גענומען פון "אייוועלט פאוסט"
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22182
אין א פארשטיפטע בונקער ערגעץ טיף אינמיטן מאלעזיע זיצן א גרופע טעראריסטן און פלאנירן א מאסיווע טעראר אקציע, אזאנס וואס די וועלט האט נאך ביז היינט נישט געזען. פלענער פון פארכאפן א פליגער און אראפקראכן דערמיט איז שוין אויסגעדראשן און ניצלאז. פארכאפן א פליגער און עס אריין פירן אין בנינים איז אויך שוין נישט קיין חידוש. ס'איז צייט אויפצוקומען מיט עפעס פריש. "פארכאפן א פליגער און נעמען די מענטשען פאר משכונות!" אטא דאס האט די וועלט נאכנישט געזען און דאס וועלן מיר טון. אבער וויאזוי פירט מען אויס אזא פלאן? האבן אלע געפרעגט צוזאמען. "נישט געזארגט, ווי יעדער ווייסט איז דא מיליאנע גע'גנב'טע פאספארטן וואס די רעגירונג ווייסט דערפון אבער זיי טוען גארנישט דערצו. לאמיר אנפאנגען ביי דעם אז מ'גייט ארויף שווערצן צוויי פון אונזערע חברה אויף א פליגער זיי וועלן טראגן מיט זיך קליינע דיווייסעס וואס דזשעמען די ראדיאו סיגנאלן פון אלעס ארום. איינמאל מ'האט קאנטראל אויף די ראדיאו סיגנאלן קען מען הייסן די פילאטן טראגן די פליגער וואו מיר ווילן און זיי וועלן נישט האבן די אפציע פון לאזן וויסן פאר די קאנטראלערס אז זיי זענען פארכאפט. אזוי אויך וועט די פליגער נישט האבן די מעגליכקייט פון ארויסשיקן סיגנאלן צו לאזן וויסן וואו עס פארט. איינמאל מיר האבן דאס איז די פליגער אונזערס און מיר קענען טון דערמיט וואס אונזער הארץ באגערט. די וועלט וועט זיך ברעכן קאפ צו דערגיין וואס דא איז געשען און זיי וועלן טאפן א וואנט."
יעדער אין בונקער האט צוגעשטימט צום פלאן און מ'האט איינגעטיילט די ארבעט פאר יעדן. איינער איז געגאנגען איינקויפן די דיווייס, א צווייטע גרופע איז געגאנגען איינקויפן די רענצלעך און אלעס וואס מ'דארף האבן פאר די רייזע. 'טרעי' און 'וויקטאר' זענען געגאנגען איינקויפן די שמיראכץ וואס זיי דארפן האבן צו טוישן זייער פנים צו די פנים וואס די פאספארט וואס זיי גייען טראגן האט. זיי גייען זיין די צוויי וואס גייען אויספירן די שליחות און 'פארכאפן די ערעפלאן'
--
די קומענדיגע טאג איז זיך יעדער ווידער צוזאמגעקומען אינעם בונקער און מ'איז איבערגעגאנגען וואס מ'דארף נאך און וואס מ'האט שוין. ארויסגעשטעלט האט זיך אז די אקציע איז סך גרינגער ווי מ'האט געמיינט אנפאנג.. "ס'איז צייט אפצומאכן א דעיט און לאמיר גיין.. אללא אכככבבאאר..." די טאג איז באשטימט געווארן אויף מארץ דעם ערשטן אויף פלייט MH370. טרעי און וויקטאר האבן זיך אנגעצייכנט דעם טאג און זיך געגאנגען באשטעלן טיקעטס מיט קעש.
--
שבת קודש מארץ דעם ערשטן.
א לאנגע רייע שטייט אין די עירעפארט סעקיורעטי ליין און ווארט זיך אויסצוטשעקן צו קענען בארדן דעם פליגער. יעדער שטייט רואיג און מיט א שמייכל. די מאלעזיע סעקיורעטי קוקן דורך יעדנס פאספארט און קוקן אריין אין די פעקלעך זיכער מאכן אז מ'טראגט נישט ארויף קיין פארבאטענע זאכן אויפן פליגער. וויקטאר און טרעי פראבירן זיך צו האלטן דאס מערסטע רואיג וואס נאר מעגליך. זיי זענען אינגע איראנע סטודענטן וואס האבן נישט לאנג צוריק זיך אנגעשלאסן אין די 'אלל אכטאף' טעראר נעץ. זיי זענען דורך די זעקס חדשים טרענירונג און נישט לאנג צוריק גראדואירט. זיי האבן נישט גע'חלום'ט אז זיי גייען אזוי שנעל באקומען זייער מיסיע. פון איין זייט זענען זיי געווען זייער צופרידן צו זיין די וואס זענען אויסגעקליבן געווארן צו טון די הייליגע מיסיע. פון די אנדערע זייט האבן זיי אבער געוואוסט אז זיי האבן מינימאלע ערפארונג און וואס זיי גייען דא טון. מ'איז טאקע איבער געגאנגען מיט זיי יעדע דעטאל, אבער דאך האבן זיי זיך געשפירט אזוי אומרייף.
אנקומענדיג צו די געיט האט די וועכטער זיי באטראכט אן קיין איבריגע חשד און נאכן דורך גיין די סקרינינג האבן זיי זיך געשטעלט מיט יעדן און געווארט צו בארדן. יעדע צוויי מינוט האבן זיי זיך געטאפט די טאשן זיכער מאכן אז זיי האבן מיט זיך די 'דזשעימינג דיווייסעס' און מיט א בלינק מיט די אויג האבן ביידע באשטעטיגט איינער פארן צווייטן אז די מיסיע איז א גאו!
שטאטערהייט האט זיך יעדער ארויפגעשלייכט אויפן פליגער און זיך געזעצט ביי זייערע זיצן. טרעי און וויקטאר זענען נישט געזעצן איינער נעבן דעם אנדערן ווייל אזוי וועט די אקציע זיין א גרעסערע סוקסעס.
די פילאט האט יעדן שיין באגריסט, די פלייט אטענדענס האבן איבערגעגעבן די זיכערהייט מעסעדזש און מיט א שמייכל האט יעדער זיך געגרייט צו א רואיגע רייזע.
די רגע וואס די פליגער האט זיך גענומען פארן אויפן ראן-וועי האבן צוויי מענטשען געגעבן א דרוק אויף זייער זייגער און איינגעשטעלט די טיימער..
טרעי און וויקטאר האבן זיך ביידע איינגעבינדן מיט די זיכערהייט פאסיקעס און די פליגער האט זיך געהויבן.
--
צוריק צו די בונקער אין מאלעזיע.
יעדער איז געזעצן ארום די קאנפרענס טיש און געווארט מיט אנגסט צו זען די פליגער זיך הייבן. א לייכטע אפאטאם האט זיך ארויסגעלאזט ווען די קאמפיוטער האט געוויזן אז פלייט MH370 האט זיך געהויבן. דאס מיינט אז די פלאן גייט פאראויס.
"חברה, ס'איז צייט מיר זאלן טון אונזער חלק. לאמיר זיך אלע ארויסלאזן צו אונזער דעסטענאציע די שנעלסטע וואס מעגליך. אבער געדענקט! באזונדערע טיקעטס, באזונדערע קארס, אלעס באזונדער. קיינער טאר אונז נישט זען זיך דרייען צוזאמען אין פאבליק"
קוים וואס מ'האט געהערט וואס די פירער האט אויסגערופן. יעדער איז געווען פארנומען זיך צו פאקן פעק און זיך גרייטן צו די נסיעה.
שטאטערהייט האבן זיי זיך ארויסגעשלייכט פונעם בונקער איינער נאכן צווייטן מיט א קורצע צייט אפשניט פון צוויי מינוט. יעדער האט גענומען א באזונדערע טעקסי און צו א צווייטע חלק פונעם לאנד..
--
צוריק צו פלייט MH370.
די זייגער האט זיך שטאט גערוקט פאראויס און די טיימער האט געוויזן אז ביז דריי מינוט וועט ער ענדיגן זיין קאונט דאון. ווי רואיג טרעי און וויקטאר האבן פראבירט צו שפילן איז יעצט ווען ס'איז געקומען למעשה אויסצופירן די פלאן האבן זיי פיין געשוויצט..
די טאקט פון די זייגער האבן מיטגעקלאפט מיט די טאקט פון זייער הארץ און ווען די זייגער האט געוויזן אז ס'איז דא נאך צען סקונדען צו גיין האט זיך טרעי אויפגעשטעלט פון זיין זיץ און שנעל געפרעפעלט א געבעט.
ער האט אריין געלייגט די האנט אין טאש און אנגעצינדן זיין דזשעמער...
די פילאט און די קא-פילאט האבן רואיגערהייט פארברענגט אין א געשמאקע שמועס. יעדער אויפן פליגער האט פיין פארברענגט נישט וואוסענדיג וואס די נעקסטע מינוטן גייט זיי ברענגען. טרעי איז צוגעגאנגען צו איינע פון די סטוערדס און אים איבערגעגעבן א צעטל אין האנט. די צעטל איז שוין געווען אפגעשריבן פון נעכטן און האט זיך געליינט ווי פאלגאנד "אין נאמען פון אללא איז די פליגער יעצט פארכאפט און אינטער די קאנטראל פון די "אלל אכטאף". אבער נישט ווי אונזערע ברודער וואס האבן פארכאפט פליגערס און דערמיט געשעדיגט די גלויביגע און די נישט גלויביגע. מיר וועלן קיינעם נישט שעדיגן אויב גייט איר פאלגן יעדעס ווארט וואס איך וועל דיר הייסן. כדי דו זאלסט נישט טראכטן אפילו פון טון עפעס קעגן מיין ווילן וויל איך דיר לאזן וויסן אז די פליגער פארמאגט מער ווי איין "אלל אכטאף" מיטגליד. וויפיל פון אונז דא איז דא איז דיר נישט נוגע. און יא, נאך איין זאך, פראביר נישט צו רופן פאר הילף אדער סיי וואס ווייל עס גייט דיר נישט גיין. דיינע קאנעקשענס זענען אפגעהאקט פון די וועלט דו קענסט קיינעם נישט רופן און קיינער קען דיך מער נישט זען. דו ביסט אראפ פונעם רעדאר און אפיציעל ביסטו נעלם געווארן פונעם ערד קוגל. די אפציעס ליגט יעצט אין דיינע הענט. ווילסטו זיין א הירא און ווייזן אז דו בייגסט דיך נישט פאר אונז? גוט פאר דיר אבער דאן וועט דאס זיין דיין לעצטע טאג אויף דעם וועלט און מיר וועלן אלע אינאיינעם שטארבן ווי מארטירער. אויב ווילסטו יא בלייבן ביים לעבן פאלג וואס איך הייס און שיק צוריק מיטן סטוערד א צעטל אז דו ביסט גרייט מיטצוארבעטן מיט מיר."
די סטוערד האט געקוקט אויף טרעי נישט וואוסענדיג וואס ער וויל פון אים מיט דעם צעטל. "גיי גיב דאס פארן פילאט אין די האנט, ס'איז א וויכטיגע מעסעדזש וואס איך האב אים צו זאגן. גיי שנעל ווייל ס'איז אים זייער וויכטיג"
א קלאפ אויפן פילאט'ס טיר האט געצויגן זיין אויפמערקזאמקייט. "ווער איז דארט?" האט ער געפרעגט מיט א קענטיגן ווינדער "איך האב א צעטל מיט א מעסדזש פאר דיר פון איינע פון די פאסאנזשירן. ער זאגט אז ס'איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט עס ליינען ווי שנעלער". די פילאט עפנט די טיר און נעמט איבער די פאפיר. מיט יעדע שורה וואס ער ליינט ווערט ער בלאסער און בלאסער... מיט צוטערדיגע הענט גיט ער עס איבער פארן קא-פילאט צו ליינען.
"בלייב אינדערויסן א מינוט, ווארט דא ביי די טיר פאר צוויי מינוט" האט די פילאט געזאגט פארן סטוערד און ער האט פארשלאסן זיין טיר אונטער זיך. "וואס טוען מיר דא?" האט די פילאט געפרעגט דעם קא-פילאט אינגאנצן דערציטערט. "ער ווייסט וואס ער רעדט? מיר זענען טאקע אפגעהאקט פון די וועלט? איז דען אפילו דא אזא זאך? איך מיין מ'רעדט דא פון א וואנזיניגער און מיר דארפן זיך נישט צו טון מאכן פון אים." די פילאט האט געוואלט פאר א מינוט אפאטעמען און טאקע קלערן אז מ'רעדט דא פון א צורידערטע פארשוין. אבער ווען ער האט פראבירט זיך צו קאנעקטן צו די קאנטראלער איז אים שווארץ געווארן. ער האט באקומען אן ערראר אז די קאנעקציע איז נישט דורך... ער האט פראבירט א צווייטע וועג.. אויך נישט געגאנגען.. די פאניק קנעפל... אויך נישט...
אלעס איז אפגעהאקט..
איינמאל די פילאט האט איינגעזען אז גארנישט ארבעט נישט און ער האט סייווי נישט קיין צווייטע ברירה האט ער צוריק געשיקט א צעטל מיטן סטוערד "מיר וועלן זיך צושטעלן צו אלעס וואס ענק פארלאנגען. אבער ביטע טוט נישט קיין ווילדע זאכן און טוט קיינעם נישט וויי. קומט ארויף דא צום פארענט פונעם פליגער אז מיר זאלן קענען רעדן נארמאל און פארהאנדלן וואס אייערע פארלאנגען זענען."
די סטוערד האט איבער גענומען די פאפיר און עס צוריק געטראגן צו טרעי. טרעי האט שענעלערהייט אפגעליינט וואס די פילאט האט אים געשריבן ער האט נישט ערווארטעט קיין צוווייטע תירוץ סייווי. וויקטאר האט אלעס מיטגעהאלטן מיט די זייט פון זיין אויג. ווען ער האט געזען אז טרעי שטעלט זיך אויף און וואקט מיט מיטן סטוערד צום קאקפיט האט ער פארשטאנען אז די פילאט'ס ענטפער איז געווען פאזיטיוו און טרעי האט פולשטענדיג קאנטראל אויפן פליגער.
--
צוריק צו די חברה אין מאלעזיע.
נאכדעם וואס יעדער איז זיך צופארן צו א צווייטע דעסטענאציע האבן אלע פון זיי געהאט איין ציל און דאס איז אנצוקומען צו די "ענדעמען אינזלען" דארט אין איינע פון די פארשטיפטע אינזלען האבן זיי אנגעגרייט א לאנדונג פלאץ פארן פליגער און א פלאן וויאזוי צו האנדלען מיט די פליגער און די פאסאנזשירן. די גרופע וואס איז באשטאנען פון פיפצן מענער האבן אלע געטראגן מאפעס מיט זיך וואוסענדיג אז אנצוקומען אהין איז נישט גרינג און זיי וועלן מוזן דינגען שיפן אדער אנדערע טראנספארטאציע מיטלן אנצוקומען אהין גענוג שנעל.
