אלעס ארום אוויאציע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

אלעס ארום אוויאציע

שליחה דורך sefish »

יעדער איז ביזי מיטן מאלאזיע פליגער, מ'ווערט געוואר נייע טערמינען וואס האט צו טון מיט פליען און עראפלאנען. נישט אז איך האב וואס צו צולייגן, כ'האב מורא צו פליען ס'מיר נישט באגרייפבאר (געווען, היינט שוין בעסער אביסל) וויאזוי אזא העווי מאשין פליט. לעצטענס האב איך אנגעהויבן ליינען מער און קוקן קליפס. ווער ס'האט וואס צו שרייבן זאל צולייגן, אפשר איז גאר דא א פילאט אין ק"ש?
דא איז א קליפ פון א באוינג טעסט וואס ווייזט אז דער פליגל (WING) קען אנהאלטן פרעשור איבער 50% מער! פון וויפיל ס'איז באמת דעזיינט!! כ'בין אנגעקומען צו דעם קליפ דורך ליינען אן ארטיקל וואס איינער פרעגט אן וויפיל טשאנסס ס'איז דא אזא פליגל זאל פשוט אראפפאלן אינמיטן פליען. דער ענטפער איז: אונטער זירא.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ai2HmvAXcU0[/youtube]
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב ביסטו אינטרעסירט צו פארשטיין אביסל מער, אין היימיש אידיש, און עס באדערט דיר נישט א אייוועלט לינק, נעם אפאר מינוט (שעה...) און לייען דא אדורך בעיון רב. זייער שיין באשריבן:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20394
וירח ה' את ריח הניחוח
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

שכח שמעק.

קען שווערע טורבעלאנסן קראכן א פליגער? קיינמאל! ''א פליגער איז געמאכט אויסצוהאלטן די ערגסטע פאנישמענטס''... זאגט דער פילאט

און דא א קליפ פון 10 מינוט שווערעע טורבעלענס אויף א פליגער פון ארגענטינע צו לאנדאן, וואס איז נאכדעם אויפגעשפילט געווארן אויף א טי ווי פראגראם אין לאנדאן ''טעראר אין די סקייס''

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7UO-wYpNN0s[/youtube]
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

50
Secrets Your Pilot Won't Tell You
http://airtravel.about.com/od/travelind ... ll-You.htm
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דא האט איר א ליסטע פון די 10 ערגסטע עירפארטס ארום די וועלט. קיינע איז נישט אין אמעריקע, אחוץ די לעצטע: לאגווארדיע עירפארט. דזשאו ביידען (באקאנט מיט זיין לויזן צינגל...) האט איר פארגליכן צו א דריטע-וועלט לופטפעלד!

http://www.msn.com/en-us/travel/article ... ar-BBacAez
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

געווען היינט שווערע טורבולאנסן אויף א על-אל פליגער אויפן וועג פון ברוסל קיין ת״א.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

פארוואס זעה איך נישט קיין איין איד שטיין אין די Aisle?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די לעצטערע יארן האט באואינג (אמעריקאנע קאמפאני) געהאט א שטארקע אויבערהאנט איבער עירבאס (אייראפעאישע קאמפאני), בעיקר אין די גרעסערע, ברייטערע פליגערס. דער באואינג 777, וועלכע איז ארויסגעקומען ארום 20 יאר צוריק איז געווען, ווי פארשטענדליך, גאר א מאדערנער פליגער אנטקעגן זייערע פארגייער. כאטש די 2 ריזן ארבעטן כסדר שווער צו קאמפיטן איינער מיטן צווייטן פאר די שענסטע און בעסטע, און ווען איינער פון זיי ערצייגט א נייע פליגער וועט דער קעגנער צושטעלן עפעס דערקעגן מצדם – האט עירבאס דאס מאל גארנישט געענטפערט, נאר געבליבן מיט זייערע עלטערע פליגערס. זייער וויזיע איז געווען אז די מארקעט נויטיגט זיך אין דער צוקונפט אין א גאר גרויסן, סופער-דזשאמבא פליגער, נאך גרעסער פון דעם גיגאנטישן 747 פון באואינג, און איינמאל זיי ערצייגן אזא מעכטיגן פליגער, וועלן זיי זיין אין ביזנעס און לאכן פון דער וועלט.

זיי האבן דאן אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם מאסיוון 2-שטאקיגן A380, וועלכע האט ערשטוינט יעדן איינעם, און איז כהיום יום די גרעסטע פאסאזשיר פליגער אויף דער וועלט, און קען ענטהאלטן (אויב מען וויל דווקא) איבער 800 פאסאזשירן! כאטש אין רוב עראפלאנען שטעלט מען עס אויס אין פארשידענע קלאסן, פאר א ס"ה פון "בלויז" 500 פאסאזשירן.

אבער ווי סוקסעספול דער עראפלאן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין בנוגע דעזיין און אינזשענירינג, איז די ביזנעס סטראטעגיע געווען א מיאוס'ע דורכפאל און א גרויסע בראך. זייערע אנאליסטן האבן זיך גענארט, און די אוויאציע וועלט איז גאנץ ווייניג געווען אינטרעסירט אין אזא ריזיגן עראפלאן, וועלכע רוב עירפארט'ס איבער די וועלט קענען ניטאמאל אויפנעמען, און די וועלכע יא, האבן געדארפט איבערארבעטן זייערע טעקסי וועגן און ראנוועי'ס, בנוסף צו רע-ארגאניזירן און אויסשטעלן אנדערש די עירפארטס אז די געיט-וועיס זאלן קענען פארנעמען אזא ריזיגע מאסע מענטשן אויף אמאל, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר. און די סעילס פאר דעם פליגער זענען געווען פיל נידריגער ווי געראכטן, און דערמיט געמאכט דעם טייערסטן אינוועסטמענט אין די אוויאציע היסטאריע פאר א שטוינענדן דורכפאל. עס זעהט נישט אויס לעת עתה אז דער טייערער פראגראם וועט זיך אמאל אויסצאלן.

דערווייל האט באואינג פארגעזעצט ווייטער, און אנגעהויבן ארבעטן אפאר יאר צוריק אויפ'ן נייעם מיד-סייז 787 דריעמליינער עראפלאן (וועלכע וועט מיט די צייט ערזעצן דעם עלטערן 767). דער עראפלאן, וועלכע איז ארויסגעקומען קרוב צו 3 יאר צוריק, איז געמאכט פון א לייכטן קאמפאזיט פלעסטיק מאטעריאל, און גאר סאפיסטיקירטע פארגעשריטענע ענזשינ'ס, וואס אינאיינעם טוט דאס רעדוצירן ארום 20% געז פער פאסאזשיר, וואס דאס איז געווען א געוואלדיגע דורכברוך אינעם עולם האוויאציע, בפרט די לעצטערע יארן ווען די גאז פרייזן זענען געווען הימל-שרייענד הויך. און דעריבער זענען די עירליינס געווען גאר ענטוזיאסטיש פאר דעם נייעם 787, און די ארדערס זענען געקומען ווי מצה וואסער. און אחרי ככלות הכל, כדי נישט צו בלייבן שולדיג פאר עירבאס מיט זייער דורכגעפאלענעם A380, האבן זיי ערצייגט א נייע פארגעשריטענע און פארגרעסערטע ווערסיע פונעם 747 דזשאמבא (גערופן 747-8, דער נומער 8 צייגט אז דער פליגער טוט זיך אידענטיפיצירן מיט דעם נייעם 787 דריעמליינער, און אסאך נייע טעכנאלאגיע נאכקאפירט פון יענעם דעזיין). די סעילס פונעם נייעם 747 איז גראדע אויך גאר שוואך. הפנים די עירליינס ווילן ענדערש 2 מאטארדיגע פליגערס וועלכע פארנוצן ווייניגער געז.

אויסער דעם וואס די נייע פליגערס זענען גינסטיג פאר די עירליינס, איז עס ווי פארשטענדליך אויך פיל בעסער און געשמאקער פאר די פאסאזשירן, מיט מער אפענע לופטיגע קאבינעס, באקוועמערע זיצן, גרעסערע שאפעס אויבן, פארט שטילער, בעסערע קוואליטעט לופט און יומידעטי קאנטראל, גרעסערע פענצטער, מען קען טוישן די לייטינג צו פארשידענע קאלירן און נאכמאכן טאג/נאכט (וואס העלפט אקעגן דזשעט-לעג), פארגעשריטענע ענטערטעינמענט סיסטעמ'ס מיט גרויסע סקרינ'ס, א.א.וו.

