גיוס בני ישיבות דא אין עמא-ריקא????

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

גיוס בני ישיבות דא אין עמא-ריקא????

שליחה דורך Shiala »

דערהאלטן פון אן אנגעווייטאגטער
כך הוה המעשה!
א אפגעמוטשעטער טאטע זיצט אין ארבעט טרוד על המחיה ועל הכלכלה צו ברענגען פרנסה אין שטוב אריין, פלוצלונג באקימט ער א טעלעפאן קאל פון זיין ווייב, זי כליפעט ווי א קינד ביים ברית, אז זייער יוסי איז געפלויגען פון ישיבה, די טאטע'ס הארץ ציט זיך צוזאם פאר שרעק, פונקט דאס האט אים יעצט אויסגעפעלט.. ער קאלט אן די מנהל צו הערן וואס פאר א חטא זיין בחור האט געטון, דער מנהל הייבט אן מאכן באנומענע קולות, דיין בחור דרייט איבער די ישיבה, ער איז א 'העצער', דער טאטע קען קוים צום ווארט קומען און פרעגט איבער דעם מנהל וואס האט ער געטון. דער מנהל שרייט ווייטער, פרעג דיין בחור ער וועט דיר שוין אלעס מסביר זיין.

לאמיר לאזן די מעשה אין א זייט אפאר מינוט

קודם כל וויל איך דיך פרעגן, דו גברא רבא, וואס איז א מאמע שולדיג אז איר בחור איז לו יהא באגאנגען א עוולה? ווען א בחור ווערט ארויס געווארפן אויף 2 וואכן ווארפט מען סאך מער ארויס די מאמע פון איר הויז ווי דער בחור פון ישיבה!

און נאכדעם איז ווארפן בכלל נישט קיין סאלושען. א בחור איז א יונג ביימעל ווען ער טוט עפעס נישט גוט איז אזווי א ווארעם וואס קריכט אויפן בוים, רייסט מען נישט ארויס דאס גאנצע בוים נאר מ'נעמט אראפ דעם ווארעם, אזוי אויך דארף מען נישט אויסרייסען א בחור ווען עפעס א ווארעם קריכט אויף אים מ'דארף עס נאר אראפנעמען,

אבער די מנהלים האבן נישט קיין געדולד צו ארבעטן, מ'וויל נאר הייסען א שיינע יוד און האבן די בעסטע ישיבה. ארבעטן זאלען די סוסים ואין פוצף פה ומצפצף!

די פאר וואס מיינען נאך יא דעם בורא ווערן פארלוירען ווי א דיימאנט אין א סעמט באקס,
במילא וואקסט ארויס אזא דור עיקש ופתלתל

און אויב א טאטע איז נישט גענוג א גבר אלים מיט א פרעכע מויל בלייבט דער בחור אינדרויסען ביז אפאר עסקנים הייבן זיך אן אומצוקוקען.

א אנגעווייטאגטער האט אמאל געזאגט פאר א מנהל אז ער איז נאך ארגער פין היטלער ימ"ש ווייל היטלער האט דאס אייגען פאלק נישט אויסגעראטן, און ער וויל דאס אייגן פאלק אויך אוועקלייגן רח"ל...

די מנהלים האבן א טענה אז די בחורים זענען היינט אנדערש ווי אמאל, אמת ווייל די מנהלים פירן זיך אויף אנדערש זענען זייערע פירות אויכעט אנדערש, ווייל אנשטאט ווען מ'כאפט א בחור מיט סיי וועלכער עוולה ס'זאל נאר זיין קען מען אים מסביר זיין ווי ער באנארישט זיך און אים צוריקלייגן אויף די טרעקס, ער איז פארט א יונג קינד, כי יצר לב האדם רע מנעוריו, דער אייבערשטער האט געהאלטן אין איין מוסר זאגען פאר אדם הראשון. ווען דער באשעפער ווארפט אים ווען ארויס פון וועלט וואלטסטו נישט געווען א ראש ישיבה היינט!

און דו ווייסט אויך נישט ווען דו ווארפסט ארויס וועלכער צוקונפטיגער ראש ישיבה צו בעל חסד דו ווארפסט ארויס, דו דרייסט מיט וועלטן.

אמאל דארף מען רעדן מיט די הענט, פאר דעם זענט עטץ דארט צו מאכן החלטות! סתם צו קענען גוט ווארפן באלאנגען ענק נישט דארט, אויף דעם קען מען נעמען א 7 פיסיגער ניגער וואס קען בעסער ווארפן ווי ענק,אין בעט נאר $8 א שעה, נישט פאר דעם צאלט מען אייך.

וואס אימער ס'זאל זיין, קען מען טוען צוויי זאכען: אדער בין כותלי הישיבה מיט סיי וועלכער מיטל דער מנהל זעט פאר גוט צו טון אדער טוט מען ווי א פוילער קאנסטראקשען ארבייטער און מען שיסט ארויס גרינג, עס נעמט נישט לאנג אזעלכע מנהלים דארף מער אונז נישט זיי זאלען גיין שמירען פעך אויף די שאסייען. .דארט קען מען זיין פויל אבער נישט ווען מ'איז דן דיני נפשות,

דאכט זיך אז בזמן הבית אויב בית דין האט געהארגעט מער ווי איינמאל אין 70 יאר האט מען זיי גערופען קטלונית, איז אוודאי ווען איין מענטש הארגעט צומאל 70 מענטש א יאר..!

מען איז ביזי אין אמעריקע אז מען גראבט אויף טויטע אין ארץ ישראל, מ'דארף ווען שטורעמען אין ארץ ישראל מען באגראבט לעבעדיגע אין אמעריקע!

דער רבן של ישראל משה רבינו ווען ער האט געפאשעט די שעף פין יתרו איז איין שעפאלע אנטלפען אין משה איז עס נאכגלאפן איבער געלאזט אלע שעף נאכגעלאפן דע איינס פארוואס?ווייל אלע שעף אינאיינעם וועלן זיך האלטן צוזאם אבער אז איינס איז אנטלאפען קען עס צוגרינד גיין אזא איינער איז ראוי געווען צו פירען אזא עידה קדושה וואס האט רחמניות געהאט אויף א אנטלאפענער בעל חי,
איז 10 מאל כל שכן ביי א מענטש וואס זיין רחמניות איז געווען ווער רעדט פין ארויסווארפן, אנטלאפענע איז ער נאכגעלאפן!
ביי איינע פין די פריערדיגע גדולים וואס האט געהאט א ישיבה איז א איינגעשטעלטער געקימען זאגען אז א בחור איז א מחלל שבת ר׳ל אין מדארף אים ארויסווארפן האט דער חת׳ם סופר דאכט זיך געזאגט זאל מען דער גאנצער ישיבה ארויסווארפן אין דעם בחור דארט לאזען!
מרעדט דא ניטאמאל פין ענדליך׳ס צו א מחלל שבת נאר סתם דער מנהל ווייל מאכן סדר אין אנשטאטס סדר מאכט ער פורים סדר,
פינעם סאטמער׳ן רבי׳ן איז אויך דא ענדליכע מעשה׳ס, דאס איז דעת תורה אין עפעס אנדערש איז דעת ׳תורא׳.
מדארף האלטען אין איין חזר׳ן אז דע אלע זענען דערביטערטע מנהלים,אין ווען זיי פילען זיך דערביטערט אז זיי האבן נישט די בעסטע ישיבה פרעגן זיי זיך נאך פארוואס יענער ישיבה איז בעסער,אין זיי ווערן געוואר אז דארט איז דא גאר א גיטער ארויסווארפער, אומר ועושה מען לאזט זיך ארויס אויפען יאגד מ׳זיכט א k9 הינט אין פארעם פין א מענטש א משחת במידות אין ווערט געקרוינט אלט׳ס נייער געלונגענע ווארפער!
די ערשטע וואך מיז ער ווייזען זיין שטארקער כאראקטער כאפט 2 3 קרבנות וואס האבן נישט געהעריג געשמייכעלט ווי דער הולך על ארבע האט זיך פארגעשטעלט א פארטיגע מעשה געכאפט דע פאר העצער אין ארויס,
דער ציבור פאלט אריין אין פאניק וואס האבן זיי געטאון מען וואגט זיך נישט צו רעדן א ווארט ווייל מ איז נעקסט אין די ישיבה שעמט אין אלע גאסן וואס א פיינער ישיבה דער האט,דאס שפילט זיך איבער גאר ענדליך צו די ישיבה נישט ווייט ארויף אין עס ארבעט ווינדערבאר מזעט שוין ווי דער דריטער ישיבה הייבט זיך ב׳׳ה מיט דער זעלבער רייען אויף גענימען א יוסל׳לע גולם וואס דרייט זיך ארוים מיט א ריקען זאק פין אינטען צו כאפן די העצער׳ס..
דער מנהל דרייט זיך ארום מים א שמייכל פין דא ביז כעלעם אז די ישיבה האט א פיינער נאמען!!
אין איז מסבר פאר עלטרען וואס איבערמידלעכע כוחות ער לייגט אריין.

וויסען זאלט עטץ אז אזאנע מנהלים ברויך מען נאכשרייען אין די גאסן ווי פוטיפאר האט נאכגעשריגען יוסף מדארף זיי מבזה זיין, זיי לייגען צוגרינד דעם יוגענד א ראטצער פין 13 וואס האט נישט אזוי גיט געקענט דער פארהער ביי ״כיתה המכינה ל׳ישיבה״ דארף ער נישט זיצן 3 וואכען זיך וואלגערן מיט שלאפ לאזע נעכט ווייל זיין טאטע האט נישט צופיל בקשיש צו שמירן די הנהלה,הייבט ער אן א וואך אין זמן אריין קימט אן מיטען לינקע פיס,
דער רשאות שפאלט הימלען אין רייסט איין ביים כסא הכבוד.
איר ווילט דרך אוואדי וויסען וואס איז געבליבען מיט יוסי?
אהה נאך צויי לאנגע וואכען וואס האבן איוסגעזען ווי אן אייביגקייט האט דער מנהל געלאזט וויסען אז ס׳האט עכט גארנישט מיט אים נאר מיט די הנהלה.. נו דארף מען רעדן צו די הנהלה ווער איז דאס פין ׳די הנהלה׳ פרעג איך דעם מנהל א אנגעצוגענער? הייבט ער אן שטאמלען נעעע וועסט זיי סיי ווי נישט ברעכען,אבער פאר א $1,000 קען איך עס ׳לכאורה׳ ערלעדיגען...
טייערער מנהל וואס די געסט זיך אוועק בלב ובנפש ממש נעקסטע מאל די ניוטיקסט דיר אין אפאר גראשען קים תיכף צו צום שפיטץ טרינק נישט קיין בלוט אינצווישען עס גייט אריין אין לאו פין לא תאכלו על הדם!
מארגן אי׳ה5:55 וועט יוסי פארן אין ישיבה ביי קלייןס רעסטארראנט
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שיאלא: ייש"כ. ס' איז מתוק מדבש. שפתיים קישאק. זאג נאר. דו האסט אפשר געהאט עפעס א קרוב הרב פרישער זיכרוינע לעבראכע? מיר בענקען זיך זייער שטארק נאך זיינע זיסע מאמרים. איך פלעיג מקפיד צו זיין קיינמאל נישט פארפאסן זיינע שלוש-סידעס טוירעס... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: :lol: :roll: :lol: :o
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ס'איז נישט אזוי פשוט.
עס הערשט א גרויסע סכנה אויף די עגזיסטענץ פון אונזער חינוך נעטווארק און די איינציגסטע וועג עס צו ראטעווען איז נאר דורך אלעס פארמאכן און אנפאנגען פונדאסניי.
וואס די עלטערן רעדן זיך אפ, האט shiala זייער שיין ארויסגעברענגט. ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו הערן פון א חבר מיינער וואס איז א מגיד שיעור פאר בחורים, איבער די מצב בעולם הישיבות, און איך קען זאגן אז מ'שטיימיר פאר א קאטאסטראפע.

לאמיר אנפאנגן איבערגיין וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן אמאל. און דער אלטער היים פלעגט מען שיקן בחורים אין ישיבה צו אן אנדערע שטאט און קוים וואס דער בחור'ל איז אהיים געקומען איין מאל און יאר. די טאטע האט גענצליך איבערגעגעבן די אחריות אויפן בחור פאר'ן ראש ישיבה וויסענדיג אז די ר"י איז אן ערליכער וואס מיינט די תכלית פונעם בחור, און די ראש ישיבה האט טאקע אויסגעניצט די געלעגענהייט אין מדריך געווען אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע בעל בתים. די ראש ישיבה האט זיך געשפירט ווי א טאטע צו די תלמודים און מיט א פאטערליכע ליבשאפט אנגעקניפט א קשר מיט זיי, און די בחורים האבן מקבל געווען, וויסענדיג אז זיי זענען סייווי סטאק דא און האבן נישט ווי צו אנטלויפן. ענדליך איז געווען די מצב אין רוב ישיבות און די ערשטע צוואנציג יאר נאכ'ן קריג.

פעסט פארווערד צו תשע"ד

היינטיגע ראש ישיבות (אינקלאדינג מנהלים און מגי"ש) ע"פ רוב, האבן נישט קיין געפיל צו דער בחור און זיי שפירען נישט אן אחריות פאר'ן בחור נאר פאר'ן ישיבה. די עלטערן האבן נישט קיין טראסט אין די ראשי ישיבה און דער בחור געפינט זיך אונדערמיט ווי א דריידל. האלב צייט איז ער אין ישיבה און האלב צייט אונדערהיים. און ישיבה לערנט מען אויס איין זאך און אינדערהיים הערט ער עפעס אנדערש ווייל דער טאטע האלט זיך אויך פאר א גאנצע מבין (כאטשיג ער האט א נארמאלער חינוך קיינמאל נישט באקומען) און זאגט דעות.

די איינציגסטע סאלושען וועט זיין אויב ס'וועלן זיך עפענען ישיבות ווי ס'וועט זיין א בעסערע צוזאמארבעט צווישן די ראשי ישיבות און די עלטערן. נישט קיין גרויסע ישיבות דארף מען, נאר ישיבות ווי יעדעס תלמוד וועט האבן א נאנטע קשר מיט'ן ר"י און ער זאל זיין אויף וועמען די בחור קוקט ארויף אלץ א מורה דרך און נישט אלץ סתם אן איינגעשטעלטער אין די ישיבה ווי ער לערנט.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מען איז ביזי אין אמעריקע אז מען גראבט אויף טויטע אין ארץ ישראל מדארף ווען שטורעמען אין ארץ ישראל מען באגראבט לעבעדיגע אין אמעריקע

:like :like :like :like
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Oh! the problem are the parents. The roshim and menahalim still love the torah as back then. Give me a break
Yeshivas today are here to bring money to the faculty and chasidim for the rabbis
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

שיעלע דו ביזט פיין :like :like :like

איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן צו צוקושן יעדעס ווארט!
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

פון וויענער רב איז לעצטענס פארשפרייט געווארען א ז' אדר דרשה איבער די אמעריקאנער גיוס פראבלעים
אויף די טישען אין די בתי מדרשים איז אויך געווען א צעטיל מיט התעוררות איבער גיוס בני הישיבות ב'אמעריקא האט איינער דעם צעטיל?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א הערליכע דרשה געווען, פון ווינער רב שליט"א.

דא האסטו די בלעטער פון די ענין פון ישיבות.

.
וירח ה' את ריח הניחוח
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

שכח שמעקעדיג, אלס והיתם נקיים וויל איך קלאר מאכן אז די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א חבר מיינער וואס האט צוגעזען אזעלכע מעשיות סאו איך קען נישט נעמען קיין קרעדיט דערפאר, איך וויל נאר עס פארשפרייטן ווייל מען ברויך, אויב איינער וועט זיין אזוי גוט און רעדאקטירן דעם מאמר פאררעכטן די ספעלינגס אז ס'זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים און פארשפרייט ווערן איבעראל בחדרי חרדים (נישט די זייטל, די שטיבער פון די חרדים) וואויל איז זיין חלק אין עולם הבא, איין בקשה שיק מיר אריין די איבערגעמאכטע ארטיקל. א גרויסן דאנק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Shiala, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

@יונה כהן בעט מען זאל דאס דרינגענד מפרסם זיין לצורך תיקון הישיבות ב'אמעריקא, היות דא רעדט מען פון אמעריקאנע ישיבה בחורים בין איך עס דא מפרסם, רבי יונה האט דאס געהייסען מפרסם זיין
-----
שמעקעדיג יישר כוח פאר'ן מפרסם זיין די דרשה.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

Shiala האט געשריבן:שכח שמעקעדיג, אלס והיתם נקיים וויל איך קלאר מאכן אז די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א חבר מיינער וואס האט צוגעזען אזעלכע מעשיות סאו איך קען נישט נעמען קיין קרעדיט דערפאר, איך וויל נאר עס פארשפרייטן ווייל מען ברויך, אויב איינער וועט זיין אזוי גוט און רעדאקטירן דעם מאמר פאררעכטן די ספעלינגס אז ס'זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים און פארשפרייט ווערן איבעראל בחדרי חרדים (נישט די זייטל, די שטיבער פון די חרדים) וואויל איז זיין חלק און עולם הבא, איין בקשה שיק מיר אריין די איבערגעמאכטע ארטיקל. א גרויסן דאנק

נשתדל לעשות את זה בערב לתועלת הענין.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איך וויל רעאגירן צו דעם אשכול. אבער קודם וויל איך זאגן אז געציילטע ידיעות וועגן מיר.
1 אלס בחור און אלס קינד בין איך כמה פעמים אהיים געשיקט געווארן פון חדר/ישיבה.
2 איך בין א שטיק צייט געוועהן א מגי"ש ביי שטארק בארימטע ישיבה גדולה.

די נושא פון ווארפן בחורים איז א געפערליכע זאך. און איידער דאס ווערט געטוהן דארף דער ווארפער (מנהל/ראש ישיבה) זיך פרעגן כמה קשיות:
1בין איך אליינס ארויס געווארפן געווארן?
2 איז דאס די איינציגסטע וועג וואס מען קען לעזן דעם פראבלעם?
3 בין איך גרייט צו סטעמפלן דעם בחור לפני עם ועדה, אז ער איז א בחור וואס מען דארף ארויס ווארפן? וואס די עפעקט פון דעם איז נישט נאר אויף די מינוט, נאר דאס וועט נוגע זיין ווען ער וועט דארפן אריין אין א ישיבה גדולה, אזוי אויך ממילא וועט עס זיין נוגע ביי שידוכים. בין איך גרייט צו דיגרעידן דעם בחור?
4 בין איך גרייט צו סטעמפלן דעם בחור ביי זיך אין זיינע אייגענע אויגן אז ער איז א בחור וואס מען ווארפט ארויס?

נאכדעם וואס עס איז קלאר די שאלות, און נאכדעם וואס ער רעדט זיך אדורך מיט רעכט דענקגיקע מענטשן, 'אולי' וועט דאס זיין די איינציגסטע סאלאשאן.

פון די אנדערע זייט זאל יעדער וואס האלט מיט אזא מעשה פרובירן 'אביסל' צו פארשטיין די צווייטע זייט פון די מטבע. די בחורים וואס קומען פון פרומערע סארט חדרים, זענען שוין אימיונט צו די פשוטע עונשים. די פרומערע חדרים זענען נישט געוואונט צו ארבעטן מיט די קינד לאגיש. זיי פארשטייען אז עס איז דא איין עצה וואס העלפט פאר אלע פראבלעמען, וואס דאס איז פעטש. ממילא א קינד וואס מען האט אים שוין אזוי פיל מעניש געוועהן מיט די זעלבע עונשים, אין צו אים האט מען נישט גערעדט קיינמאהל מענטשליך, ווען ער קומט אין ישיבה קטנה איז שווער צו ארבעטן מיט אים.

איך האב אליינס געהאט א פרשה מיט א בחור וואס פלעגט יעדן טאג איבערדרייען די ביהמ"ד די שיעור. דער בחור איז געוועהן א פיינער בחור, אבער א שפרינגעדיגע. איך האב פראבירט צו רעדן מיט אים אין פארהאנדלען מיט די פראבלעם. ער האט מיר אהנגעקוקט ווי א שוואכלינג (כאטש אז יעדער וואס קען מיר ווייסט אז איך בין גאהר א שטארקער כאראקטער). ווייל ער איז געוועהן רגיל אז נאר ווען איינער ווייזט אים די פאוסט דארף מען מורא האבן.

די ראש הישיבה האט מיר א לאנגע צייט געטענהט אז נאר נאכדעם וואס איך וועל ווייזן מיין גבורה וועט ער זיך אויף פירן מענטשליך. איך האב נישט געוואלט , ווייל איך האב געטענהט אז דער בחור קען זיך אויסלערנען אז ווען מען רעדט שיין מעג מען מיטארבעטן.

למעשה נאך אפאהר חדשים וואס רעדן שיין האט נישט געהאלפן, אין נאכדעם וואס ער האט געטוהן א זאך וואס תסמר שערות ראש. האב איך אים שיינער הייט געזאגט אז איך פארשיק אים פון ישיבה. עס האט מיר זייער וויי געטוהן, אבער איך האב ליידער איינגעזעהן אז דער בחור איז עדיקטעד צו די שמאל דוחה. ער איז געוועהן עטליכע טעג אינדרויסן. איך האב מיך אוועק געזעצט מיט זיין טאטע. זיין טאטע האט געדארפט איינלייגן $1000.00. דער דיל איז געוועהן אז יעדער וואך וואס ער ביהעווט, באקומט זיין טאטע צוריק $50.00. יעדער חודש וואס אלע פיר וואכן ביהעווט ער באקומט ער צוריק אן הוספה פון $100.00.

וואס זאל איך זאגן אז דער בחור איז געווארן אן אנדערע מענטש. ער האט ב"ה גוטע כשרונות, ער האט געזעהן אז נישטא קיין מאנקי ביזנעס, זיך געזעצט לערנען עד כדי כך אז ער איז געוועהן פון די בעסטע קענערס ביי די חזרה גדולה סוף יאהר. דער בחור האט ב"ה פיין חתונה געהאט, און ער זיצט שוין עטליכע יאהר יאהר כולל. פארצופעל איז ער פון די תלמידים וואס זענען זייער היימיש מיט מיר.

עס טוהט מיר נאך היינט ווי אז איך האב מיר געדארפט אזוי אומגיין מיט א ישיבה גדולה בחור. אבער איך האב נישט געקענט פאררעכטן די דעמעדזש וואס איז געטוהן געווארן אין זיינע אינגע יאהרן, אז מען האט צו אים קיינמאהל נישט גערעדט ווי א מענטש.[/justify]
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ראש ישיבה לעבן, אויב איך מעג פרעגן, וואו קומט דער טאטע אריין מיט דער קנס פונעם אלף, און וואס גייט דאס העלפן פארן קינד? - האט דער טאטע עפעס געטאן שלעכט אז ער דארף געבן געלט? - אויב ווייסט דאס קינד אז דער טאטע דארף געלט געבן, וועט ער זיין מער וואויל? - ווי אזוי ארבעט עס?
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

דער טאטע איז געוועהן אינוואלווד אין דער פלאן וויאזוי אונז גייען אראפ נאגלען דעם בחור. עס איז געוועהן א פאזאטיווע פלאן אז דער בחור זאל האבן וואס צו ווייזן פאר זיין טאטע אז דער וואך האט ער פיין געלערנט (על דרך פון א מצוה צעטיל באופן מבוגר). דער טאטע האט שוין שווער געקענט זיך שלאגן מיט דעם בחור. ער האט געהאלטן אז דאס וועט ארבעטן. (אולי האט די טאטע געזאגט פאר דעם בחור אז אויב ער וועט באקומען די געלט קען ער האלטן א חלק דערפון)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ראש הישיבה: שמך נאה לך ואתה נאה לשמך. אויך נאר ווייל דו ביסט אליינס אריבער א שווערע תקופה אלס בחור האסטו געקענט דן זיין דעם מצב פונ'ם בחור מיט אן אמת'ן, אויפריכטיגן בליק. אז דו האסט פארלאנגט פון זיין טאטע איינצולייגן א סכום געלט איז נישט קיין קשיא. ווייל סופו מוכיח על תחילתו. אז ס'איז געווען בכוונה תחילה אלס א אן אינסענטיוו פאר'ן בחור אנצוהייבן סטעפ ביי סטעפ צו ביהעיוון. אבער ווען א מנהל אדער ראש ישיבה פארלאנגט פון א טאטע א סכום געלט כעין "שליסל געלט" פאר'ן רעכט איבערצוטרעיטן די שוועל פון די ישיבה. דאס איז שוין נישט יושר'דיג און גרעניצט זיך מיט גזילה.
אני הקטן, אלס באס דרייווער איז מיר אויסגעקומען צו פיהרן אויפ'ן באס א בחור'ל (שוין היינט א יונגערמאן) א שטיקל בנש"ק. ס'הייסט זיין טאטע אדער זיידע פיהרן נישט רבי'סטווא ביד רמה.. אבער זיי האלטן זיך פאר עפעס בעסער'ס. דער טאטע, א איד א ת"ח אבער א פרומאק. פון די פאלשע סארט. לדוגמא. ר'האט נישט געלאזט זיין בחור'ל גיין צו ענגליש. נאך אפילו פאר זיין בר מצוה. יש אומרים, אז ר'האט איהם אפילו נישט געלאזט ליינען "דער איד" . בקיצור. אן עולה תמימה. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער בחור האט געהאט א גוטן קאפ. און דער קאפ ארבעט. און א ביסל די אדרענאלין הארמאן אויכעט. האט ער אייביג געזוכט ווי מ'קען עפעס אנשטעלן. אבי ס'זאל זיין לעבעדיג. איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין לאנטש רום פון ישיבה. זעה איך פלעסטיק טישטוכער אויף די פלאר און אין די טישטוכער איז דא גוטע, אומבארירטע מאכלים פון עטליכע טישן. שאקירט. האביך געפרעיגט איינעם פון די ארבעטער'ס פשט אין דעים. זאגט ער מיר "דו ווייסט נישט"? דער און דער... (איך וויל נישט ארויסשרייבן זיין שם הכינוי וואס די סטעף האט איהם גע-געיבן ווייל ס'קען קומען צו גילוי, אויפ'ן בעל הסיפור. און ס'דאך לשה"ר. נאר די השתלשלות וויאזוי ר'האט באקומען דעים נאמען איז אויך זייער אינטרעסאנט.) דאס איז נאך געוועהן פון די קלייניקייטן. שפעיטער איז ער אריבער צו גרעסערע זאכן. אזוי ווי למשל מאכן "קליינע" פייער'ס אין שמות (שיימעס) שטיבל. פארשטייצעך אז דער אלארם האט זיך צוזינגען. און די פייער דעפארטמענט איז געקומען צו לויפן. אין אנהויב. (די ערשטע דרייא מאל) האבן זיי נאך מוחל געוועין. אבער שפעיטער האט די הנהלת הישיבה געדארפט צאלן אן ערנסטע "פיין"/געלט-שטראף. איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם סוף פסוק. צו ר'האט חתונה געהאט נאך פאר די ישיבה האט איהם משלח געוועהן. אדער פארקערט. כ'האב נאר געהערט אז ר'איז ב"ה געווארן א חתן מיט א ב"ק (אפשר א באק'טע) און ר'איז היינט א וואוילער כולל יונגערמאן און גרייט זיך אנצונעמען א כס האדמורו"ת. ער וועט נאר דארפן געפונען עפעס א שטעיטל אין רוסלאנד אדער אוקריינע (אפשר קרימיע) מיט א קלינגעדיגן נאמען פון די מעשה ביכלעך ארויס. די מסקנא פון דעים איז אז ס'פאראן אמאל ווען די הנהלת הישיבה דארף פארשיקן א בחור. מ'דארף דן זיין א יעדן פאל באזונדער. בכובד ראש. און נאר אזאלכע מענטשן וועלכע האבן אליינס געליטן זאלן משפט'ן... :? 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o :shock:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יוי בערל ביזטו קיוט, יעדע שורה ענטהאלט עפעס א גוטס.....
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יפה אמרת הרב ר' יהושע. ס'וועט נאך קומען א צייט ווען בחורים וועלן שטיין ביי מאסן דעמאנסטראציעס, מיט ריזיגע שילדן וועלכע אנטהאלטן בילדער פון אקער'ס קאלערינג בוך, ווי די יונים מיט א חמה אויסגעגאסן אויף זייערע געזיכטער, האקן צו די טויערן פון ישיבות מיט שרעקעדיגע פרעזערוו רעמעפא ברעטער.