די פירער פון די גרופע איז יא געבליבן זיצן אין בונקער צו פירן די אקציע פון זיין פלאץ. ער האט געווארט צו הערן פון וויקטאר אז אלעס פארט ווי געפלאנט.
--
צוריק צו די פליגער
וויקטאר האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש צו זיין באס "V" וואס דאס איז די וויקטארי סימבאל אנצוגעבן אז די ערעפלאן איז שוין פארכאפט און זיי גייען יעצט מאכן די לעצטע מענאווערס וואס פעלט זיך אויס נעלם צו ווערן פון אלע רעדארן און דערנאך גייען זיי פארן צו זייער דעסטענאציע.
טרעי איז ארויף צום קאקפיט און קאלטערהייט אריין געקוקט אינעם פילאט'ס אויגן און געזאגט "מיר זענען נישטא צו ווילדעווען און וויי טון מענטשען. מיר האבן א מיסיע וואס מיר ווילן אויספירן און אויב קען דאס דורך גיין אן קיין אינצידענטן איז זיכער בעסער פאר אונז. אבער מיר האבן גרייט א צווייטע פלאן אויב גייט דאס נישט ארבעטן. אלזא, פראביר נישט צו זיין קיין חכם פאלג וואס איך הייס דיר און אלעס וועט זיין גוט"
די פילאט איז נישט געווען קיין נאר ער האט געוואוסט אז דאס איז א געהעריגע היידזשעקינג און פון וויפיל ער האט געוואוסט האט זיך קיין איין היידזשעקינג נישט גוט געענדיגט. די פילאט האט געוואוסט וואס עס מיינט צו פירן אזא פליגער גראד אריין אין די הענט פון היידזשעקערס און וואס זיי קענען טון מיט אזא פליגער. די פילאט האט געקלערט אז ער וועט מיטשפילן ווי לאנג ער קען און האפענטליך ערגעץ שפעטער וועט ער טרעפן א וועג ארויס וויאזוי איינצומעלדן פאר די אינסטאנצן אז ער איז נישט אין קאנטראל פונעם פליגער און איינער דרייווט אים.
"איך וועל פאלגן וואס דו וועסט מיר הייסן, זאג מיר נאר וואס די פלאן איז, אזוי וועל איך קענען אויסשטעלן מיין ראוט"
"דו דארפסט נישט וויסן קיין פלענער, פאלג נאר וואס איך הייס דיר!" "זאל איך לאזן וויסן פאר די פאסאנזשירן וואס דא גייט פאר אדער זאל איך נישט רעדן דערפון?" "זיכער נישט! רעד נישט קיין איבריג ווארט.
לאז אראפ דעם פליגער צו די נידריגסטע שטאפלן וואס מעגליך, אזוי וועלן מיר פארלוירן ווערן פון די רעדאר. פאר אויף דעם נידריגקייט פאר צוואנציג מינוט בערך און דערנאך מאך א שארפע לינקס און האלט דיך לינקס ווי לאנג איך הייס. לאז אויך אראפ דיין ספיד"
מיטן נישט זאגן פאר די פאסאנזשירן אז מ'טוישט ריכטונג איז וויקטאר באגאנגען א טראגישן פעלער.
---
די פירער אין בונקער האט באקומען די מעסעדזש און א שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין געזיכט. ער האט ארויסגעשיקט א מעסדזש צו זיינע חברה "דערווייל פאר אלעס ווי געפלאנט, די פליגער איז שוין אונטער אונזער קאנטראל. לויטן פלאן גייט די פליגער זיין ביי איר דעסטענאציע אין אפאר שעה ארום. מאכט אלע זיכער דארט צו זיין אין צייט און ווארטס אפ דעם פליגער. ווען איר זענט דארט לאזט מיך וויסן.
ווען די פירער האט געענדיגט מעלדן פאר יעדן אז די פליגער איז שוין פארכאפט און אונטער זייער קאנטראל האט ער אויפגעהויבן זיין פאון און גערופן די הויפט קוואטיר "דא רעדט די קעפטאן. איך וויל דא איבערגעבן די גוטע נייעס אז די פליגער איז אין גוטע הענט מיר האבן פולשטענדיג קאנטראל דעראויף און מיר האפן אז אלעס וועט פארן אזויווי די פלאן. איך האף אז די צווייטע טיעם איז גרייט אויפצונעמען די פליגער און יעדער איז אין פאזיציע. מיין גרופ איז אויפן וועג אהין ארויסצוהעלפן מיט וואס עס פעלט זיך אויס אבער זיי וועלן הערשט אנקומען אביסל שפעטער" "זארג נישט" איז געקומען די ענטפער פון די הויפט קוואטיר אפיס. "מיר זענען פולשטענדיג גרייט. עס איז נאכנישט די צייט צו פייערן זיג ווי לאנג די פליגער לאנדט נישט זיכערערהייט. גיי ווייטער מיט די פלאן און מיט אללא'ס הילף וועט אלעס גיין געשמירט"
"צום באפעל"
נאכן אראפלייגן די פאון מיט זיי האט ער זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו רופן איינעם... א טעקסט איז ארויס פון זיין פאון צו זיין מענטש אין די 'טרעפיק קאנטראל' דיפארטמענט. "די פליגער איז אין גוטע הענט, טו וואס דו האסט צו טון צו פארווישן די שפירן ווי אפגעשמועסט. לאז וויסן ווען זאכן זענען פארטיג"
די ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען "איך האלט אן אויג אויפן פליגער, איינמאל די פילאט גייט לאזן וויסן אז ער פארלאזט די מאלעזיע טערעטאריע גיי איך פארווישן זיינע שפירן. איך וועל אייך האלטן אינפארמירט ווען דאס געשעהט"
מיט א שמייכל האט די פירער אפגעליינט דעם ענטפער און זיך ערלויבט אויסצוציען אויף זיין בענקל ביז די ווייטערדיגע אפדעיטס קומען אריין.