עירבאס האט זיך געטראפן אין א דילעמא. די איינציגסטע קנאקעדיגע פליגער איז דער גרויסער 380 און דער פארלאנג איז שוואך, און ביי באואינג איז ביזנעס בומינג! (נישט אז באואינג האט זיך נישט געהאט אירע פראבלעמען און ביטערע שווערע חבלי לידה ביז דער 787 איז ערשינען כלול בהדרו, און ביז ממש לעצטנס האט זי זיך געפלאגט מיט די באטעריע סומאטאכע וועלכע האט פאראורזאכט רויך און פייער אינעם קאבינע; אבער דער פלאג האט זיך סוכ"ס אויסגעצאלט). אלזא האט עירבאס אנגעהויבן פעסט ארבעטן אויף א שפאגל נייעם עראפלאן וועלכע זאל זיין שוה בשוה מיט די נייעסטע פון באואינג – דאס איז דער נייער A350. בלויז איין שטאק, פלאץ פאר ארום 270 ביז 370 פאסאזשירן (ווענדט זיך וועלכע מאדעל, עס איז פאראן 3, 800-900-1000). למען האמת האט שוין עירבאס לאנג בעפאר גע'חלומ'ט צו ארבעטן אויף דעם פליגער, אבער מחמת סיבות שונות איז עס קיינמאל נישט געווארן אפראווד ביי די באהערדע, זיי האבן קודם געוואלט צוריקזעהן געלט פונעם גרויסן A380 בעפאר מען אינוועסטירט אויף א נייעם; אבער נאכן זעהן ווי באואינג רוקט זיך פאראויס און זיי בלייבן אינטערשטעליג, האבן זיי געגעבן דעם אקעי, והדבר יצא מפי המלך, מען זאל גיין ווייטער מיטן פראגראם, און מיעטן אדער ביעטן דעם 787.

ווי געווענליך האט עס אויך געליטן שוועריגקייטן ביים אנהויב, עס האט זיך פארשלעפט עטליכע מאל, אבער פארגאנגענע וואך, האט די אראבישע קאטאר עירוועיס זוכה געווען צו ערהאלטן דעם ערשטן A350, וועלכע וועט שוין פליען דעם קומענדיגן יאנואר. עירבאס האט שוין ערהאלטן 778 ארדערס אויף דעם נייעם פליגער.

גענוי ווי דער 787, איז דער A350 א דורכברוך אינעם עולם האוויאציע, מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע. נייע סארט פליגלען (געדרייעט ביים עק), מער קאמפאזיט מאטעריאלן ווי דער 787 וואס מאכט עס גרינגער און שפארט די עירליין 25% גאז פער פאסאזשיר, אנשטאט די 20 פראצענט אינעם 787. אין פארגלייך צו דעם 787 זענען די פענסטער פונעם A350 נאך ברייטער (אויפן 787 איז עס העכער אבער שמאלער), פארמאגט מער סארטן ליכטיגקייטן, גראדערע ווענט וואס מאכט שפירן מער לופטיג און ברייט, און אביסעלע שטילער.

A350.jpg


בשעת די שורות ווערן געשריבן, ארבעט באואינג אויף די קומענדיגע-גענעראציע 777, וועלכע וועט זיין לענגער און ברייטער, און ארייננעמען ארום 400 פאסאזשירן, און וועט עווענטועל ערזעצן סיי דעם 747 דזשאמבא עראפלאן און סיי דעם יעצטיגן 777. עס וועט זיך רופן 777X, וועט אימפלעמענטירן אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע פון דעם 787 מיט נאך נייערע טעכנאלאגישע מיטלען וועלכע ווערן אויספרובירט, ער וועט זיין דער לענגסטער פאסאזשיר פליגער, ווי אויך גאר ברייט – און כדי דער פליגער זאל נישט האבן קיין פראבלעם מיט די עקזיסטירענדע שמאלערע וועגן אין די עירפארטס, וועלן די פליגלען זיך קענען ארויפדרייען אדער זיך איינצוימען בשעת עס איז אויף דער ערד. עס איז ערווארטעט צו אנהויבן פליען אין יאר 2017 אדער 2018, און דערליווערן צו די עירליינס אין 2020 - אויב עס וועלן זיך נישט מאכן פרישע אומפאראויסגעזעהנע קאמפליקאציעס, ווי עס פאסירט רוב מאל.

