וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

"געב עס צוויי יאר, און כולל איז א פארגאנגעהייט, די גאנצע באבעל גייט איין טאג קראכן"!!!!

האט איר שוין געהערט אזאלכע ווערטער אדער עפעס דומה לזה? אוודאי אז יא, די פזמון הערט זיך שוין די לעצטע 7, 8, יאר, און...... גארנישט, מען איז נאך אלס דא; די כולל סטאקס בליען א מחי', עס איז א נחת, יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה, מען איז זיך משלים אין כל מיני מקצועות, די כולל'ם זענען געשטאפט ווי קיינמאל פריער, עס איז א מחי'; נו וויל איך ענק פרעגן א פשוטע מיליאן דאללער פראגע, מהיכן ירק זה חי? וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי שטופט דער כולל יונגערמאן דורך די טאג טעגליכע לעבן?

שוין פאר די לעצטע צען יאר ( אויב נישט מער) איז סעקשן 8 א פארגאנגענהייט, און בלויז עפעס וואס אונזערע זיידעס האבן געקענט געניסען פון. קומט אויס אז היינט צוטאג דארף א יונגערמאן אליין באצאלען די געשוואלענע רענט פרייזן, און געבן צדקה בהרחבה פאר זיין גוט הארציגען לענדלאוירד. food stamps פונם דערבארימדיגער פעטער, דעקט קוים האלב פון די גראסערי ארדער, און צומאל דאס אויך נישט, נו וויאזוי מאכט מען דאס? איך זיך נישט דא קיין עצות, אדער ארויפלייגן די שולד אויף איינעם, איך וויל פשוט און גראד פארשטיין די מאטעמאטיק חשבון וויאזוי עס ארבעט, און וויאזוי א כולל יונגערמאן שטופט דורך דעם טאג.

לאמיר עס אביסעל צולייגן מער בפרטיות, לאמיר זיך באציען צו דעם טיפיקעל יונגערמאן, וואס זיין טאטע און זיין שווער האבן געדארפט ארויס נעמען א הלוואה כדי איהם חתונה צו מאכ'ן, אדער אפילו אויב נישט, אבער צו שטיצען דעם זון-איידעם מיט א אלף'ל א חודש, מאן דכר שמיה. ממילא דער גאנצער עול הפרנסה פאלט נעבעך ארויף אזוי טראגיש אויף אונזער צדיק וואס האט שוין ברוך השם זוכה געווען צו צוויי זיסע לעכטיגע קינדערלעך. און אונזער חתן דינן זיצט און לערנט בהתמדה רבה אין כולל, און איז זיך משלים אין הלכות שבת, אדער סיי וואס.

זיין דירה האט ער געלויבט גאט קובע געווען אין דעם עיר ואם בישראל ווילאמסבורג, וואס ער צאלט, (מילד גערעדט) 1400.00 דאללער א חודש פאר זיין איין אין א האלב בעדרום דירה, (ליין קלאזע"ט).
גראסערי קאסט איהם בערך 120.00 דאללער א וואך, דאס מיינט 480.00 א חודש.
פלייש, בערך 85.00 דאללער א חודש.
געז-לעקטיר, 120.00 דאלער א חודש.
סעלפאון פאר זיך און די בני בית, בערך 60.00 דאללער א חודש.
בעבי סיטינג - פלעי גראפ, בערך 700.00 א חודש.
מקוה, 40.00 דאללער א חודש
לאמיר מאכ'ן א סאך הכל, דאס קומט אויס די פאנטאסטישע סומע פון: $2,885.00 (יא יא דו זעהסט גוט קוק נישט איבער.)
און דאס איז חוץ, פעמפער"ס, גויטע, שיך, קליידער, ספרים, פלאמבער ווען דאס קליינער ווארפט אריין אפאר שפילצייג אין טוילעט, און חוץ אלע הוצאות פון פאר יעדע יום טוב וואס איז נעבעך הימל שרייענד.

לאמיר געבן א בליק אויף די הכנסות, ווי פאלגענד; די ווייב איז חלילה נישט געגאנגען ארבעטען אין א אפיס, ווייל.........?! ( איינער ווייסט אפשר?) און למעשה איז זי א שולע לערערין, אדער גאר א הויך שולע לערערין, און זי ברענגט אהיים דאס נארהאפטיגע סומע פון 250.00 דאללער א וואך, וואס דאס קומט אויס צו, 1000.00 א חודש.
דער מאן לערנט אין תהילת יואל, אברכים, הופער, אוו קומט אהיים מיט 400.00 דאללער א חודש,( אויב קומט ער באצייטנס, און נעמט אלע בחינות) ביינאכט גייט ער אויך אין כולל ברענגט ער אהיים נאך 200.00 דאללער א חודש, פארטאגס??? ( מיט צוויי קינדער? א מכה.)
נאכדעם, food stamps, ברענגט אריין נאך 600.00 דאללער א חודש.
לאמיר מאכן דעם סך הכל: 2200.00 א חודש.
קומט אויס אזוי; די הכנסות זענען: 2200.00, און די הוצאות זענען: 2885.00. דאס טייטש אז עס איז דא א חסרון פון 685.00, נו פון וועלכע בוים נעמט מען די געלט? אוואו וואקסט דער בוים? און דאס איז חוץ אלע אויבער דערמאנטע זאכן וואס איז נישט דערמאנט געווארן אין די הוצאות.

איז רבותי עפעס א קאץ ליגט דא באגראבן,( חוץ אויב מיין רעכנער גוססט שוין.) וויאזוי מאכן זיי דאס???! אפשר קען איינער דא אביסעל אויסקלארן דעם ענין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר