כינוס "תקנה לדורות" פון מהרז"ל מסאטמאר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'פסח היינט ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זכר לחורבן
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

Tekuna L'doros just signed contract w/R'Moshe Labin 2 add 18,000 more seats in Chareidim Shul on Rodney St. 4 tonites maamed.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער גייט הייינט נאכט געבן דא באריכטען פון ראדני??
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ראשעקאל האט געשריבן:ווער גייט הייינט נאכט געבן דא באריכטען פון ראדני??

איך בין זעכער זר זהב וועט אריין פליען פון שטאקלאהאם פארן גרויסען מעמד.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

עני אפדעטס פין ראדני?
אפשר טאר מען נישט וויונען אין איין שטאט מיט איינער וואס האט אינטערנעטעעע אין שטוב?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין דא ביי די אסיפה. א ריזיגע עולם קע"ה
ר' חיים יושע'לע סאטמאר רבי פון מאנסי רעדט יעצט. ער פייערט אוועק. ער טענהט אז ווען א דאקטער זאגט פאר א חולה צו עסען יו"כ לויפט ער פון איין דיין צי די אנדערע דיין זיכער מאכען אז ער מעג טאקע. ער גייט נישט אליין קוקען אין ט"ז און מגן אברהם....
וואס איז אינטערנעט אנדערשט? פרעגט רבי חיים יושעלע. קען מען אליין פסקענען? מ'דארף פאלגען וואס רבנים זאגען.
וועגען די טענה אז מ'קען קויפען אויף די אינטערנעט בילגער ווי אין די געשעפטען זאגט ער אז מ'קען אויך קויפען טרייפענען פלייש וואס איז ביליגער......
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

As usual די וואס זענען דארט האבען נישט מיט וואס צו פאלגן, און די וואס דארפן פאלגן זענען מן הסתם נישט דארט.
מי כעמך ישראל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ווער גייט הייינט נאכט געבן דא באריכטען פון ראדני??

איך בין זעכער זר זהב וועט אריין פליען פון שטאקלאהאם פארן גרויסען מעמד.

כ'בין נישט געווען.

אסאך פון ענק לעבן אין א טעות וויזע ווי מיין אידישע פאליטיקס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וואס איז געוועין די שפיץ פון די אסיפה? ווער זענען געוועין די רעדנערס?
ריק סאנטורעם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 9:48 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך ריק סאנטורעם »

לעמיל האט געשריבן:וואס איז געוועין די שפיץ פון די אסיפה? ווער זענען געוועין די רעדנערס?


די רעדנערס זענען געווען ווי פאלגענד
הרב חיים קלמן גוטמאן שליט"א יושב ראש
הרב בערל כ"ץ שליט"א
הרב טודרוס זילבער שליט"א
הרב חיים יושע האלבערשטאם שליט"א
ר' יעקב איינהארן ני"ו טעקנישען
כ"ק מהרז״ל מסאטמאר שליט"א
מ'קען שוין הערן די דרשות אויף 718-506-9054 עקסטענשאן 6 -3
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הלכה למעשה - איז דארט געווען עפעס חידושים? א נייער פילטער וואס האט מחיב געווען אלע חסידים? אדער עפעס אנדערש?

פארוואס שרייבט קיינער נישט מער פרטים?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שמעקעדיג האט געשריבן:הלכה למעשה - איז דארט געווען עפעס חידושים? א נייער פילטער וואס האט מחיב געווען אלע חסידים? אדער עפעס אנדערש?

פארוואס שרייבט קיינער נישט מער פרטים?


מ'האט מחייב געווען אלע חסידים צו ניצן די ראדני-פילטער אין די ביזנעס. צו רעגיסטרירן אלע סעלפאן נומערן מיט די וועד, און אראפנעמען די בראוזער, אדער לאזן אויפן מיט די קהלות פילטער'ס ווייסע ליסטע. אינדערהיים מעג מען נאר האבן א ווייסע ליסטע געפילטערט דורך די קהלות' פילטער.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

יואליש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:הלכה למעשה - איז דארט געווען עפעס חידושים? א נייער פילטער וואס האט מחיב געווען אלע חסידים? אדער עפעס אנדערש?