הנה ימים באים.

דא האט איר א פריוויאו פון דעם קומענדיגן 777X, וואס באואינג ארבעט דערויף.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Fop6Qu2CN0E[/youtube]
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעלטא האט ערהאלטן א באמבע דראאונג אין JFK עירפארט אפאר מינוט צוריק. עס טוט זיך לעבעדיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז מען רעדט פון די צוקונפטיגע נייערע עראפלאנען, קען מען נישט אויסלאזן די מערסט-באנוצטע עראפלאן איבער די וועלט, די באואינג 737, וועלכע ווערט גערופן א "איינצעלנע-אייל" (single aisle) עראפלאן, מיט זעקס זיצן אין דער ברייט, אויסגעשטעלט 3-3, און א דורכגאנג אינצווישן, אדער ווערט עס גערופן narrow body, ד.ה. א שמאלער גוף (אין פארגלייך צו די wide body עראפלאנען וועלכע פארמאגן דאפעלטע אייעלס). עס זענען דא עטליכע ווערסיעס/סייזעס פונעם 737, וועלכע לויפן מיט די נומערן 7, 8 און 9. יעדע איינע שטעלט צו אביסל א לענגערן באדי, און מער פאסאזשירן קענען פליען אינאיינעם. געוואנדן לויט די נומערן, גייען אריין בערך צווישן 100 ביז 200 פאסאזשירן.

דער עראפלאן, ווי געשריבן, איז די ברייטסט-באנוצטע אין די אוויאציע וועלט, עס ווערט גענוצט פאר כמעט יעדע נסיעה פון א שעה ביז 6 שעה, אינאיינעם מיט זייער מעין קאמפעטישאן, די עירבאס A320. ביידע זענען רעלאטיוו ביליג אויסצוהאלטן, זענען פראקטיש, און האבן אן אויסגעצייכענטן סעיפטי רעקארד (עירבאס האט גראדע געהאט מערערע אינצידענטן מיט דעם מאדעל וועלכע האט פיגורירט אין די נייעס, אנגעהויבן מיט דעם "מירעקל אן די האדסאן", וועלכע האט געלאנדעט אינעם האדסאן ריווער נאכן אריינשמעטערן אין קאטשקעס, נאכדעם די AirAsia עקסידענט ארום א האלב יאר צוריק וועלכע האט אראפגעקראכט אין ים נאכן פליען צו שיעף ארויף, ווי אויך ממש לעצטנס די גערמאנווינגס פליגער וועלכער דער פילאט האט במזיד אראפגעקראכט צווישן די בערג, ואכמ"ל. עכ"ז איז עס נאך אלץ פון די מערסט-פארזיכערסטע פליגער'ס). גענוי ווי באואינג, האט עירבאס אויך 3 סייזעס/מאדעלן פונעם A320, עס לויפט מיט אנדערע נומערן, A318 און A319 זענען א משהו קלענער, און A321 איז אביסעלע גרעסער.

ביידע עראפלאנען זענען שוין צענדליגער יארן אלט, די 737 איז שוין געווארן פראדוצירט געווארן מיט 50 יאר צוריק. זעלבסטפארשטענדליך אז במשך די יארן איז עס כסדר אויפגעפרישט געווארן מיט נייערע מאדערנע טעכנאלאגיעס, אבער דער עצם דעזיין גייט שוין צוריק גאר א לאנגע צייט.

אצינד ארבעטן ביידע קאמפאניס אויף א באדייטענדן אפדעיט, וועלכע וועט ערשיינען ביז א יאר-צוויי. עירבאס A320-NEO (דער ווארט NEO איז ניי, וואס מיינט נייע ענדזשינ'ס אפציע), וועט מסתמא שוין זיין אינדרויסן ביי 2016, און די באואינג 737-MAX אויף 2017.