--
צוריק צום פליגער.
"לייג אריין א נייע דעסטענאציע אינעם דזשי פי עס. מיר פארן נישט קיין כינע!"
די פילאט האט אנגעקוקט וויקטאר מיט גרויסע אויגן "זענט איר פון זינען אראפ? דו מיינסט אז מ'קען פירן א פליגער אזוי וואו מ'וויל? אויב טויש איך מיין ראוט גייט מיך די רעדאר אויפכאפן ביז געציילטע מינוטן און עס גייט נישט נעמען לאנג ביז איינע פון די לענדער גייען ארויסשיקן קאמפס ערעפלאנען קעגן אונז. איך קען דאס נישט טון"
"זארג נישט! פאלג וואס איך הייס דיר! דיין פליגער איז סייווי אפגעהאקט פון קאמיונעקירן מיט די דרויסענדיגע וועלט. און וועגן די דרויסענדיגע ראדארן זארג דיך נישט איך ווייס וואס איך רעד!" די פילאט איז געווארן ממש פארפרוירן, ער האט גוט געקענט די סיסטעם און ער האט געוואוסט אז יעדע לאנד האט רעדארן וואס איז נישט מעגליך אויסצושפילן און אויב גייען זיי אויפכאפן איינעם אין די לופט און יענער גייט זיך נישט אידענטעפיצירן גייט ער ווערן אראפגעשאסן אן קיין קלער. אבער קיין צוויי אפציעס האט ער נישט געהאט. ער האט געפאלגט וואס מ'האט אים געהייסן. טיף אין הארץ האט ער געוויסט אז די שאנסן אז ער זאל ארויסקומען פון דעם פלאנטער לעבעדיג איז נענטער צו נול. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אזאנע אומערפארענע היידזשעקערס וואס ווייסן נישט וואס א פליגער מיינט. ווער רעדט נאך ווען א פליגער דרייט זיך אין די לופט און ער אידענטעפיצירט זיך נישט. אבער, -האט די פילאט געקלערט צו זיך- ווי לאנג איך לעב גיב איך נישט אויף האפענונג אז איך וועל אפשר האבן די שאנס איינצומעלדן און אפשר ראטעווען די מצב.
ווען די פליגער האט געהאלטן ממש פארן ארויספליען פונעם מאלעזיע האט וויקטאר אויסגעלאשן די 'דזשעמער דיווייס' און געהייסן די פילאט איינמעלדן פאר די טרעפיק קאנטראלער אז ער פארלאזט מאלזיע. די קא-פילאט האט געפאלגט און געלאזט פאלן די לעצטע ווערטער פארן טרעפיק קאנטראלער "אלל רייט גוד נייט". תיקף דערנאך האט וויקטאר צוריק אקטיוועזירט די 'דזשעמינג דיווייס' אז מער זאל גארנישט ארויסגיין פונעם פליגער און פון יעצט און ווייטער איז זאל די פליגער פליען באהאלטן.
--
די פאסאנזשירן אויפן פליגער האבן גארנישט מיטגעהאלטן זיי האבן רואיג פארברענגט און געוואוסט אז דערווייל פארט אלעס ווי אויפן סקעדזשול און אביסל נאך זעקסע גייט די פליגער לאנדן אין בעידזשינג כינע. טייל האבן געקלאצט אויפן מאפע, רוב האבן געדרימעלט, אנדערע האבן פארברענגט מיטן ליינען אדער צוגעטשעפעט צו זייער אייפעד.
ווען די פליגער האט זיך געגעבן א שארפע דריי אויף לינקס אוועק פונעם ראוט וואס ער האט געברויכט גיין האבן געוויסע פאסאנזשירן געעפנט די אויגן קוקן וואס עס גייט פאר. קודם האבן זיי געקלערט אז דאס איז נאר א מענאווער פונעם פילאט אויסצומיידן א טורבעלענס. אבער ווען די פליגער האט אנגעהאלטן צו פליען די פארקערטע ריכטונג האבן געציילטע פאסאנזשירן זיך גענומען ארום קוקן זען וואס עס גייט פאר.
"וואו פארט מען?" האט איין פאסאנזשיר געפרעגט פון א סטוערד וואס איז געשטאנען אין די זייט. "וואס הייסט וואו, קיין כינע" "יא, אבער פארוואס האט די פליגער זיך אוועק געדרייט פונעם ראוט? אויב פארט מען צו כינע דארף מען פארן ווייטער גראד נישט זיך דרייען. יעצט זעהט אויס ווי די פליגער פארט צוריק צו מאלעזיע." די סטוערד האט א קוק געטון אויף די מאפע און זיך אויך גענומען ווינדערן הויעך. "איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, ס'איז טאקע אינטערעסאנט. איך גיי אנפרעגן אין די פראנט און איך וועל דיך לאזן וויסן."
--
"די פליגער האט געלאזט וויסן אז ער האט פארלאזט מאלעזיע, איך האב קאנטראל אויף זיין ראוט און די אינפארמאציע איז פארמעקט"
די פירער האט געליינט די מעסעזש און א צופרידענע שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין פנים.
ווען די סטוערד איז ארויף צום קאק-פיט קוקן וואס דארט גייט פאר האט זיך אנטפלעקט פאר איר אן אינטערעסאנטע בילד. די קאק-פיט איז געווען פארשפארט, זי האט איידעלערהייט געקלאפט אויפן טיר און געגעבן איר נאמען. "די פאסאנזשירן אויפן פליגער ווילן וויסן פארוואס די פליגער האט זיך אראפגעדרייט פונעם וועג. געווענליך הערט מען פונעם פילאט אויב איז דא סיי וואספארא עמערדזשענסי סיטואציע און מ'דארף זיך אוועק דרייען. אבער דא האט מען זיי גארנישט געלאזט וויסן און זיי ווינדערן זיך דעראויף." קיין ענטפער איז נישט געקומען.... די סטוערד האט נאכאמאל געקלאפט און איבער געפרעגט איר פראגע אין א העכערע טאן. די פילאט האט זיך אויסגעדרייט צו טרעי און אים אריין געקוקט אין די אויגן ווי צו זאגן 'זיי מוחל און זאג מיר וויאזוי צו האנדלן דא ווייטער' אבער טרעי האט קלאטבלוטיג צוריק געקוקט און גארנישט געענטפערט.
די סטוערד האט געווארט נאך אפאר סקונדעס און נאך צוויי מאל פראבירן האט זי אוועק שפאצירט פון דארט אן קיין ענטפער. ווען זי איז צוריק געקומען צו די פאסאנזשירן האט זי געטראפן אז די געזעמל איז גרעסער געווארן און יעדער ווארט צו הערן פון איר וואס די פילאט זאגט אבער זי האט נישט געהאט וואס איבער צו געבן "איך ווייס נישט די סיבה. די פילאט ענטפערט נישט מיין שאלה...." א רויטע לייט האט זיך אנגעצינדן ביי יעדן אין מוח.. "וואס הייסט ער ענטפערט נישט?" האט א דיקליכער פיפציג יעריגער זיך גענומען רעדן הויעך. "וואו גייט די פליגער? מיר זענען בכלל נישט אין ראוט וואו מיר דארפן צו זיין.. די פילאט זאל בעסער געבן א געהעריגע סיבה" זיין רעדן הויעך האט צוגעשלעפט צו זיך נאך מענטשען וואס זענען ביז יעצט געזעצן רואיג. ס'איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און יעדער אויפן פליגער איז געשטאנען אנגעצויגען און גערעדט "עפעס ערענסט גייט דא פאר.. די פליגער פארט נישט וואו עס דארף און מ'הערט נישט פונעם פילאט גארנישט"... די געמיטער זענען געווארן מער און מער היציג....
די סטוערד האט זיך אויפגעשטעלט און זיך גענומען שרייען הויעך. "יעדער זאל זיך ביטע צוריק זעצן. איך גיי נאכאמאל גיין צום פילאט און פרעגן וואס עס גייט פאר. אבער ביטע זיך האלטן רואיג"
די סטוערד האט ווידעראמאל פראבירט צו רופן די פילאט און איבערפרעגן די זעלבע שאלה. אבער קיין ענטפער איז נישט געקומען... "אויב גיי איך צוריק אן קיין ענטפער גייט די פליגער גיין כאדאראם! אלע פאסאנזשירן ווארטן אויף מיין ענטפער. איך קען נישט צוריק גיין צו זיי מיט ליידיגע הענט" די פילאט האט מורא געהאט ארויסצוזאגן א ווארט פון מויל כדי נישט אויפצורעגן טערי. טרעי האט געהערט וואס עס טוט זיך און ער האט זיך געכאפט אז ער איז באגאנגען א געפערליכע טעות מיטן נישט לאזן די פילאט מעלדן אז מ'מאכט א טויש אינעם ראוט. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט..