פארוואס שרייבט קיינער נישט מער פרטים?


מ'האט מחייב געווען אלע חסידים צו ניצן די ראדני-פילטער אין די ביזנעס. צו רעגיסטרירן אלע סעלפאן נומערן מיט די וועד, און אראפנעמען די בראוזער, אדער לאזן אויפן מיט די קהלות פילטער'ס ווייסע ליסטע. אינדערהיים מעג מען נאר האבן א ווייסע ליסטע געפילטערט דורך די קהלות' פילטער.

מ'האט נישט גערעדט איבער עפעס א נייע פילטער וואס וועט זיין כולו מעלות??
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

די קהלה פילטער איז די נייע פילטער. יעדע קהלה באקומט די זעלבע פעקעזש פון זשעי נעט, מיט אן אייגענע לעבעל. וועלכע מעלות זיכסטו? אז די קהלה וועט וויסן ווער ס'איז ארויף אדער אראפ פון די פילטער? אז זיי וועלן האבן צוטריט צו יעדען גוגעל סורטש און בענק יוזער נעמען ענד פעיסווארד פון די קהלה שאף?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

יואליש האט געשריבן:די קהלה פילטער איז די נייע פילטער. יעדע קהלה באקומט די זעלבע פעקעזש פון זשעי נעט, מיט אן אייגענע לעבעל. וועלכע מעלות זיכסטו? אז די קהלה וועט וויסן ווער ס'איז ארויף אדער אראפ פון די פילטער? אז זיי וועלן האבן צוטריט צו יעדען גוגעל סורטש און בענק יוזער נעמען ענד פעיסווארד פון די קהלה שאף?

איך זוך גארנישט, K9 איז מיר פונקט גוט,
אבער עפעס אינטערסאנטע חידושים הער איך אז זיי האבן געזאגט, ס'גייט קענען פילטערן חלקים פון סייטס ווי למשל עמעזאן ביכער אפטיילונג זאל זיין פארמאכט און די גאנצע סייט אפן, און סגייט קענען זען Encryption information!
ווי אויך האט ער מודיע געווען אז נאר א בלעקבערי קען העלפען פאר ביזנעס און נישט א ענדרויד..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס האב איך אראפגעשריבען פון די תקנות וואס מ'האט געזאגט ביי די דרשה



תקנות
סעיף א

קאמפיוטער אין שטוב
א ירא שמים זאל שטארק פראבירען בכלל נישט האבן א קאמפיוטער אין שטוב
די וואס דארפן א קאמפיוטער אין שטוב, זענען מחיוב ארויסרייסען די חלקים וואס קענען עס קאנעקטען מיט אינטערנעט. און מ'דארף עס געבן פאר א מומחה וואס זאל עס בודק זיין און ער דארף געבן א כתב הכשר אז עס קען נישט נתחבר ווערן צו די אינטערנעט אפילו במקרה
אפילו מ'איז געצווינגען צו האבן א קאמפיוטער אין שטוב, זאל עס ליגן אויף א פלאץ ווי די קינדער קענען נישט צוקימען, בנוסף צו דעם זאל עס האבן א פעסווארד.

סעיף ב
קאמפיוטער מיט אינטערנעט אין שטוב
איסור חמור ומוחלט להחזיקו בבית ובבעיסמענט אפילו הוא מסונן בפילטער והרי הוא כגיהנום פתוחה מתחתיו, אין לכלי זה מקום בבתי ישראל. אמנם, ישנם אנשים שמחמת הכרח פרנסתם נזקקים להיתר עליהם לפנות להועד הממונה על זה און אויב זיי באשטעטיגען מעג מען האבן נאר א ווייט ליסט.

סעיף ג
אינטערנעט אין א ביזנעס
אחר עבודה רבה ע"י רבנים ומומחים איז געמאכט געווארען א פילטער מיט'ן נאמען "משומר פילטער". ווער ס'געהערט צו די קהילה אדער האט תלמידים אין די מוסדות, מיז נעמען דוקא די פילטער. בלי שום יוצא מן הכלל.
דאס איז נאר ווען עס ארבעטען מערערע מענטשן אין א אפיס. אויב איינער ארבעט אליין, און נאך מענטשען דרייען זיך נישט אין זיין אפיס, האט עס די זעלבע דין ווי ער ארבעט אין זיין הויז – אין דעמאלטס מעג ער נאר האבן א ווייט ליסט.

סעיף ד
סמארט פאון'ס
איסור חמור ומוחלט להחזיר סמארט פאון (בלעקבערי, אייפאון, אייפעד וכו) המחובר לאינטערנעט. לצורך פרנסה זאל מען נאר נוצן אימעיל, ומנותק לגמרי מאינטערנעט דורך משומר פילטער. אלו שמוכרחים בשביל פרנסתם להתקשר לאינטערנעט לצורך פרנסתם דארפן האבן נאר "משומר פילטער" און נאר ווייט ליסט.

סעיף ה
סעלפאן
אלע סעלפאון'ס דארפן זיין אינגאנצן אפגעהאקט פונעם אינטערנעט. און יעדע סעלפאון דארף זיין מאושר פון די ועד וואס גייט אויפגעשטעלט ווערען.

סעיף ו
מיום ליום מתרבים הכלים שיכולים להתקשר לאינטערנעט, לדוגמא עם פי פלעיער, געים בוי, איז א סכנה עצומה, ווייל יד כל אדם ממשמשין בו. ממילא איז אסור בתחלית צו האבן די סארט כלים אויב ס'דא א מעגליכקייט צו פארבינדען צו דעם אינטערנעט.
א ירא שמים זאל אבאכט געבן קיינמאל נישט צו געבן פאר די טעכטער א סעלפאון מיט טעקסט בכלל, ווייל עס ברענגט שרעקליכע מכשולות.

הוספות
ס'איז נכון אז אין די מקום עבודה זאל הענגען א "תעודת אישור" אז יעדער וואס קימט אריין זאל זען אז ער האט זיך צוגעשטעלט.
חיובא רמיא על כל ההורים אבאכט געבן אויף ווי די טעכטער ארבעטען אז די אינטערנעט איז גיט געפילטערט מיט א שמירה מעולה. אויב ס'נישט דארטען אויסגעהאלטן, טאר מען נישט דארטען ארבעטן.
היות שעולם הטעכנאלאגיע ווערט יעדן טאג מער און מער פארגעשריטן, דערפאר באשטימט מען אז יעדע כלי אדער פראגראם וואס קומט ארויס אין די צוקונפט איז אסור בהחלט זיך צו באניצן מיט דעם, ביז עס איז דא א קלארע היתר אויף דעם.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די עקסטרעמע מאכען אלעמאל דעם חורבן, אזוי ווי די גמ' זאגט [סנהדרין כט.] כל המוסיף גורע, ווען די רבנים וואלטן זיך צוזאמען געזעצט צו מאכן א תקנה וואס זאל זיין גלייך פאר איעדען וואלט עס געהאט א סאך א גרעסערע כח, קומען די וואס מיינען נאר צו ווייזען אז זיי זיינען די פרומסטע וואס דאס איז נאר צו מאכען אן אימפרעשען, און דורך זייער'ע שטיק שוואכען אפ די גאנצע זאך,

ווען מען זאל ארויסנעמען נאר פעיסבוק מיט פארן וואלט עס געווען א גרויסע תיקון וואס דער עולם וואלט זיך געבויגען צו דעם, אבער אז זיי גייען מיט א ווייסע ליסט וועט עס קיינער נישט עקסעפטען,י

when your trying to make an impression, thats the impression you make.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משכיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

משכיל, וויזוי קענסטע מאכן תקנות "גלייך פאר יעדן" ? איינער איזא ביזנעסמאן וואס מוז האבן נעט אינדערהיים, איינער מוז נישט האבן אינדערהיים, אא"וו
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די ווייסט דעם חילוק פון א קעידש פון חיות, צו א סעפארי ווי די חיות גייען ארום פריי? די קעידש צוימט איין די חיה און ער האלט עס נישט אויס, אבער די סאפארי מיינט די חיה אז ער איז הפקר, אבער למעשה איז ער געצוימט, ווען מען מאכט א מעסיגע תקנה וואלט עס אסאך געצוימט, אבער יעצט גייט זיך יעדער אן עצה געבען, ווי אזוי שטייט ? אין אפרטרופוס לעריות, אינטערנעט איז נישט טעלעווישען, און עס וועט קיינמאל נישט אנקומען אין די דרגה, י

עס זיינען דא נער'ישע מענטשען וואס מיינען אז מען קען אלעס פאריכטען, רוב פראבלעמען האבען נישט קיין הונדרעט פראצענטיגע פיקס,י

אויך געהערט א מאל פון א גיטן חבר, רוב טעותים וואס מענטשען מאכען זיינען געגליכען צו א טיהר וואס עפנעט זיך דורך שלעפען און מען שטיפט מיטן גאנצען כח אדער פארקערט וד"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משכיל האט געשריבן:די עקסטרעמע מאכען אלעמאל דעם חורבן, אזוי ווי די גמ' זאגט [סנהדרין כט.] כל המוסיף גורע, ווען די רבנים וואלטן זיך צוזאמען געזעצט צו מאכן א תקנה וואס זאל זיין גלייך פאר איעדען וואלט עס געהאט א סאך א גרעסערע כח, קומען די וואס מיינען נאר צו ווייזן אז זיי זיינען די פרומסטע וואס דאס איז נאר צו מאכען אן אימפרעשען, און דורך זייערע שטיק שוואכן אפ די גאנצע זאך.

ווען מען זאל ארויסנעמען נאר פעיסבוק מיט פארן וואלט עס געווען א גרויסע תיקון וואס דער עולם וואלט זיך געבויגען צו דעם, אבער אז זיי גייען מיט א ווייסע ליסט וועט עס קיינער נישט עקסעפטן,י

when your trying to make an impression, thats the impression you make.


גערעכט.

די תקנות זענען משוגע שטרענג, און זייער נישט רעאליסטיש. וואס טראכטן זיי? אודאי גייט מען ווארפן קינדער רעכטס און לינקס, אדער גייען עלטערן זיך אויסבאהאלטן און זאגן ליגענט; אבער ווילאנג וועט עס העלפן? נייע כלים טאר מען נישט קויפן אן א היתר פונעם וועד? און טאמער איז דער "פורץ גדר" אן עושר וואס שטיצט די מוסדות, גייט מען אויך אומגיין בכל חומר הדין?

רבש"ע, קוק צו צו דיין פאלק, זיי ווילן נעבעך זיין גוט, און זיי ווייסן נישט וויאזוי. ביטע עפן אויף אונזערע אויגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

פארגעסט נישט אז רז"ל איז דא מורא'דיגער געווינער, ביז יעצט האט מען געפילט כאילו ער האט נישט קיין שום כח, און יעצט איז איהם אינטערגעקומען אזא גוטס ווי ער האט די פולע קאנטראל און עס מאכט איהם אויסזעהן ווי א מעכטיגער פירער,

ב.ד.וו. אסאך רבנים זיינען אין די זעלבע פאזישאן.י
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

געווינער?

סך הכל שטעלט ער זיך ארויס ווי א ארבעטער, ביז היינט האט מען נישט געהערט פון אים, און יעצט איז ער ארויף אויף די מאפע

געווינער וועט ער זיין ווען מען וועט זען אז די תקנות זענען ווירקזאם

לעת עתה גייט ער אזוי עקסטרעם, אז ס'איז דא שוואכע האפענונג אז די תקנות זאלן זיין ווירקזאם

*

דרך אגב, איך האב געלאכט די וואך פון א אנאנס וועגן די סאנסא קליפס, ווי זיי שרייבן מען דארף האבן מסירות נפש צוריקצוגיין צו סידי פלעיערס און טעיפ רעקארדער

ווארטס נאר, נאך אביסל וועט מען דארפן האבן מסירות נפש צוריקצוגיין צו די רעדעלעך, די וועלט טוישט זיך גאר שנעל
פארשפארט