פאר וועמען, און וואספארא פארדינסטן ברענגן ישיבה גדולות?

פאר די בחורים?
א רעטעך מיט שמוציגע הערנער. אפשר ווערייזאן צו טי-מובייל ברייטערן אויס זייערע נכסים מיטן שיקן ראדיא סיגנאלן אריבער די כותלי הגראפיטי על טהרת הקודש, און רעסטוראנטן לייזן אפאר גראשן ליל שישי מיטן ארויסריקן שווערע קוואנטומס בעבלעך געמויזאכץ.

חוץ פירקלען איבל אויף פאליש, זיך אונטערהאלטן די שובבים הארמאנען מיט פארנעגראפיע, זויפן אנלימעטעד קאווע, ווארימען יעדע האלבע שעה די תחתונים אונטער אנגעפירקלטע סקיסע טירן, טאפן און קוועטשן זכרים, ווייקן זייערע איגנאראנץ אין עסיג, און יערן זייער אומוויסנקייט אין מח ווי א שטיק קלעבעדיגע שאור, וואס אין גיהנם טון זיי מיט זייערע סיפוק-לאזע פאראנטשע סטיל לעבן? איז דא נאך עפעס וואס קען האלטן אט די אומשולדיגע נפשות פארנומען? אפילו אויפן "שטערן" איז דאך דא א פארבאט דאס צו לעזן בין כותלי הישיבה. ווער ווייסט, די איידלע בחורים וועלכע זענען "אפגעזינדערט" און "אויסגעטון" פון דער מגושם'דיגער וועלט, קענען נאך דערשנאפן דעם רעטעניש וואס האט געהאלטן געשפאנט צפון מיזורי אין א טינקלן מארגן.

די נעבעכדיגע טאטע'ס?
לויפן ארום אן קעפ, כדי צו צאלן סדום שרייענדע שכר לימוד פרייזן פאר לפחות צוויי אויסגעהארעוועטע בחורים, צו וועלכע מ'איז כסדר אונטערשטעליג, און קאסטן די צעריסענע עלטערן, צער ריפוי שבת בושת. סך הכל טראסט מען עפעס א ר"מ פאץ וועלכער האט געטראפן א ישיבה פאזיציע נאכן זיין ארבייטלאז זינט די ישיבה וואו ער האט געארבייט בעפאר האט זיך פארמאכט שוין פאר דריי יאר צוריק, איז פארנומען מיט זיינע ביללס און הלוואות יעדע האלבע שעה, און פארשטייט שטייצעך צו בחורים ווי איך צו שטערנבוך סאמאטוכעס, ווי ר' מאטל צו וויין, און ווי א גוי צו עפעס א פיר בלעטער'דיגן קאווע שטיבל אשכול.

מגידי שיעורים?
אז די קללה פון יעקב אויף שבט שמעון זאל אויף זיי חל זיין אן קיין דירעקטע ייחוס בריוול, און נאך אן געלט בכלל?
קען איינער מסביר'ן פארוואס מלמדים און מגידי שיעורים זענען די איינציגסטע סוג באשעפענישן אחוץ ארעסטאנטן, וועלכע טוהן עקשעלי ארבייטן למעשה ולא להלכה? ס'איז שוין ממש אפיציעל. יעדעס מאל זיי ערהאלטן עפעס א קאנווערט וועלכע אנטהאלט געציילטע ארימע טשעקלעך ביום, ולכבוד שמחת רבינו, איבער וואס "מ'וועט שוין מודיע זיין" ווען מ'קען דאס דיפאזעטן, הערשט עפעס אזא ליל טבילה אטמאספערע. זיי קענען שוין יעצט לויפן צאלן דעם פייפעדיגן אקאנטע אין גראסערי, און נוצן די גליקליכע צען פראצענט דיסקאונט זיי האבן ערהאלטן מיט געווינס, ביי עפעס א פארנומענעם שיך סטאר ליל בדיקת חמץ.

די ווייב?
א מכה בדופן. דער זכר קען גארנישט חוץ מאווי אקטיארן. אויב איז ער גענוג קוואלעפיצירט צו פוצן און טוישן פאפיר אויף וועלגער העלצלעך אין א קאלטן מצה בעקעריי, דאן קען מען צאלן די געשוואלענע רענט צו דעקן א הכנה ברעטל אינמיטן א שלאף צימער וואס האט אויך א רעדשוי מיט א קליין פרידזשדער. אדערווייז קען ער אריינגיין אין "כולל" -- א מער סאפיסטאקירטן ווערסיע פון דער אויבנדערמאנטער ישיבה.

און ער אליינס?
גארנישט. שטייט אן א קאפ, און איז צוגענאגלט צו דבר יום ביומו קלאסעפיידס. דארף רופן יעדע נומער באזונדער געוואר צו ווערן א צווייטע סיבה פארוואס מ'נעמט אים נישט אן. מ'שטיינס געזאגט: ערפארונג צו זיין א משגיח אין א פלייש געשעפט האט ער נישט, און קען יעצט עקסעל ווי ער האט געקענט קאנטראלירן א קייט אין די לופטן ביי די זיבן.

