שמחות ווס. צרות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16642
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19316 מאל

שמחות ווס. צרות

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:רחמנא יצילנו.
אזא חודש אדר געדענק איך נישט.


איך האב באקומען אין אישי דאס פאלגענדע:
דו ווייסט וויפיל שמחות ס'געווען אין חודש אדר??


לאמיך איינמאל פאר אלעמאל איבערשרייבן מיינע מחשבות איבער דעם ענין, איך האף עס וועט זיין גענוג קלאר.
(איך האב באשלאסן צו עפענען א עקסטערן אשכול ווייל דאס איז ווערד א שמועס בפני עצמו, און נישט אריינמישן אין יענעם אשכול.)


בנוהג שבעולם אז עס זענען דא שמחות, בעביס ווערן געבוירן, מענטשן מאכן בר מצוה, חתונה למז"ט, א.א.וו.,

דערנאך איז דרך כל האדם אז ווען מען ווערט אלט, שטארבט מען און מען גיט צוריק די נשמה צום בורא עולם.

דאס אלעס רוף איך אן "נארמאלע פאסירונגען", עולם כמנהגו נוהג. מען פרייעט זיך ביי א שמחה, און מען טרויערט נאך די אלטע נפטרים, און די וועלט גייט ווייטער.

אבער דערנאך זענען פאראן אויסערגעווענליכע פאסירונגען, וואס לאו בכל יומא מיתרחיש. אז א יונגערמאן זאל געווינען א לאטערי טיקעט וועט דאס זיין א שמחה יתירה וואס מען זעהט נישט און מען הערט נישט טאג-טעגליך. אז א יונגערמאן זאל נאך 10 יאר האבן א דרילינג איז אויך א גרויסע (הגם שווערע) שמחה וואס מען הערט נישט צו אפט, און איז גורם א גרעסערע שמחה ווי א דורכשניטליכע געבורט פון א נייע קינד.

דערנאך זענען פאראן די אויסערגעווענליכע טראגעדיעס וואס איז נישט נארמאל, ווי אזא מעשה פון א גלויבער קאפל, יונגע מענטשן זאלן פארלוירן ווערן און שטארבן מיט מיתות משונות יונגערהייט רח"ל, יונגע מענטשן וואס מוטשען זיך מיט מחלות משונות ואיומות, עראפלאנען מיט הונדערטער מענטשן ווערן פארשוואונדן פון איין טאג אויפן צווייטן און שטארבן אוועק מיט מיתות משונות, און אזוי אויך די נאטורליכע טראגעדיעס, צב"ש הוריקעינ'ס און טארנעידאס וואס מאכן אין מינוטן חרוב גאנצע שטעט און לאזן הונדערטער טויטע און טויזענטער מיליאנען אויסגעהונגערט אן קיין דאך איבערן קאפ אין די שווערסטע קעלטן אדער ביטערסטע היצן, צונאמיס וואס איז מכלה כרגע מיליאנען מענטשן מיט זייער גאנצע האב און גוטס, שרעקליכע ערדציטערנישן וועלכע זענען גורם חורבנות וקרבנות, און נאך אסאך אסאך סארטן אויסטערלישע שוועריגקייטן.

אין א באלאנסירטע וועלט, וואלטן די זאכן געווען אייניג, ד.ה. כאטש מען הערט בשורות מחרידות, אבער אויב לעומת זה הערט מען אפאר מעכטיגע אויסערגעווענליכע גוטע בשורות וואס שאקלט אויף די צוזעצטע געמיטער, טוען זיך זאכן לעוולען. עס איז דא מיט וואס זיך צו מחזק זיין. אבער טאמער מען הערט כסדר טראגעדיעס וואס שאקלען אויף יעדע הארץ, און דו קומסט מיר מחזק זיין "ווייסט וויפיל (געווענליכע) שמחות עס איז געווען דעם אדר?", איז עס נישט קיין ריכטיגע פארגלייך ווייל עס איז בכלל נישט leveled, עס טוט נישט מחזק זיין דאס הארץ נאך די שמועות איומות אשר כל לבב דוי וכל ראש לחלי, די רעכטע זייט וואגשאל מיט די שמחות איז נאך גאר הויך, בשעת די לינקע זייט פון צרות האחרונות המשכחות את הראשונות וועגט אראפ גאר טיף.

אדרבה, אויב איינער קען מיר אויפקלערן אנדערש, הלואי מי יתן והיה.

לאמיר האפן אויף אמת'ע בשורות טובות, עס קומט שוין דער חודש אשר ישועות בו מקיפות.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר