שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
סקאטש טעיפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 23, 2014 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

שליחה דורך סקאטש טעיפ »

שלום עליכם

סקאטש טעיפ איז א גאסט אין שטיבעל, און דאס גייט זיין מיין ערשטע תגובה, און א וועג האב איך מיר נאר אריינגעסיינט וועגן דעם תגובה, אז איך וועל זעהן מיין שאלה וועט גוט ווערן פארענטפערט אפשר וועט מיר דאס געבן די געשמאק ווייטער צו בלייבן דא.

איז אזוי, איך הייב נאר לעצטנס אהן ארויסצוגיין פון מיין צמצומ'דיגער וויליאמסבורגער קאפ, און אין מיין מח דרייען זיך ארום פון איין זייט א ים פון נייע ידיעות און א נייע בליק אויף אלעס, און פון די אנדערע זייט איז דא פיל מחשבות וואס איך האב קשיות וואס דארף נאך ווערן פארענטפערט,

איינע פון די זאכן וואס אויף דעם באציהט זיך מיין אשכול איז אין עניני צניעות, אז איך בין געווען צוגעוואוינט אז שווארצע טייץ איז מער אן עקסטרעמע צניעות'דיגע וועג ווי פרויען גייען אנגעטון, געמיינט האב איך אז די מאה שערים'דיגע אדער די העלעבראנצעס גייען אזוי, משא''כ ווי ליכטיגע די טייץ איז, איז עס מער מאדערנע און אום צניעות'דיג, אזוי ווי איך האב אלס געקענט די דרשות פון רבין ז''ל בנוגע דורכזיכטיגע שטרימפ.

אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

אבער ביי מיר אין קאפ האט זיך נאר דעמאלס אנגעהויבן די צומישעניש, וואס גייט דא פאר צניעות'דיג עקסטרעם אדער פעשענבויל?

און אזוי גירבלען מיר שוין די מחשבות א שטיק צייט ווען איך באטראכט טאקע פרויען, און איך באמערק טאקע אז די בעסערע בארא פארקער פרויען גייען טאקע טונקעל פעך שווארצע טייץ פונקט אזוי ווי די פרומסטע פרוי און וויליאמסבורג, און נאר די אינצווישען פרום און מאדערן'דיגע חסידישע פרויען גייען ברוינע טייץ.

סא קען איינער מיר ערקלערן וואס דא קומט פאר?
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

דא און דא
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך וואלט זייער געוואלט פארענטפערן דיין גרויסע מבוכה, נאר וויבאלד אין דעם ענטפער איז תלוי צו וועסט בלייבען דא א גאסט אין שטיבל צו נישט כאפט מיר א ציטער בבחינת אוי לי מיוצרי אויב וועסטו בלייבן ואוי לי מיצרי אויב וועסטו נישט בלייבן (ויש אומרים להיפך).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, און דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

סקאטש טעיפ אויב דיין שאלה ווערט נישט פארענטפערט פליז געב אונז נאך איין טשאנס, ברענג אויף נאך א ברענעדיגע נושא, למשל צו מאט טישבעקיטשעס איז חסידיש, און צו מען מעג גיין די קנעפלעך אויף די גארטל א.א.וו.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די שאלה האט נישט עכט קיין קלארע תירוץ, ווייל עס איז ביידע, סיי פרום און סיי סטייליש,

פרום איז עס ווייל עס איז א טונקעלע קאליר, און יעדע טונקעלע קאליר איז צניעות'דיג און ציעט ווייניגער דעם אויג, משא"כ ליכטיגערע קאלירן. דאס שטייט שוין אין הלכה ערגעץ (כ'מיין אין איינע פון די נושאי כלים אין שו"ע).
מצד שני וועסטו נישט טרעפן קיין דיקע פאלם שטרימפ אין די גוי'אישע געשעפטן, און ס'רוב פון די היינטיגע בעידזש/ברוין קאלירן איז עקסקלוסיוו פאר היימישע ווייבלעך, און ממילא איז זייער סטייליש צו גיין מיט שווארצע טייץ, ונשי בארא פארק/פלעטבוש יוכיחו.

איכא דאמרי אז עס איז א נפק"מ צו מען נעמט דינערע צו דיקערע, אבער למעשה זעהט מען אז אפילו אסאך מאדערנע גייען דיקערע בפרט אום ווינטער.

אונטערשטע שורה מיין איך אז עס ווענדט זיך אין די איבריגע לבוש פון די פרוי, אויב גייט זי צניעות'דיג אלעס ארום, דאן טוט שווארצע שטרימפ קאמפלימענטירן און משלים זיין די צניעות'דיגע לבוש, משא"כ די נשים מיט לאנגע שייטלעך, שמאלע געפאסטע קליידער וואס ענדיגט זיך העכער די קניען און גייען מיט די הויכע שטעקל שיך נוצן די שווארצע טייץ צו קאמפלימענטירן די סטיילישע אוטפיט, וכדברי מאטי הנ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מר. סקאטש וועלקאם טו די שטיבל.

געפילטע האסט מיר גורם געווען א אויספלאץ. אבער זעהסט למשל איך באנוץ מיך בעיקר מיט ברוינע פעקינג טעיפ ,איך האב קיינמאל נישט אזוי אריינגעטראכט פארוואס עד שבא געפילטלינו וגילה לנו אז די דורכזיכטיגע איז נישט צניעותדיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די פרומע גייען מיט שווארצע טייץ מעולם, און די לעצטע 15 יאר איז די שווארצע טייץ ביי פענסי פרויען געווארן די סטייל. די פרומע זענען מיט די צונג אינדרויסן, זיי האקן אויף די לבוש פון די קאפ ביז 4 אינטשעס נאכן קני, נאכדעם איז כשר כעת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך מיין צניעות איז געווארען א פשוטע חק:

אויב די ווילסט דאס אנטוהן טאר מען נישט. פיריאד.

