איך בין נישט מסופק, איך זעה בכלל נישט די שייכות צווישן די צוויי, און קיינער אין די מידיע האט דאס נישט פראבירט צוזאמצושטעלן. דא זענען געווען א גרופע פריוואטע מענטשן וואס האבן פראבירט ארויסצוהעלפן וועבערמאן, דאס ווייזט לגמרי נישט אויף זיין שולד, און ווען איך בין ווען די דזשאדזש וואלט איך עס נישט אנגעקוקט אזוי.
מען דארף אויף הערען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין.
אין הכי נמי אפי יעדער האט דיר שוין ארויסגעוויזן אז די סטעטמענט איז טיפשות קען איך מיר נישט איינהאלטן אין איך מיז אויך ארויס ברענגען אז איך האלט אזוי. וואס?? האלסט אז די שופט האט נישט קיין שכל? ער פארשטייט נישט אז א מענטש וויל זיך זעהן ארויס פין א פראבלעם אפי' ער איז הינדרעט פארצענט גערעכט (אין נאכדערצי ביי אזאליכע קעסעס)? וויפל וואלסטי געאפפערט? וואלסט דיר נישט אויסגעטין די הויזען אבי נישט צי זיצען? ניץ די דשעלי אין קאפ פאר איר שרייבט עפעס פליז.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
אוודאי איז קיין איין סיסטעם נישט פערפעקט, אבער ס'ווענט זיך וואו די אימפערפעקשיניזם קלאפט אויס! -- אין אמעריקע האט די אימפערקט סיסטעם אויסגעקלאפט אז הינדערטער טויזענטער מענטשן זיצן אין דזשעיל פאר חטאים אין דיני ממונות מעגן זיי זיין פוירסט אפענדערס אדער סתם זיך "אנגעשטאלפערט" אינעם געזעץ.
פארוואס -יידל- איז אמעריקע נומער 1 מיט אירע בירגער אין תפיסה ?? ס'דא איבער 2 מיליאן פריזענערס אין אמעריקע!
דו האסט דערמאנט "כינע" אלץ א גוטער וויץ, - דו ווייסט אז איך האב נישט געמיינט אז כינע איז בעסער - קוק אבער אהער, טשיינע האט 4 מאל אזויפיל בירגער און נאר האלב אזויפיל פריזענערס אין זייערע דזשעילס!
רוצחים אין אמעריקע האקן א טאג! די לויערס האבן אלע מינע טריקס און דיפענסעס ארויסצוזעהן אדער צו פארמינערן א מערדער פון תפיסה. איך רעד נישט פון קעיסי ענטאני (וואס דאס איז א הימל געשריי פאר זיך, זי וואלט געזיצן היינט אויב וואלט געווען די זעלבע עווידענס אז זי האט געגאנבעט א פעני פון די רעגירונג!) קוק ווי יאנקל רויזענבוים'ס מערדער ימ"ש דרייט זיך פריי!
יא! דאס איז אמעריקע! די לאנד "וואו יעדער בירגער איז איין מיסטעיק אוועק פון דזשעיל"! --------- אמעריקעס ליגעל סיסטעם איז די בעסטע אין די וועלט פאר ריכטיגע קרימינאלן וואס האבן אלע מינע וועגן זיך ארויסצודרייען פון דזשאסטיס עיין קעיסי ענטאני קעיס.
מיט וואס איז קאנאדע, בריטאניע, דענמארק, שווייץ, (אקעי, דא האב איך א נגיעה) אויסטראליע, שוועדן ווייניגער "מלכות של חסד" פון אמעריקע? (שוועדן האט עקשועלי געראטעוועט אידן ביי די האלאקאוסט)
אונזערע מלמדים האבן אונז גוט געברעינוואשט.
אקעי מ'דארף אפטיילען פאר א עקסטע אשכול.
אמעריקע: די מלכות של תפיסה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
If convicted, Mr. Rubin faces up to seven years in prison. Joseph and Hertzka Berger each face a year in jail, and Jacob Berger faces up to four years.
נ.י. טיימס
actually; i'm using my blackberry more than my computer
אלא מאי, מוזען די פארשאלטענע גוים קומען צו די געמיינע מסקנה, אז ווען איינער האט אזוי מורא פארען יום הדין, אז ער מוז צאלען א מחצית השקל כדי צו פארשווייגען, מוז דאך זיין אז ער האט פשוט מורא די בוימעל זאל נישט אויף שווימען אויף'ן וואסער.
און נאך אמאהל, אוודאי פאר אונז אידען וואס מיר ווייסען נעבעך דער אמת, אז די גאנצע מעשה איז א קאנספיריסי, ווייל ער האט זי קאליע געמאכט און אוועק גענומען איר בוי פרענד, און מען האט איר געגעבען די נויטיגע אינפארמאציע צו קענען פארבריצירען אזעלכע געמיינע קלאגעס, ווייסען אז פאר נ.וו. לוינט זיך צו אפערען כל חללי דעלמא, ווייל ער וועט זיכער ארויסגיין אומשילדיג באשולידיגט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).