אינצווישן האט ער שוין געמאכט א קידוש, זכר, וואכנאכט בלשון רבים, און מארגן זוכט ער שוין געלט פאר שכר לימוד, זיכער צו מאכן אז היסטערי ריפיטס.

גיימער זיך זעצן לערנען? א באנדע ליידיגייער!
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

א לייק איז נישט גענוג פאר דיר יואב סאו דא האסטו
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב דו ביסט א מייסטער! מען קען משוגע ווערן פון יעדער שורה!

דערמאנט מיך פון דיין אלטן טרויעריג-קאמישן פאעזיע:
viewtopic.php?f=24&t=4121
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]איך וויל רעאגירן צו דעם אשכול. אבער קודם וויל איך זאגן אז געציילטע ידיעות וועגן מיר.
1 אלס בחור און אלס קינד בין איך כמה פעמים אהיים געשיקט געווארן פון חדר/ישיבה.
2 איך בין א שטיק צייט געוועהן א מגי"ש ביי שטארק בארימטע ישיבה גדולה.

די נושא פון ווארפן בחורים איז א געפערליכע זאך. און איידער דאס ווערט געטוהן דארף דער ווארפער (מנהל/ראש ישיבה) זיך פרעגן כמה קשיות:
1בין איך אליינס ארויס געווארפן געווארן?
2 איז דאס די איינציגסטע וועג וואס מען קען לעזן דעם פראבלעם?
3 בין איך גרייט צו סטעמפלן דעם בחור לפני עם ועדה, אז ער איז א בחור וואס מען דארף ארויס ווארפן? וואס די עפעקט פון דעם איז נישט נאר אויף די מינוט, נאר דאס וועט נוגע זיין ווען ער וועט דארפן אריין אין א ישיבה גדולה, אזוי אויך ממילא וועט עס זיין נוגע ביי שידוכים. בין איך גרייט צו דיגרעידן דעם בחור?
4 בין איך גרייט צו סטעמפלן דעם בחור ביי זיך אין זיינע אייגענע אויגן אז ער איז א בחור וואס מען ווארפט ארויס?

נאכדעם וואס עס איז קלאר די שאלות, און נאכדעם וואס ער רעדט זיך אדורך מיט רעכט דענקגיקע מענטשן, 'אולי' וועט דאס זיין די איינציגסטע סאלאשאן.

פון די אנדערע זייט זאל יעדער וואס האלט מיט אזא מעשה פרובירן 'אביסל' צו פארשטיין די צווייטע זייט פון די מטבע. די בחורים וואס קומען פון פרומערע סארט חדרים, זענען שוין אימיונט צו די פשוטע עונשים. די פרומערע חדרים זענען נישט געוואונט צו ארבעטן מיט די קינד לאגיש. זיי פארשטייען אז עס איז דא איין עצה וואס העלפט פאר אלע פראבלעמען, וואס דאס איז פעטש. ממילא א קינד וואס מען האט אים שוין אזוי פיל מעניש געוועהן מיט די זעלבע עונשים, אין צו אים האט מען נישט גערעדט קיינמאהל מענטשליך, ווען ער קומט אין ישיבה קטנה איז שווער צו ארבעטן מיט אים.

איך האב אליינס געהאט א פרשה מיט א בחור וואס פלעגט יעדן טאג איבערדרייען די ביהמ"ד די שיעור. דער בחור איז געוועהן א פיינער בחור, אבער א שפרינגעדיגע. איך האב פראבירט צו רעדן מיט אים אין פארהאנדלען מיט די פראבלעם. ער האט מיר אהנגעקוקט ווי א שוואכלינג (כאטש אז יעדער וואס קען מיר ווייסט אז איך בין גאהר א שטארקער כאראקטער). ווייל ער איז געוועהן רגיל אז נאר ווען איינער ווייזט אים די פאוסט דארף מען מורא האבן.

די ראש הישיבה האט מיר א לאנגע צייט געטענהט אז נאר נאכדעם וואס איך וועל ווייזן מיין גבורה וועט ער זיך אויף פירן מענטשליך. איך האב נישט געוואלט , ווייל איך האב געטענהט אז דער בחור קען זיך אויסלערנען אז ווען מען רעדט שיין מעג מען מיטארבעטן.

למעשה נאך אפאהר חדשים וואס רעדן שיין האט נישט געהאלפן, אין נאכדעם וואס ער האט געטוהן א זאך וואס תסמר שערות ראש. האב איך אים שיינער הייט געזאגט אז איך פארשיק אים פון ישיבה. עס האט מיר זייער וויי געטוהן, אבער איך האב ליידער איינגעזעהן אז דער בחור איז עדיקטעד צו די שמאל דוחה. ער איז געוועהן עטליכע טעג אינדרויסן. איך האב מיך אוועק געזעצט מיט זיין טאטע. זיין טאטע האט געדארפט איינלייגן $1000.00. דער דיל איז געוועהן אז יעדער וואך וואס ער ביהעווט, באקומט זיין טאטע צוריק $50.00. יעדער חודש וואס אלע פיר וואכן ביהעווט ער באקומט ער צוריק אן הוספה פון $100.00.

וואס זאל איך זאגן אז דער בחור איז געווארן אן אנדערע מענטש. ער האט ב"ה גוטע כשרונות, ער האט געזעהן אז נישטא קיין מאנקי ביזנעס, זיך געזעצט לערנען עד כדי כך אז ער איז געוועהן פון די בעסטע קענערס ביי די חזרה גדולה סוף יאהר. דער בחור האט ב"ה פיין חתונה געהאט, און ער זיצט שוין עטליכע יאהר יאהר כולל. פארצופעל איז ער פון די תלמידים וואס זענען זייער היימיש מיט מיר.