737_Max.jpg

Airbus_A320neo.jpg


דער עיקר אויפטו פון ביידע וועט זיין בעסערע מיילעדזש, ביידע וועלן נוצן היבש ווייניגער געז ווי די ביז איצטיגע, דורך אריינשטעלן א רייע טעכנאלאגישע דורכברוכן אינעם פליגער, ווי נייע ריינערע ענדזשינ'ס, נייערע סארט פליגלען, און לייכטערע זיצן, און לייכטערע מאטעריאלן דורכאויס דעם גאנצן עראפלאן. עס וועט נוצן אלע נייערע טעכנאלאגיע פון די לעצטערע פליגער'ס, ווי צב"ש דער דריעמליינער 787, מיט גרעסערע פענצטער, געשמאקערע לופט, שטילער, פארגעשריטענע אינטערטעינמענט סיסטעמען, וכדו'.

באואינג טוט אויך אנטשפרעכן אביסל ברייטערע זיצן, הגם ממש א טראפקעלע; מיט עדזשאסטעבל העד-רעסטס. די קלאזעט'ס (BINS) העכער די זיצן וועט ארייננעמען כמעט 50% מער באגאזש ווי איר פארגייער, און א באזונדערע קליינע "ווינגלעט" אויפן פליגל (זעה בילד) וועט העלפן בעסער פליען.

737 Max Winglet.jpg


מצד אחד פרובירן ביידע קאמפאניס צו מאכן די נייערע עראפלאנען ווי מער ניי און פריש, אבער מצד שני ווילן זיי נישט צופיל טוישן פונעם יעצטיגן דעזיין, כדי עס זאל קענען גרינגערהייט ערזעצן די אלטע ווערסיעס, סיי פאר די עירפארטס, סיי פאר די פילאטן, און סיי פאר די מעכאניקער. באואינג'ס 737 וועט זיין מיט א 6-7 אינטשעס העכער, כדי צו קענען אקאמאדירן די נייע ענדזשינ'ס וועלכע וועלן זיין אביסעלע גרעסער.

מען האלט נאך בעפאר די אפיציעלע פראדוקציע, און עירבאס האט שוין איבער 3,600 ארדערס דערויף, און באואינג איבער 2,400 – דאס איז ארום 1,200 ווייניגער, די סיבה דערצו איז בעיקר ווייל זיי האבן געמאלדן זייער אפדעיט פיל שפעטער ווי עירבאס. פאקטיש האלט שוין דער נייער עירבאס נאכן פליען ווען די אינדזשענירן האבן געמאכט די נויטיגע טעסטס, בעת באואינג האלט נאך ביי פיל פריערע שטאפלען, און ווערט ערשט ארויסקומען א יאר שפעטער פונעם עירבאס, אפילו אויב אלעס גייט ווי געפלאנט.

דאס איז זיכער אז אין די נעקסטע פאר יאר וועט מען זעהן גאר אסאך נייעס אין די פליגער'ס, וועלכע וועט צעביסלעך ארויפברענגען די לעוועל פון א געשמאקע רייזע אין דער לופט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:דא האט איר א ליסטע פון די 10 ערגסטע עירפארטס ארום די וועלט. קיינע איז נישט אין אמעריקע, אחוץ די לעצטע: לאגווארדיע עירפארט. דזשאו ביידען (באקאנט מיט זיין לויזן צינגל...) האט איר פארגליכן צו א דריטע-וועלט לופטפעלד!

ענדליך! האט גאווערנאר קאומא פארשפראכן 4 ביליאן דאלער צו רענאווירן און פארבעסערן דעם לאגווארדיע עירפארט, וועלכע איז שוין געפערליך אלט - זינט 1939. טערמינאל B גייט ווערן גענצליך אראפגעהאקט און איבערגעבויעט, און אלע אנדערע טערמינאלן מאדערן און פראקטיש איבערגעמאכט, מיט טראנספארטאציע צווישן זיי, ווי אויך די וועגן ארום וועט ווערן פארבעסערט, סיי פאר די קארס וואס קומען צו פארן, און סיי די טעקסי וועי'ס אוו ראנוועי'ס פאר די עראפלאנען מיט א נייע סיסטעם וועלכע וועט זיי געבן מער פלאץ, און וועט פארמיידן עס זאל נישט פאסירן אזויפיל דילעי'ס ווי ביז יעצט.