מעגסט נאר אנטוהן וואס איך הייס און די ווילסט נישט.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

א נייע דוגמא וואס מיין ווייב פארציילט מיר.

לעצטנס איז די סטייל אז יונגע מיידלעך טוען אן בעיזש טייטץ פאר חתונות.

האבן די סקולס אהיים געשיקט צעטלעך אז זיי טארן נישט.


איי! אמער! און א יאר צוויי גייסטו זיי זאגן אז נאר בעיזש איז צניעותדיק. דעמאלטס פארוואס מעגן זיי נישט זיין א דוחק את הקץ און זיין צניעותדיג יונגערהייט?

די תירוץ איז ווייל די ווילסט און דאס איז געווארען די סטייל ווערט א חק אז דאס איז פלוצלונג אויס צניעותדיג. תיקו.
You must be the change you want to see in the world
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שלום עליכם, מיסטער בראנפען קלעבאכטץ.

קיינער שרייבט נישט דא מיט א תנאי קודם למעשה.

קיינער (הערסט פינטל?) זוכט נישט קיין אטענשאן אדער אנערקענונג פאר'ן שרייבן. מען עפרישיעיט ווען מען באקומט עס.

מיר זענען דא ווייל מיר ענדזויען די קאמפעני, טעיק איט אר ליוו עט.
(- - -)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

פישל'ע איך ציטער אז ער וועט גיין, מיר וועלן בלייבן אנע סקאטש טעיפ און אן מנשה קענסט דיך פארשטעלן ווי אומעטיג עס וועט זיין דא?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שווארצע זאקן שבת, חניוקיש אדער פעשענבול

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

אמאל זענען נאר 250 פונטיגע גראבע רעבישע אייניקלעך וואס טוישען די זאקן איימאל א חודש געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ווידער היינט זעהט מען אלע סטייל בחורים גיין שווארצע זאקן.
אין באבוב גיין רוב בחורים לעטצענץ מיט שווארצע זאקן (דאס מיינט מיט מאט חאלאטלעך אין שיינע גלעזער)

אקיצור כ'מיין אז די זעלבע תירוץ אויפן טייץ קען חל זיין אויפן זאקן.
איין נפק"מ צווישען מיר מיט סקאטש טעיפ. איך סטראשה נישט צו אנטלויפן, איך בלייב דא א תושב אפי טאמער ס'ווערט נישט פארענטפערט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איז ער נאך בכלל דאהי דער סקאטש?? ער האט דערווייל נישט צוריקגעענטפערט אויף קיין איין תגובה, ניטאמאל א לייק געגעבן און מיר זענען פארנומען אז ער זאל אונז נישט איבערלאזן, ער איז שוין לאאאאנג נישט דא!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג

לאמיר זאגן אז נישט. טאטי גייט שוין נעמען די נעקסטע פלעין קיין ירושלים און גוט אנשרייען די שוועסטער. אוי. ס'איז דא א פראבלעים. נאר די טמא'נע מדינת ישראל עירליין אל-על האט א פלעין. די כשר'ע און וואוילע דייטשע עירליין לופטהאנזא האט ערשט דאנערשטיג. יא. הערר ראבינער....דער הייליגער ברך משה זכותו יגן עלינו האט אייביג מקפיד געווען נאר צו פארן מיט לופטהאנזא... :? :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היינטיג טאג חסיד'יזים איז דעפענירט לויט וועלכע קאליר dye מ'האט געווייקט א קלייד, ביפאר מ'האט עס געשניטן אויף א געוויסע וועג. דיינע חברים, דיין חסידות, דיין שידוך, מחותנים, ווי די וואוינסט, הכל בכל איז דעפענירט לויט דעם וויכטיגן כלל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.

לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.

אויב די רעבעצין קלו--- פון מאנסי מאכט אפ די סטענדערדס, איז עס זייער לאגיש...וק"ל, וד"ל, ודפח"ח, ואכמ"ל, וצ"ע,ונ"ע. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?

וואס איז דווקא שבת?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.

אויף דעים איז אויכעט דא אן עצה. (ב"ה). מ'זאל לייגן א ווייסע סיעם אויף שווארצע טייטס. מ'דארף מעורר זיין אז די התאחדות הרבנים (זיי האבן שוין כמעט געענדיגט דן צו זיין איבער די קברים אין בית שמש. מ'ווארט נאך פאר הרה"צ ר' דוד שמידל שליט"א.) זאל דאס אויפברענגען אין זייער נעקסטע מיטינג. הרב איצא שייגעץ שליט"א איז שטארק פארנומען איצט אין די ערב פסח טעיג. תיכף נאך יו"ט אי"ה, גלייך נאך שחרית און אשר יצר, וועט ער אנהייבן ארבעטן אויף ארגאניזירן די נעקסטע נסיעה מיט געדונגענע אויטאבוסן קיין וואשינגטאן. ס'הייסט אז בנימין נתניהו קומט באזוכן אבאמא. מ'דארף דאך ווייזן אז לא אלמן ישראל (נישט ח"ו מדינת ישראל.). איינער מוז דאך ארויסגיין שרייען "פוי" ביים ווייסן הויז... :? 8-) :roll: :twisted: :lol: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o :shock:
פארשפארט