שווארצע טייץ, צניעות'דיג אדער פעשענעבול?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב לעצטנס באמערקט אז די פרויען וואס האבן במסורה צו גיין מיט סימס אויף די טייטס - ווען זיי טוען אן בוטס boots לייגען זיי אויך ארויף סימס...

וכן ראוי לעשות...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גנדי האט געשריבן:פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...

מאנכע מענער וואס גייען שבת מיט א שווארצע שטריימל אויפן קאפ און ווייסע זאקן אויף די פוס,
גייען זייערע ווייבער א ווייסע טורבאן אויפן קאפ און שווארצע טייץ אויף זייערע פוס
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.


די מזוזה אין מיין שלאף צימער האט א ווייסע האלטער. די זעלבע קאליר ווי די מזוזה. הייסט דאס כיס בתוך כיס?

די זעלבע שאלה איז מיט די בגדים תחתונים של אשה. מיט די קאליר פון די לייב. איז דאס כיס בתוך כיס? מעג איך ליינען קריאת שמע אין שלאף צימער?

דוכט זיך מיר עס איז געווען אמאל א תקנות צעטל מען זאל נאר פארקויפען ווייסע אדער בעיזש׳ע בגדים עליונים און בגדים תחתונים. אבער דעמאלטס ווערט דאס א שאלה פון ערוה בעששית...

האט איינער די Skype פון הרב פאלק די ״חפץ חיים פון בגדי אשה״? איך וויל אים ווייזען די קאלירען פון מיין ווייבס וויקטאריע׳ס סודות...
You must be the change you want to see in the world
Sapir
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך Sapir »

איך טענה לאנג שוין. וואס ווייניגער די מענער קענען קאנטראלען די קנאה און חמדה אלס מער פייניגט מען די פרויען.
א חסידישע יונגערמאן וועט באקומען הרהורים פין חמדה ווען ער שטייט און עלעוועטער מיט א זקנה בת שבעים. א מאדערנע וועט ניטאמאל אריינטראכטען ציפיל ווען ער זעהט שיינער יונגע פרוען ביי א חתונה.
והא ראיה א חסידישע לויפט אוועק פין עלעוועטער אין איז אנגעדאסט מנה שחורה אין דער מאדערנע ביי די חתונה קוקט אין פארגינט יענער מעג זיין באפיצט אויך.

פארפאלען.
אנשטאטס שרייען און בלעמען די פרויען, מאך אויף א מוסר ספר אין ארבעט אויף דיין קנאה אין חמדה. נישט אלעס וואס די זעהסט מיסטו האבען
און יא. יא. עס זענען דא שענערע מער באפיצטע פרויען ווי דיין אשת חיל, ענד דיס איז לייף.
ביאטי איז אין די אייז אף די ביהאלדער. Beauty is in the eye of the beholder.
פאר מיר איז זי די בעסטע אין שענסטע.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.


וואס מאכט דיך אזוי זיכער? ווען מען גייט זאקען וואס זענען דורכזיכטיג, און עס איז נאנט צום לייב, איז עס משנה דער צורה פין דער לייב, מהיכי תיתי אז עס איז אסור?

און בכלל, אויב איז דער דרך צו גיין דערמיט אפען איז דאך דא דער סברא אז עס ווערט אויס ערווה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
סקאטש טעיפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 23, 2014 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך סקאטש טעיפ »

איינער שיקט מיר היינט אין אישי בזה''ל
ווארט נאר ווארט נאר א צוויי דריי וואכן, וועסטו שוין באמערקן ווער עס טיט עס אהן לשם סטייל און ווער עס איז לש''ש נתכוונה
נאך פסח איז די סטייל אז מ'טוישט זיך פון שווארץ אויף בעידזש דאס גייט אהן ביז נאך סוכות, אבער דע אלע וואס מיינען עס לשם צניעות בלייבן שוויצען און די שווארצע שטרימפ אפילו אין די היצען.


פרעג איך ענק, ווייסט ער וואס ער רעד?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איחוד פעלד האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.


וואס מאכט דיך אזוי זיכער? ווען מען גייט זאקען וואס זענען דורכזיכטיג, און עס איז נאנט צום לייב, איז עס משנה דער צורה פין דער לייב, מהיכי תיתי אז עס איז אסור?

און בכלל, אויב איז דער דרך צו גיין דערמיט אפען איז דאך דא דער סברא אז עס ווערט אויס ערווה.

דער ערשטער וואס פרעגט לענין וועל איך ענטפערן.
איך האב גשריבן "אסור און נישט צניעות'דיג". רצוני לומר, אז עס איז אסור מחמת דאס וואס עס איז נישט צניעותדיג. ביי פאה נכרית איז דאס איינע פון די צענטראלסטע שאלות, זעט דאס אויס ווי די האר אדער נישט.
איך מיין אז יעדער וועט אגריען אז ווען א פרוי זאל גיין מיט א בגד אויף אנדרע חלקים פון גוף וועלכע זאל זיין אויפגמאלט די צורה פון די גוף אז דאס איז א סתירה מיט צניעות. איז דאך היינו הך ווען דאס איז אויף די פיס.
אם תרצה להתיר ע"פ דברי המשנ"ב, דאס איז שוין עפעס אנדערש, און איך הער.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

הלכות טייטס

שליחה דורך גנדי »

לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן הלכות טייטס.

איך האבן מעיין געווען און חוקר ודורש געווען הלכות טייטס והמסתעף...


די גאנצע הלכות טייטס שטאמט פון די הלכה פון שוק באשה ערוה ביי הלכות קריאת שמע.

לאמיר שוין זאגן אז א פרוי מעג גיין אויפן גאס נאר אויף אן אופן אז אלע מענער זאלן קענען ליינען קריאת שמע פארנט פון איר ווען זיי ווילן - איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים וואס מיינט שוק באשה ערוה.

א תמימות'דיגע שואל - וואס איז נשפע געווארען פון די צניעות געזעצען - פרעגט ר' משה פיינשטיין: אויב מען מעג גיין מיט דינע טייטס.

ר' משה - די פוסק הדור פון הרב פאלק - ענטפערט זייער שיין.

ממה נפשך אויב איז שוק באשה ערוה נאר ביז די קני - דארף מען נישט גיין מיט זאקן בכלל. אויב איז שוק באשה ערוה ביז די קנעכל - דעמאלטס דארף מען גיין מיט די קלייד ביז די קנעכל.

אבער מיר פסק'נען אזוי ווי די משנה ברורה (מ"ב עה, סק"ב) אז שוק באשה ערוה איז נאר ביז די קני - און אלע פרויען קענען גיין אן זאקן.

די עצם זאך אז מיר פארלאנגן נישט א קלייד ביז די ערד איז ווייל מיר אלע פסק'נען ווי די משנה ברורה. די וואס גייען טייטס איז לחומרא בעלמא לפנים משורת הדין. און עס איז נישט שייך צו טענה'ן הלכות אין א חומרא.

סוף פסוק. הערטס אויף צו דרייען א קאפ מיט די זאקן! ווער עס טוט בכלל אן זאקן, טוט דאס לפנים משורת הדין, ותבוא עליה ברכה.


דא איז די הייליגע ווערטער פון ר' משה די פוסק הדור

שו"ת אגרות משה

אבן העזר חלק ד סימן ק

ו. אם יש טעם להקפיד שילכו הבנות באנפילאות כשאין מקפידין שלא יהו דקות כך שהבשר לא יראה מתוכן.

ובהא שיש אנשים שמקפידים שלא ילכו נשותיהן ובנותיהן בלא אנפילאות על רגליהן אבל אין מקפידין שיהיו האנפילאות באופן שא"א להראות שכתר"ה הקשה דאיזה חלוק יש דאם חשיבין לערוה גם למטה מהארכובה שקורין קני"א אין מועילין כלום דערוה בעששית אסור ואם כהמ"ב שאינו בדין ערוה אין צורך אנפילאות, האמת הוא שהוא לצניעות יותר מחמת שלהלכה עד הקני"א אינו ערוה. אבל איכא גם טעם להצניעות בזה משום שבעצם אין החוטים אף מהאנפילאות הדקין שייך שיראה בשר הרגלים והראיה שכשהן צבועין לבן ושחור לא נראה בשר הרגלים ורק מחמת שצבועין בצבע כמראה הבשר לכן נמצא שבעצם הם מכוסין ולא נראין כלל רק שנדמה לאינשי כנראין, שלכן אף במקום שהוא בדין ערוה ממש נמי הא איכא חלוק מאחר דעכ"פ הערוה מכוסה אך שיש לאסור משום דאיכא הרהור עכ"פ מזה שנראין כבשר וא"כ באם הוא מקום שאינו מביא לידי הרהור כהא דלמטה מארכובה אף אם היה עכ"פ בדין ערוה לא היה שום איסור, ונוגע לדינא ממש בקטנות שליכא הרהור אך שמ"מ הוא בדין ערוה שיהיה מותר באנפילאות כאלו, וזהו אולי טעמם

והנני ידידו
משה פיינשטיין
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:פארוואס מעגן מענער גיין שווארצע אדער ווייסע זאקען אין שבת און פרויען נאר בעיזש׳ע זאקען.