די גאנצע פראיעקט וועט געדויערן ארום 4-5 יאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: אלעס ארום אוויאציע

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס גייט זיין אין די צייט פון איבערבויען? די ערפארט וועט זיין פארשפארט?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די נייע טערמינאל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

די נייע טערמינאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TC7CrgJrCCc[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עירבאס האט קוים אנגעהויבן דעליווערן דעם נייעם A350 (זעה אויבן פאר מער אינפארמאציע), בשעת זיי האבן געאפפערט 3 ווערסיעס פונעם עראפלאן; אצינד וועלן זיי אינטראדוסען א פערטע סארט (גערופן A350-900 ULR) וועלכע קען פליען א שטרעקע פון 19 שעה אויף אמאל! עירבאס וועטן דאס פראדוצירן אויפן פארלאנג פון "סינגעפאור עירליינס", וועלכע וויל צוריק איינשטעלן דירעקטע פלייטס פון ניו יארק קיין סינגעפאור, א וועג וועלכע נעמט קרוב צו 19 שעה - ארום 8,700 מייל, וואס איז איבער א דריטל פון דער וועלט!

דער פלייט פון ניו יארק קיין סינגעפאור איז די לענגסטע נאן-סטאפ פלייט וואס איז נאר פארהאן, די יעצטיגע לענגסטע צו מערערע אראבישע לענדער נעמט בערך 15 אדער 16 שעה, ווי אויך פון לאס אנזשעלעס קיין אויסטראליע וועלכע נעמט בערך די זעלבע צייט. קיין שום עראפלאן קען נישט פליען לענגער און ווייטער ווי דעם. גראדע, יארן צוריק פלעגט סינגעפאור יא האבן א דירעקטע ראוט פון ניו יארק, דורך מאדיפיצירן דעם אלטן געז-זויפענדע A340 עראפלאן, זיי האבן אראפגענומען זיצן און פלאץ פון די פאסאזשירן און באגאזשן, און אנשטאט דעם אריינגערוקט גרעסערע געז טאנקען. אבער עטליכע יאר צוריק ווען די געז פרייזן האבן אנגעהויבן גיין ארויף, האט זיי מער נישט געלוינט די טירחא און קאפוויי, און זיי האבן זיך אפגעלאזט פון דעם ראוט.

אצינד האבן זיי פארלאנגט פון עירבאס אן אויסשליסליכע ווערסיע פונעם A350 געאייגענט פאר דעם ספעציפישן ראוט, וואס עירבאס פלאנט אהערצושטעלן. זיי וועלן אביסל מאדיפיצירן דעם עראפלאן מיט גרעסערע געז טאנקען, און מאכן די עאראו-דיינעמיקס אביסל בעסער, כדי דער עראפלאן זאל גרינגער קענען אדורכשניידן די לופט און דאדורך פארנוצן ווייניגער פאוער און געז, אויך וועט עס ערלויבן מער וואג ביים זיך הייבן. אויב דאס וועט צושטאנד קומען, וועט דער ראוט צו סינגעפאור צוריק באנייעט ווערן, און דער עראפלאן וועט אפצייכענען נאך א היסטארישע דורכברוך אין די אוויאציע טעכנאלאגישע פארשריט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כינע איבערראשט די וועלט מיט אן אייגענעם פליגער! צו קאמפיטן מיטן עירבאס און באואינג. עס וועט ארייננעמען ארום 175 פאסאזשירן. עס וועט נישט פליען בעפאר אמווייניגסטענס א יאר. אבער ווי פארשטענדליך האט דאס פאלק נאך נישט קיין צוטרוי דערין, און וויל קודם זיין רואיג אז דער עראפלאן איז פארזיכערט, איידער זיי וועלן אויפשטייגן דערויף.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האף נאר אז זייערע עראפלאנען וועלן זיך נישט צוברעכן אזוי שנעל ווי די אנדערע זאכן וואס זענען 'מעיד אין טשיינע'...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איראן מיט איר פארעלטערטע (כמעט 40 יאר!) פלאטע מיט עראפלאנען האט קיינמאל נישט געקענט אפגרעידן צו עפעס בעסערס, נייערס, צוליב די סאנקציעס אנטקעגן זיי. די סעיפטי רעקארד פון זייערע עראפלאנען איז טאקע נישט געווען צו גוט.
אצינד נאכדעם וואס די סאנקציעס איז אראפ פון זיי, שטייצעך אז פון די ערשטע זאכן גייט מען איינקויפן נייע עראפלאנען. זיי טראכטן פון נעמען ביידע, עירבאס (אייראפע) און באואינג (אמעריקע), אבער דערווייל זענען זיי נאך ברוגז אויף דעם ריזיגן שטן אמעריקע, ממילא גייען זיי קודם צו עירבאס. און דערנאך וועט מען זען ווייטער.
זיי האבן באשטעלט 118 עראפלאנען פארן סכום פון "בלויז" 27 ביליאן. דער סכום איז נאר אויבן אויף די קאסט פרייז, מען גלייבט אז אונטערן טיש האבן זיי אויסגעארבעט א דיעל צו צאלן פיל א קלענערן סכום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

דאס איז מורא'דיג, נעמענדיג אין באטראכט אז באאינג האט לאביאירט ביי די אמעריקאנער רעגירונג אז די דיעל זאל אדורכגיין.

למעשה, איז דאס גאנצע נישט-קויפן סתם ווערטער, און זיי וועלן פיין קויפן אמעריקאנער פליגערס. כ'האב מיך נישט אנדערשט פארגעשטעלט, זינט זייערע מאכעניקערס זענען צוגעוואוינט צו די אמעריקאנער מאשינען.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אלעס ארום אוויאציע

שליחה דורך גראף »

א רוסישע פירמע אין סיביר האט ארויס געשטעלט א נייע פארגעשריטענע מיד רעינזש עראפלאן. די רוסישע פריים מיניסטער מעדוועד איז געווען ביים צעראמאניע וואס ווייזט ווי וויכטיג עס איז פאר די רוסישע עקענאמיע זיך צו שטעלן פעסט מיט די מערב וועלט סאנקציעס. די עראפלאן איז געבויט מיט קאמפאזיט מאטריאל וואס איז שטערקער און וועגט ווייניגער ווי אייזן.

http://mobile.reuters.com/article/idUSKCN0YU2FD
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז מען רעדט שוין פון נייע עראפלאן קאמפאניס, איז אויך מערקווירדיג אז די קאמפאני "באמבארדיער" פון קאנאדא, וועלכע פלעגט מאכן ביז לעצטנס נאר קלענערע פליגערס, איז אריין אין די מארקעט פון גרעסערע עראפלאנען, וואס וועלן ארייננעמען צווישן 110 און 150 זיצן. די עראפלאנען וועלן אויך זיין גאר פארגעשריטן, מיט אביסל ברייטערע זיצן ווי אונזערע עראפלאנען (עס וועט האבן 5 זיצן אין די ברייט, אנשטאט 6), העכערע דאך, גרעסערע פענסטערס.

עס וועלן זיין 2 מאדעלן, CS100 און CS300, די צווייטע אביסל לענגער און פלאץ פאר בערך נאך 50 פאסאזשירן.

דערווייל איז שוין דא דיעלס מיט די SWISS עירליין (וואס באלאנגט היינט פאר לופטהאנזא), און DELTA ארבעט יעצט אויכעט אויף א שיינעם דיעל.
וירח ה' את ריח הניחוח
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אלעס ארום אוויאציע

שליחה דורך גראף »

א בריטיש עירוועיס עראפלאן האט נאך פליען 6000 מייל פלוצלינג געמאכט א יו טערן און צוריק געפלויגען פון ווי זי איז ארויס געפלויגען. די ליפט ליניע טענה'ט אז ס'איז צוליב א טעקניקל גליטש.
מיין קשיא איז אויף די פילאט'ס. דו האלטס אינמיטן פליען אויף אוטומאטיק און כאפטס נישט אז דיין פלעין מאכט א 180° טערן???!!!
עפעס שטימט נישט דא.

http://www.independent.co.uk/travel/ba- ... 26406.html
פארשפארט