עס טוהט מיר נאך היינט ווי אז איך האב מיר געדארפט אזוי אומגיין מיט א ישיבה גדולה בחור. אבער איך האב נישט געקענט פאררעכטן די דעמעדזש וואס איז געטוהן געווארן אין זיינע אינגע יאהרן, אז מען האט צו אים קיינמאהל נישט גערעדט ווי א מענטש.[/justify]

א גוטן הרב ראש הישיבה. מיר שיינט צו זיין, אז דער בחור האט געדארפט גבורה אזוי וויכטיג ווי דעם כה תאמר לבית יעקב. זייער מעגליך איז אז דער בחור -- גענוי ווי צאללאזע מענטשן -- ליידט פון: "A.D.H.D". אז א פסיכיאטאר זאל אים פארשרייבן א פרעסקריפציע צו נעמען די נוטיגע טאבלעטן, וואלטן זאכן שיינערהייט געמאכט פארשריט, און דערביי וואלט מען געהאט אפעראטעוועט למחצה לשליש ולרביע זיין צוקונפט.

פארוואס ער האט געהארכט מיט בייזן, קען זיין עטליכע סיבות. ס'איז אבער מסתבר אז דאס האט/וועט העלפן בלויז פאר א קליינעם טערמין. ס'קען זיין ער ליידט נישט אויף אן עקסטרעמען לעוועל, און קען בדוחק איינזיצן אביסל, קען זיין ער ציטערט אין די הויזן פון זיין טאטע'ן, און ווען מ'רעדט ווייך שפירט ער ווי מ'גיבט אים א גרין לייט.

רוב פון די חברה איז דאס נישט זייער שולד, זייער נשמה שרייט ארויס: "העלפט מיר". אנשטאט העלפן, טוט מען ליידער זיי מער אונטערדריקן. איך קען מערערע אזאנע קעיסעס פון דער נאנט. הן וויאזוי ס'האט גארנישט געארבייט, הן וויאזוי די פילן האבן יא.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

יואב האט געשריבן:א גוטן הרב ראש הישיבה. מיר שיינט צו זיין, אז דער בחור האט געדארפט גבורה אזוי וויכטיג ווי דעם כה תאמר לבית יעקב. זייער מעגליך איז אז דער בחור -- גענוי ווי צאללאזע מענטשן -- ליידט פון: "A.D.H.D". אז א פסיכיאטאר זאל אים פארשרייבן א פרעסקריפציע צו נעמען די נוטיגע טאבלעטן, וואלטן זאכן שיינערהייט געמאכט פארשריט, און דערביי וואלט מען געהאט אפעראטעוועט למחצה לשליש ולרביע זיין צוקונפט.

[tag]חזקיהו המלך[/tag] [tag]חזקיהו המלך[/tag] שריי קריי!!
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ווען איך האב געלערענט אין ישיבה קטנה, נאך אסאך פאר מיינע היינטיגע טעג וואס איך העלף בעניני חינוך ובפרט מיט שוואכע בחורים, געדענק איך טאקע גענוי אזא מעשה מען האט אויפגענומען א נייע מנהל גשמי און זיין ארבעט איז געווען בלויז צו פארשיקן די טראבעל מעיקערס. מיין בעסטע חבר איז געפאלן א קרבן זיין טאטע איז נישט געווען אינוואלווד מיט די ישיבה צופיל ממילא האט דער משלח געהאט א גרינגען פעלד מיט די מאמע. די טענה איז געווען אז דער בחור שטערט און ער באלאנגט אין א קלענערע סביבה סהאט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו. סאיז טאקע געווען א רשעות שאין כמוהו הגם מיין חבר האט שפעטער געזאגט אז סאיז געווען גאר א פיינע זאך דאס אוועקפארן לערנען.

איך וויל אייך אבער זאגען מיט זייער קלארע דיבורים אז היינט איז די מעשה אינגאנצן אנדערשער. א גרויסע מוסד ווי סאטמאר, סקווירא, בעלז, פאפא, באבוב ועוד וועט היינט קיינמאל נישט ארויסווארפן א ישיבה קטנה בחור אויף די גאס. קיינמאל אנדער נאו סורקעמסטענסעס. מען וועט זיך מיט אים פלאגן און פלאגען אבער נישט ארויסווארפן. יעצט ווען סקומט צו פריוואטע ישיבות איז שוין אן אנדערע מעשה. ווען סקומט צו ישיבה גדולה איז שוין אן אנדערע מעשה. ווען סקומט צום ענין וואס מען טוט בכלל אין ישיבה איז שוין אויך אן אנדערע מעשה. ואכמ"ל די טעמים פון די דריי וואס יעדער קען אליינס פארשטיין.

יעצט בדרך אגב לגבי ואס די זאגסט העצן זאלסטו וויסן אז דאס איז באמת סם המות פאר א ראש ישיבה סאיז נישט מעגליך אזוי אנצוגיין אבער מאידך גיסא האט זיך יעדע נארמאלע ישיבה א סיסטעם וויאזוי דאס צו האנדלען צו דורך רעדן פריוואט אדער איז דא גענוג הייסע חסידים וואס נעמן שוין קעיר דערפון כידוע ליודעי דבר.

און צום הייליגען ווינער רב שליט"א געפעלט מיר ווי ער ווארפט אריין צווישן זיינע ווערטער אז א ישיבה בלויז פאר שוואכע קען נישט האבן קיין קיום. לענ"ד האט ער זיך מיט די ווערטער אליינס אלעס אפגעוואנדן. ראשית ווי דען זאלן זיי זיין. והשנית ווער זאגט אייך אז זיי זענען שוואך. בקיצור מען זוכט נאך א משה רבינו. העפי האנטינג
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
פארשפארט