד געפיל!!! ווילאנג עס ווען זיין שטיצע פאר די מעלעסטערס וועט די ביטערע מחלה אנגיין!!! גענוג געווען!! הערטס אויף צו רעאנירן יודישע שטובער!!! די עצם זאך אז מען בארעכטיגט די עבירה פון רעיפן איבער די עבירה פון מסרן איז איין שטיק לעבן מיט תורה חדשה לויט געפיל!!! אויף וואס ווארט איר אז נאך יודישע נשמות זאלן פארפאלן ווערן??? דיינע ווערטער וועלן דאס צוברענגן!!!