איך האלט אז מענער זאלן אויך מוזען גיין נאר מיט בעיזש׳ע זאקען שבת...

.


אפשר דארף מען גרינדן א פרישער אשכול פאר הלכות טורבאן ובאנדאנעס, אבער וויבאלט מ'רעדט שוין דערפון דא וועל איך עס אהער שטעלן.
קען איינער מסביר זיין פארוואס שבת גייען פרויען מיט ווייסע טורבאנס? פרייטאג צונאכטס איז איינגעפירט ביי אסאך חסידישע קהילות מחמת איזה סיבה צו גיין מיט א ווייס טיכל. אבער שבת בייטאג גייט מען דאך נישט ווייס, סיי די וואס גייען מיט א שייטל און סיי די וואס גייען אראפגעבינדען. איז ווי קומט עס אז נאר ווען מ'גייט מיט א טורבאן דארף עס זיין ווייס?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ווייל אויך א שירצל גייט מען נאר ביינאכט, ס'איז ווייל שבת ביינאכט איז די ריכטיגע צייט פון אהבה און המשכת דורות, דאס איז די אמת'ע סיבה אויף די גאנצע מערכה פרייטיג צו נאכטס.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

גנדי חלב עכו"ם טרינקסטו אויך? אין ביי דיינע שמחות איז דא א מחיצה עשרה טפחים?
אויב יא כל הכבוד שיק ארויס דיין ווייב אהן זאקן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
Sapir
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך Sapir »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווייל אויך א שירצל גייט מען נאר ביינאכט, ס'איז ווייל שבת ביינאכט איז די ריכטיגע צייט פון אהבה און המשכת דורות, דאס איז די אמת'ע סיבה אויף די גאנצע מערכה פרייטיג צו נאכטס.

ביסט א חולה?
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

לית דין בר נש האט געשריבן:גנדי חלב עכו"ם טרינקסטו אויך? אין ביי דיינע שמחות איז דא א מחיצה עשרה טפחים?
אויב יא כל הכבוד שיק ארויס דיין ווייב אהן זאקן!


ניין. איך טרינק נישט חלב סתם. ווייל רוב פוסקים האבן געהאלטן אנדערש ווי ר׳ משה.

ביי שמחות האלט ר׳ משה מען מעג זיצען צוזאמען אן א מחיצה. די מחיצה עשרה איז נאר ביים דאווענען.
מיינע שמחות מאך איך אין די ביליגסטע זאל. זיי שטעלן צו די מחיצות.

מיין ווייב גייט מיט נערישע בעיזש׳ע טייטס. וואס אפאר מענטשען האבן אזוי אפגעמאכט בלי שום סיבה און בלי שום בסיס אין הלכה. מנהג אדער מסורה.

מיין ווייב גייט נישט ארויס בארפיסיג נישט ווייל על פי הלכה טאר מען נישט. נאר וועגן קאלטשור!
אזוי ווי די אייריש טוען אן גרין. א כלה קלייד איז ווייס. א פייערטראק איז רויט. אין גוגל איז קאלירפול - אזוי ווייסט יעדער אז בעיזש׳ע טייטס איז חסידיש.

די האסט א טעות. דאס איז נישט א חידוש פון ר׳ משה. ער איז נישט קיין יחיד. דאס שטייט קלאר אין משנה ברורה. וואס יעדע אידיש הויז האט. אין אזוי האלטן רוב פוסקים.

דאס איז די הלכה. דאס איז די פאקט. זאת התורה לא תהא מוחלפת. אפילו אונזער חסידישע קאלטשור זאגט אנדערש.

אז מיין שוועסטער האט אפגעמאכט צו מאכן א געלע קאליר טעמע פאר איר משלוח מנות. זאל איך זיך טעהנן מיט איר אויב עס זאל זיין ליכטיג געהל אדער טונקעל געהל?

ווען מיין קליינע אינגל פארשטעלט זיך ווי א כהן גדול. זאל איך עם זאגן אז די קאליר פון זיין אפוד איז נישט גוט? אדער זיין מצנפת דעקט נישט צו רוב קאפ?

אונזער בעיזש׳ע טייטס איז די חסידישע קאסטיום פאר די פרויען. אזוי ווי די ר״ת גאטשעס פאר די מענער.

איך ווארט ווען עס וועט ארויסקומען א הלכה ספר אז די מענער גאטשעס זאל זיין לכל הפחות 4 אינטשעס נאך די קני. דווקא ווייס. דווקא פון די דיקע סחורה וואס מען קען נישט דורך זעהן. דוקא די ברייטע הארטע וואס מען זעהט נישט צורת הרגל...

די גאנצע נושא איז ״נונסענס״. מיר טעהנן זיך נישט אין הלכה. מיר טעהנ׳ן זיך אין הלכות קאלטשער...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שווארצע טייץ איז אבסעלוטלי פעשענעבול! אבער ווער פאר א גוט יאר האט אונז איינגערעדט אז פעשענעבול איז נישט צניעותדיג??? :roll: :roll: :roll:
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
סקאטש טעיפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 23, 2014 6:04 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך סקאטש טעיפ »

יין שרף האט געשריבן:שווארצע טייץ איז אבסעלוטלי פעשענעבול! אבער ווער פאר א גוט יאר האט אונז איינגערעדט אז פעשענעבול איז נישט צניעותדיג??? :roll: :roll: :roll:

פעשענבויל???
איז ווי גייט עס ציזאמען מיטן שפיצעל?
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

Sapir האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווייל אויך א שירצל גייט מען נאר ביינאכט, ס'איז ווייל שבת ביינאכט איז די ריכטיגע צייט פון אהבה און המשכת דורות, דאס איז די אמת'ע סיבה אויף די גאנצע מערכה פרייטיג צו נאכטס.

ביסט א חולה?

חולת אהבה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

אלץ איינער וואס איז נייער ווי סקאטש.. באוואונדער איך ווי שיין און הומעריסטיש א זאך ווערט דא דורכגעטון. קיפיטאפ!
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

ווי איך האב מיך נאכגעפרעגט פסק'ט מען ביי אונז (ווער איז אונז זאל זיך יעדער פרעגן אליינס א שאלה) נישט ווי די משנה ברורה, וואלט ער געפסק'ט לחומרא וואלט מע אוודאי אנגענומען זיין מיינוג אבער אזויווי ער האט נישט זוכה געווען און געפסק'ט לקולא זאגט רב וואזנער (פוסק הדור) אז ער'ט נישט פארשטאנען די מציאות פון וואס ער בויט די הלכה (צו איז רב וואזנער קוואליפייד מער ווי די חפץ חיים לאז איך פאר יעדעם אליינס מחליט צו זיין)

וויל איך פארשטיין לויט אונז וואס אונז נוץ מיר דיקע שטרימפ ווייל שוק באשה ערוה איז אונטער די קניען איז די שטרומפ ע"כ גענוג דיק, וואס איז א חילוק ווי לאנג דאס שעסל איז?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דאס איז דאך די סתירה דא, און הרב וואזנער במחכ"ת וועט מען מוזן זאגן אז ס'איז געווען א תלמיד טועה... אבער אויב איז שוק ביזן קני, ברויך אונטער דעם נישט זיין צוגעדעקט אזויווי די הענט, אויב פסקנסטו לחומרא אז שוק איז די גאנצע פוס, ביזטו נישט יוצא אפילו מיט די דיקע שטרימפ וויבאלד ס'האט די צורה פון די פוס, און אויב וועסטו ע"כ זאגן אז די צורה איז נישט מעכב וויבאלד ס'איז סוכ"ס צוגעדעקט, אויב אזוי מאי שנא די אויבערשטע האלב שוק צו די אונטערשטע האלב "שוק"?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

אמת, טעאריש זיכער, הגם מיטן פרעגן די לענג פונם שעסל האב איך נשיט דא ס געמיינט,
אבער קיין איין היימישער רב פסק'ט דאך נישט אזוי ווייל די מינוט איינער פסק'ט אזוי ווערט ער אויס היימיש, בלייב מיר ווייטער מיט אונזעק עקסלוסיוו הלכות
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

דאס געשעהט ווען ביי אונז איז ליידער

״קולטור״ מאכט ״הלכות״

אנשטאט וואס פאר תורה טרייע אידן וואלט געדארפט זיין אז:

״הלכות״ זאל איינטיילן פאר אונזער ״קולטור״

מיר זענען ליידער געווארען ככל הגויים בית ישראל.
די בריטישע. אמעריקאנע. פראנצוזישע. כינעזע און רוסישע האבן קולטור און מנהגים. אזוי אויך האבן מיר חסידישע אידן קולטור און מנהגים וואס קיינער פארשטייט נישט און פיל מיט סתירות.

די פראבלעם איז נאר ווען מען שרייט אז דאס איז הלכות און יסודות אין יודישקייט...
You must be the change you want to see in the world
פארשפארט