"זאג זיי אז דו האטס א מעכענישע פארבלעם און דו גייסט דארפן מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג.. גיב זיי סיי וואס, וואס זאל זיי מאכן דיך גלייבן אז זיי זאלן זיך בארואיגן" האט טרעי באפוילן דעם פילאט. די פילאט האט נישט געהאט קיין ברירה און אויסגערופן אויף די הויעך הילכער פונעם פליגער אז יעדער זאל זיך אראפזעצן און זיך צובינדן ווייל די פליגער האט מעכענישע פראבלעם און מ'גייט דארפן מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג.
א שרעק איז באפאלן די פאסאנזשירן ווען זיי האבן געהערט דעם אויסרוף. די קיפקעס האבן זיך צושפרייט און יעדער איז געלאפן זיך אראפ זעצן.. א פחד האט יעדן ארום גענומען... יעדער איז געזעצן שטיל אויף זייער פלאץ און זיך גערישט אויפן ארגסטן..
וויקטאר איז אויך געזעצן צווישן די פאסאנזשירן און קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז א חלק פונעם פארכאפונג. ווען ער האט געזען אז יעדער זעצט זיך צוריק אראפ האט ער זיך בארואיגט..
אבער די פאלשע מעסעדזש פונעם פילאט האט נישט געהאלפן פאר זייער לאנג. נאך א שטיק צייט זיצן האבן עטליכע אויפגעכאפט אז טרעי'ס זיץ איז שוין ליידיג פאר א לאנגע צייט. "איז נישט איינער דא געזעצן פריער?" האט זיך א שכן אנגערופן צום צווייטן. "ער איז שוין נישטא א לאנגע צייט. איך האב אים געזען רעדן פריער צום סטוערד און דערנאך איז ער נעלם געווארן. וואו איז ער? ווייסט ער נישט אז ווען די פילאט רופט אויס אז ס'איז אן עמערדזשענסי דארף זיך יעדער אראפזעצן און צובינדן?" אפאר שכנים האבן טאקע געהויבן זייער אויגן ברעמען מיט ווינדער וואו ער געפינט זיך. "לאמיר פרעגן די סטוערד וואס ער האט גערעדט צו איר.. אפשר האט דאס מיט די עמערדזשענסי לאנדונג...??" א פאסאנזשיר האט צוגערופן די סטוערד און איר געפרעגט וואס די רעדע איז געווען מיט די מענטש וואס זינט זיי האבן גערעדט איז ער מער נישטא.
"ער האט מיר איבערגעגעבן א צעטל וואס איך זאל איבערגעבן פארן פילאט...." און דערנאך איז ער ארויף רעדן מיט די פילאט.. " "וואס????" האבן די שכנים זיך גענומען שרייען הויעך. "הייסט אז דער וואס איז דא געזעצן איז יעצט אינעם קאק-פיט.... דאס האט נאר איין באדייט.... די פליגער איז פארכאפט...."
א געשריי האט זיך געהערט... "מיר זענען פארכאפט!!! די פליגער האט נישט קיין שום מעכענישע פראבלעם. מיר זענען פשוט פארכאפט.... די פילאט איז פארכאפט!! די פליגער איז געהיידזשעקט..."
אוי מיי גאד.... געוויינעריי און זיפצעריי האט זיך געהערט איבעראל... קינדער האבן זיך גענומען וויינען... עלטערע האבן זיך גענומען זיפצן... די אינגערע זענען אריין אין א ווילדע כעס "מיר גייען ארויף צום קאק-פיט.. מיר גייען זיך נישט לאזן הארגענען ווי שאף צו די שחיטה... לאמיר אלע ארויפגיין שטורעמען די קאק-פיט און זען צו מ'קען ראטעווען די פילאט... אנדערע פאסאנזשירן האבן אנגעצינדן זייערע טעלעפאון'ס און פראבירט צו רופן הילף אבער אן קיין ערפאלג..
פינעף זעקס אינגע מענער האבן זיך גענומען האסטיג וואקן צום קאק-פיט און זיך געגרייט אריין צו גיין אין א קאמף.. טרעי האט אלעס מיטגעהאלטן פון זיין זיץ.. ער האט געזען אז ער פארלירט קאנטראל פונעם פליגער. אליינס האט ער סייווי נישט געהאט די מאכט צו טון עפעס. ער האט געהאפט אז טרעי האט א פלאן וויאזוי אפצושטעלן די אנגעצויגענקייט ווייל לאנג גייט דאס נישט קענען אזוי אנהאלטן..
מעכטיגע זעצעס האבן זיך געהערט אויף די קאק-פיט'ס טיר. "עפן די טיר פאר מיר נעמען דאס אראפ מיט מאכט" האט די פילאט געהערט שרייען פון א גרופע צוהיצטע מענער. די זעצעס זענען וואס א מינוט געווארן שטערקער און ווילדער. די פילאט האט זיך אויסגעדרייט צו טרעי און געווארט ער זאל עפעס טון. טרעי איז געשטאנען פארלוירן און נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן. "דו דארפסט קלערן פון א וועג וויאזוי זיי צו בארואיגן ווייל אויב גייט די קנאקעס אנהאלטן מיט דעם קראפט פאר נאך אפאר מינוט גייט די טיר אראפקומען.. "
"איך ווייס וואס איך האב צוטון. זאג זיי אז דו קענסט נישט עפענען יעצט. דו וועסט ארויסקומען צו זיי אין אפאר מינוט און דו וועסט רעדן צו זיי.." די קא-פילאט איז ביז יעצט געזעצן שטיל אויף זיין פלאץ און נישט גערעדט קיין ווארט אבער זיין בלוט האט זיך גענומען קאכן ווען ער האט געזען וואס דא גייט פאר. אין זיין מח איז שוין געווען קלאר אז קיין לעבעדיגער גייט קיינער נישט ארויסגיין פון דעם פליגער. די שאלה איז נאר וויאזוי די טויט גייט צוגיין. צו מ'גייט אריין פירן דעם פליגער אין עפעס א בנין און אזוי שטארבן אדער גייט מען ניצן די פליגער מיט אלע פאסאנזשירן אלס משכונות און דערנאך זיי אויסמארדן. אדער גייט די פליגער פשוט ווערן אראפגעשאסן פון די לאנד גייט זיי די ערשטע טרעפן אויפן ראדאר. סייוויאזוי גייט זיך דאס ענדיגן מיט טויט. האט די קא-פילאט אפגעמאכט ביי זיך אז אויב שטארבן זאל עס כאטש זיין ווי א היראו און נישט ווי א שוואכלינג וואס האט זיך געלאזט פירן פון אן אומערפארענע טעראריסט. די קא-פילאט האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אריין געקוקט טרעי אין די אויגן "איך גיי יעצט עפענען די טיר פאר זיי. אויב שטערסטו מיך גיי איך דיך אנגרייפן און פיזיש זיך שלאגן מיט דיר. איך ווייס סייווי אז מיין לעבן גייט זיך ענדיגן אויף דעם פליגער, איך קען עס באשטיין צו ענדיגן אויף מיינע טערמינען." א ווילדע געשלעג האט אויסגעבראכן צווישן די קא-פילאט און טרעי..
די פילאט זעענדיג ווי טרעי שלאגט זיך האט ער זיך צוגעשטעלט מיטן קא-פילט און זיך גענומען שלאגן מיטן טעראריסט. א העפטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן....
טרעי איז געווען געלערענט פאר אזאנע סיטואציעס זיך צו שלאגן מיט מענטשען. ער איז געווען א געלערענטע טעראריסט. אבער זיך שלאגן מיט צוויי איז געווען זייער שווער. די געשלעג האט זיך געצויגן פאר א וויילע און אינמיטן די געשלעג האט די פילאט באוויזן אויפצושליסן די טיר...
די ווילדע פאסאנזשירן האבן זיך אריין געריסן אינעם קאק-פיט און אינאיינעם מיט האבן זיי באוויזן אראפצוהאלטן טרעי. די פילאט האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אויסגעגראדט די אנצוג. "די פראבלעם איז ווייט פון פארטיג. דער טעראריסט האט געלאזט וויסן אז ס'איז דא מער ווי איין טעראריסט דא אויפן פליגער, מיר ווייסן נישט וויפיל זיי זענען און ווער זיי זענען. און די גרעסטע פראבלעם איז אז מיר פארן אן קיין אידענטעפעקאציע. די טעראריסטן האבן אויף עפעס א וועג באוויזן אויסצולעשן יעדע טראנספארמער ארויסצושיקן אינפארמאציע צו סיי וועם. מיר פליען יעצט אין די אינדיאנע אקען אבער קיינער ווייסט נישט ווער מיר זענען ווייל מיר האבן נישט געמאלדן אז מיר קומען.. איך האב נישט קיין וועג צו לאזן וויסן פאר קיינעם אז מיר זענען פארכאפט ביי טעראריסטן און מיר דארפן הילף..."
א פאניק האט ארום גענומען די פליגער...
"די איינציגסטע ברירה וואס מיר האבן איז פראבירן צו לאנדן אויפן וואסער און האפן אז איינער וועט אונז באמערקן און העלפן. מיר לויפן אויס פון גאז און מיר לויפן אויס פון אפציעס..."
די פילאט מיטן קא-פילאט האבן זיך צוריק געזעצט און זיך גענומען גרייטן אויף א ווילדע קראך אראפ אויפן וואסער. נאכדעם וואס מ'האט צוגעבינדן טרעי האט זיך יעדער אראפגעזעצט און אנגעטון די פארזיכערונג בענדלעך.. יעדער האט זיך געגרייט אויפן ערגסטן און געהאפט אויפן בעסטן...
די פילאט האט אויסגערופן אז נישט האבענדיג קיין צווייטע ברירה גייט ער יעצט מאכן א קרעש לאנדונג אויפן וואסער און יעדער זאל זיך אראפלייגן מיט די קאפ צווישן די פיס...
ק---ר----א---ך----
---
זעכצן טעג שפעטער.. מיט א צובראכן געמיט זענען מיר דא צו מעלדן אז די פליגער האט אראפגעקראכט אין די אינדיאנע אקען אן קיינער האט נישט דורך געלעבט דעם קראך.