וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?
"געב עס צוויי יאר, און כולל איז א פארגאנגעהייט, די גאנצע באבעל גייט איין טאג קראכן"!!!!
האט איר שוין געהערט אזאלכע ווערטער אדער עפעס דומה לזה? אוודאי אז יא, די פזמון הערט זיך שוין די לעצטע 7, 8, יאר, און...... גארנישט, מען איז נאך אלס דא; די כולל סטאקס בליען א מחי', עס איז א נחת, יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה, מען איז זיך משלים אין כל מיני מקצועות, די כולל'ם זענען געשטאפט ווי קיינמאל פריער, עס איז א מחי'; נו וויל איך ענק פרעגן א פשוטע מיליאן דאללער פראגע, מהיכן ירק זה חי? וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי שטופט דער כולל יונגערמאן דורך די טאג טעגליכע לעבן?
שוין פאר די לעצטע צען יאר ( אויב נישט מער) איז סעקשן 8 א פארגאנגענהייט, און בלויז עפעס וואס אונזערע זיידעס האבן געקענט געניסען פון. קומט אויס אז היינט צוטאג דארף א יונגערמאן אליין באצאלען די געשוואלענע רענט פרייזן, און געבן צדקה בהרחבה פאר זיין גוט הארציגען לענדלאוירד. food stamps פונם דערבארימדיגער פעטער, דעקט קוים האלב פון די גראסערי ארדער, און צומאל דאס אויך נישט, נו וויאזוי מאכט מען דאס? איך זיך נישט דא קיין עצות, אדער ארויפלייגן די שולד אויף איינעם, איך וויל פשוט און גראד פארשטיין די מאטעמאטיק חשבון וויאזוי עס ארבעט, און וויאזוי א כולל יונגערמאן שטופט דורך דעם טאג.
לאמיר עס אביסעל צולייגן מער בפרטיות, לאמיר זיך באציען צו דעם טיפיקעל יונגערמאן, וואס זיין טאטע און זיין שווער האבן געדארפט ארויס נעמען א הלוואה כדי איהם חתונה צו מאכ'ן, אדער אפילו אויב נישט, אבער צו שטיצען דעם זון-איידעם מיט א אלף'ל א חודש, מאן דכר שמיה. ממילא דער גאנצער עול הפרנסה פאלט נעבעך ארויף אזוי טראגיש אויף אונזער צדיק וואס האט שוין ברוך השם זוכה געווען צו צוויי זיסע לעכטיגע קינדערלעך. און אונזער חתן דינן זיצט און לערנט בהתמדה רבה אין כולל, און איז זיך משלים אין הלכות שבת, אדער סיי וואס.
זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).
גראסערי קאסט איהם בערך 120.00 דאללער א וואך, דאס מיינט 480.00 א חודש.
פלייש, בערך 85.00 דאללער א חודש.
געז-לעקטיר, 120.00 דאלער א חודש.
סעלפאון פאר זיך און די בני בית, בערך 60.00 דאללער א חודש.
בעבי סיטינג - פלעי גראפ, בערך 700.00 א חודש.
מקוה, 40.00 דאללער א חודש
לאמיר מאכ'ן א סאך הכל, דאס קומט אויס די פאנטאסטישע סומע פון: $2,885.00 (יא יא דו זעהסט גוט קוק נישט איבער.)
און דאס איז חוץ, פעמפער"ס, גויטע, שיך, קליידער, ספרים, פלאמבער ווען דאס קליינער ווארפט אריין אפאר שפילצייג אין טוילעט, און חוץ אלע הוצאות פון פאר יעדע יום טוב וואס איז נעבעך הימל שרייענד.
לאמיר געבן א בליק אויף די הכנסות, ווי פאלגענד; די ווייב איז חלילה נישט געגאנגען ארבעטען אין א אפיס, ווייל.........?! ( איינער ווייסט אפשר?) און למעשה איז זי א שולע לערערין, אדער גאר א הויך שולע לערערין, און זי ברענגט אהיים דאס נארהאפטיגע סומע פון 250.00 דאללער א וואך, וואס דאס קומט אויס צו, 1000.00 א חודש.
דער מאן לערנט אין תהילת יואל, אברכים, הופער, אוו קומט אהיים מיט 400.00 דאללער א חודש,( אויב קומט ער באצייטנס, און נעמט אלע בחינות) ביינאכט גייט ער אויך אין כולל ברענגט ער אהיים נאך 200.00 דאללער א חודש, פארטאגס??? ( מיט צוויי קינדער? א מכה.)
נאכדעם, food stamps, ברענגט אריין נאך 600.00 דאללער א חודש.
לאמיר מאכן דעם סך הכל: 2200.00 א חודש.
קומט אויס אזוי; די הכנסות זענען: 2200.00, און די הוצאות זענען: 2885.00. דאס טייטש אז עס איז דא א חסרון פון 685.00, נו פון וועלכע בוים נעמט מען די געלט? אוואו וואקסט דער בוים? און דאס איז חוץ אלע אויבער דערמאנטע זאכן וואס איז נישט דערמאנט געווארן אין די הוצאות.
איז רבותי עפעס א קאץ ליגט דא באגראבן,( חוץ אויב מיין רעכנער גוססט שוין.) וויאזוי מאכן זיי דאס???! אפשר קען איינער דא אביסעל אויסקלארן דעם ענין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
ליידער ליידער איז דאס די מצב
די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
די אינגערמאן מאכט אין כולל 600
קרעדיד קארד פוינטס טאמער צוטיילט מען עס פער חודש 300
פוד סטעמפס 500
אינגערמאן לערנט ביינאכט מיט א אינגעל 300
טעקס ריטארן טאמער צוטיילט מען עס אויפן חודש 1000
יעצט א אינגערמאן וואס גייט ארויס ארבייטען:
בויגינער ד'זאב 2300 אלץ אויפן ביכער האט נישט קיין פוט סטעמפס אין טעקס ריטארן
אין דא קומט צו הוצאות ווי קאר סמארט פאון וגו'
ווער שטייט בעסער?
נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען
די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
די אינגערמאן מאכט אין כולל 600
קרעדיד קארד פוינטס טאמער צוטיילט מען עס פער חודש 300
פוד סטעמפס 500
אינגערמאן לערנט ביינאכט מיט א אינגעל 300
טעקס ריטארן טאמער צוטיילט מען עס אויפן חודש 1000
יעצט א אינגערמאן וואס גייט ארויס ארבייטען:
בויגינער ד'זאב 2300 אלץ אויפן ביכער האט נישט קיין פוט סטעמפס אין טעקס ריטארן
אין דא קומט צו הוצאות ווי קאר סמארט פאון וגו'
ווער שטייט בעסער?
נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
עבדים היינו. דאס איז איין תירוץ. נאמבער צוויי, דא איז אפאר זאכן וואס די חברה טוען:
1) מ'דרייט מיט קרעדיט קארדס און מ'זאמעלט פוינטס.
2) מ'טראגט זיך אן אלס אגענט פאר 'עמביט' און מ'דרייט די נערווען פון גאנץ כלל ישראל.
3) מ'לערענט מיט קינדער משניות פאר אפאר גראשן.
פרעגסט אבער א גוטע קשיא, און די תירוץ איז אז די וואס זענען נעבעך פארשפארט אין כולל זענען גרויסע רחמנות'ן, און מ'דארף מתפלל זיין פאר זייער שנעלע באפרייאונג. לאמיר נאר דאנקן גאט אז אנדערש ווי אין ישראל, באקומען נישט די אינגעלייט אין אמעריקע קיין לעבנס לענגליכע טורמע, נאר א צוויי-דריי יאר סענטינס.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
נ.ב. כ'האב נישט געלערנט אין כולל אפי' פאר איין חודש, גלייך געגאנגען ארבייטען
שטילע לכאורה ביסטו דער וואס דיין שווער האט דיר גיפרעגט ביים שידוך אויב די גייסט זיין אין כולל א האלבע טאג אדער א גאנצע טאג? אין גיענטפערט קען זיין אפילו פאר צוויי טעג!!!
גראדע דיין בילד זעהט אויס ווי די האסט אסאך יארן גיקוועטשט אין כולל!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין מקוה בור בשעת מען כאפט א טבילה אונטערן וואסער
ווייל ביי די בענק ווי מ'טוט זיך אן, האט שוין די ממשלה אריינגעבויעט קליינע ווייער'לעס מייקראפאונס, וועלכע ארבעטן מיט בלו-טוט. פון ווי ווייס איך? כ'בין איינמאל געבליבן אין מקוה שבת אינדערפריה נאך וואס די זייגער האט פארלאשן די לייטס, האביך באמערקט אז ס'קומען ארויס זיקוקין דנורא (יש גורסין דנהורא) פון צווישן די ווענט...

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
איך האב ערגעץ געליינט דא אין שטיבל אז רביצין אסתר יונגרייז האט אמאהל געזאגט אויף איר טעלעוויזיע שאו, היא הנותנת! וויבאלד בדרך הטבע קען זיך א רעגלמעסיגע יונגערמאן נישט אויסהאלטן, ואף על פי כן לעבט דער עולם כמנהגו נוהג, איז א סימן אז כך גזרה חכמתו יתברך און אידעלעך זענען למעלה מהשגת אנוש, וקצרה שיכלם ואבד שיברם פון די גויים ווען עס קומט צו פארשטיין נבכי עקענאמיע שלנו.
(- - -)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ליידער ליידער איז דאס די מצב
די פרוי טיטשט צוויי פארמיטאג אין קלויזענבורג נאכמיטאג אין סאטמער ס"ה 1900
ן
וואס???!!!!! אן מערבין ........ שמחה בשמחה!
אויף די 1900 נאמבער פרעגסטו גארנישט..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
א חבר מיינער וואס פארדינט לערך 250 א וואך האט לעצטענס געהאט אן אודיט פון די irs און זיי האבן אים אויסגעפייניגט מיט די טענה אז עס קען נישט זיין אז ער פארדינט נישט מער ווייל די עוורידזש סטאטיסטיקס ווייזן אז א שטוב מיט זעקס קינדער דארף בערך 60,000 א יאר אויף צו לעבן. אפילו נאכ'ן אויפווייזן אז ער באקומט פ. ס., וויק, מעדיקעיד וכדומה האט נאך אלץ געפעלט 15-20 טויזענט דאלאר און זיי האבן אים מחייב געווען שטייער אויף די געלט, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס אויפווייזן. זיי האבן געזאגט אז ער האט די ברירה צו גיין אין קארט אויפווייזן אז זיי זענען נישט גערעכט.
ישמע חכם ויוסיף לקח
ישמע חכם ויוסיף לקח
פארדריי די דיר דיין קאפ
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).
די פרייזן האלטן שוין היבש העכער.
מצטמק, האסט זייער גוט ארויס געברענגט דעם ווייטאג. ווען דער יונגערמאן האלט כאטש ביים לערנען איז א האלבע צרה, איז ער זיך כאטש ממית באהלה של תורה. אבער אז ער גייט אין כולל בלויז ווייל ער שעמט זיך צו גיין ארבעטן און ווייל יעדער גייט, דאס איז א חורבן. ער האט נישט די וועלט און נישט יענע וועלט, נישט רוחניות און נישט גשמיות, נישט צום לעבן און נישט צום שטארבן.
נישט אומזיסט איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע געווען אזוי ברוגז אויף כוללים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דריידל האט געשריבן:א חבר מיינער וואס פארדינט לערך 250 א וואך האט לעצטענס געהאט אן אודיט פון די irs און זיי האבן אים אויסגעפייניגט מיט די טענה אז עס קען נישט זיין אז ער פארדינט נישט מער ווייל די עוורידזש סטאטיסטיקס ווייזן אז א שטוב מיט זעקס קינדער דארף בערך 60,000 א יאר אויף צו לעבן. אפילו נאכ'ן אויפווייזן אז ער באקומט פ. ס., וויק, מעדיקעיד וכדומה האט נאך אלץ געפעלט 15-20 טויזענט דאלאר און זיי האבן אים מחייב געווען שטייער אויף די געלט, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן עפעס אויפווייזן. זיי האבן געזאגט אז ער האט די ברירה צו גיין אין קארט אויפווייזן אז זיי זענען נישט גערעכט.
ישמע חכם ויוסיף לקח
דו ווייסט דאך אז זיי זענן גרעכט. גיבט ער איין אלעס וואס ער און זיין פרוי פארדינן?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
אסאך יונגעלייט לעבן אויף הלוואות. לויט די איי. אר. עס. איז א פרייע הלוואה - א הלוואה וואס טראגט נישט קיין רבית - פארעכענט אלץ א מתנה, וואס איז טעקסעבל! דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב א יונגערמאן ווייזט אויף אז ער לעבט אויף חובות, ברויך ער נאך אלץ איינצאלען טעקס.
נ.ב. זיך ריגיסטרירען אלץ א דעמאקראט - אנשטאט נאכלויפן יוסי ג. וכו' צו הייסן א ריפובליקאנער - האט שוין געהאלפן רבים וכן טובים נישט צו האבן אן אודיט פון די איי. אר. עס.
נ.ב. זיך ריגיסטרירען אלץ א דעמאקראט - אנשטאט נאכלויפן יוסי ג. וכו' צו הייסן א ריפובליקאנער - האט שוין געהאלפן רבים וכן טובים נישט צו האבן אן אודיט פון די איי. אר. עס.
(- - -)