איך בין א מחוצף!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

איך בין א מחוצף!

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]דעם שבת האב איך פרובירט מחזק צו זיין א איד, ער האט זיך מיר אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך זייער שטארק פינאנציעל, ער קען זיך נישט צוזאמנעמען און זיך מסדר זיין. איך האב אים פרובירט מחזק צו זיין אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג, ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה, די פיין און ליידן וועט נישט צו לאנג אנהאלטן. און דאן וועט דיר כאטש איבערבלייבן די גוטע זאכן וואס דו האסט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, די מצות ומעשים טובים דאס וועט דיר באגלייטן, בהתהלכך תנחה אותך בשכבך תשמור עליך והקיצות היא תשיחך.

ענטפערט ער מיר מיט א ביטערן שמייכל -- 'הרי זה בא לחזק ונמצא חוזק'. דאס איז טאקע דיין נחמה? דערווייל האסטו נאר ערגער געמאכט דעם מצב, אויב בגשמיות בין איך טיף אין דער ערד, בין איך ברוחניות נאך א שיינע פאר שטאק נידריגער. נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען, און די ביסל וואס איך טוה יא האט יענץ פנים, אז דו דערמאנסט מיר פון לאחר מאה ועשרים ווערט מיר קאלט אין די ביינער, עס זעהט מיר נישט אויס אז איך וועל קענען עפעס מיטטראגן אהין.

האב איך אים דערציילט די באקאנטע מעשה פון בעש"ט אז ער האט אמאל צוגעזאגט קינדער פאר איינעם וואס האט בדרך הטבע נישט געקענט האבן קיין קינדער, איז דאן ארויס א בת קול אז ער האט פארלוירן זיין חלק לעוה"ב, אויף די מינוט איז דער בעש"ט געווארן צושרויפט, אבער ער האט זיך גלייך צוריק געכאפט און געזאגט: וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן עוה"ב! און פארשטייט זיך אז זיין שכר איז נאך גרעסער געווארן, דאס איז די גרעסטע מדריגה צו דינען דעם אייעבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאג איך דעם איד, יעצט ביזטו אויף די זעלבע מדריגה פון בעש"ט. דו פיהלסט אז קיין עוה"ב וועסטו שוין נישט האבן, יעצט איז יעדע מצוה וואס דו טוסט יא אסאך מער חשוב, דו טוסט עס ממש נאר פארן אייבערשטנס וועגן, און פארשטייט זיך אז די שכר אויף דעם איז אסאך גרעסער.

אהרן הכהן האט זיך געשעמט אריינצוגיין טוהן די עבודה אין משכן, ביז משה רבינו האט אים געמוזט אנשרייען: "למה אתה בוש? לכך נבחרת!", ווען מען לערנט די רש"י קען עס עפעס אויסזעהן ווי די בילדער אין כל העולם כולו, אינדערמיט איז דא א שיינעם טאץ מיט פרוכט און טרויבן, פון די צוויי זייטן זיצן די רבי'ס וואס זענען זיך צוזאם געקומען אויף א ביקור גומלין, און די שמועס גייט בערך אזוי: נו, מאכט א ברכה.. נעה, ס'פעלט נישט אויס, איך ברויך נישט די זאכן.. אפשר דאך, דער זיידע ז"ל פלעגט טייטשטן יאכלו ענבים וישבעו - טרויבן ברענגט גרויסע זאכן, עס ליגט גרויסע ענינים דערין.. שוין, וועל איך טאקע א ברכה מאכן. ברוך אתה..

עס קען זיך דאכטן אז אזוי האט אויסגעקוקט די שמועס צווישן משה און אהרן, אבער ווען מען טראכט אריין איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט. אהרן האט למעשה אפגעטוהן א געפערליכע זאך, עס איז טאקע געווען באונס צו בשגגה, אבער למעשה האט ער גוט מסדר געווען כלל ישראל, די אידן זענען דאן געווען ברום המעלה נאך מתן תורה, עס איז געווען פסקה זוהמתן, זייי האבן נישט געהאט קיין יצר הרע, זיי האבן געלעבט אין א העכערע מצב. און אהרן איז געקומען און געמאכט אן עגל הזהב, ווי די חז"ל זאגן איז דאס געווען צוזאמגעשטעלט פון די דריי הארבסטע עבירות ע"ז ג"ע ושפ"ד. ווען אהרן האט זיך דערנאך ארום געזעהן וואס ער האט דא געטוהן איז ער געווען טאטאל צוקלאפט, ער האט געפיהלט אז ער האט דא אפגעטוהן דאס ערגסטע וואס א מענטש קען נאר אפטוהן, ער האט צוריק געברענגט די זוהמה, צוריק מיטן יצר, צובראכן די לוחות, דער אייבערשטער איז ברוגז, נישט סתם נאר וביום פקדי ופקדתי, דאס איז צו הערן און צו געדענקן. ער האט געזוכט א מייזן לאך וואו זיך צו באהאלטן און אויסלעבן זיינע איבריגע יארן בתשובה ובכיה, און דא קומט משה רבינו און הייסט אים גאר אז ער זאל זיין דער אנפירער און הויפט פערזאן אינעם משכן?! דער משכן איז דאך לכפר על העגל, און פונקט ער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע סומאטוכע זאל זיין דא דער הויפט שפילער?

האט אים משה רבינו געזאגט: לכך נבחרת! טאקע דערפאר האט מען דיר אויסגעוועלט. די גאנצע עגל איז דאך נאר געווען להורות תשובה לרבים. דאס טאקע האט דער אייבערשטער געוואלט ווייזן, אפילו ווען דו ליגסט טיף אין טינופת, דאך זאלסטו דיך קענען דערהאלטן און אריינכאפן מצות ומעשים טובים אויף וויפיל דו קענסט יא. מלאכים האט דער אייבערשטער גענוג. עס איז נישט קיין קונץ צו זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן. דער קונץ איז אז א מענטש איז א מענטש, ער פאלט דורך מיט עבירות, אבער ער ווערט נישט צובראכן, ער געבט נישט וועגן דעם אלעס אויף, ער פריידט זיך כאטש מיט די ביסל מצות ומעשים טובים וואס ער האט יא, מיט זיין בארד און פאות, מיט זיין שמירת שבת, מיט זיין עסן כשר'ס, און מיט די אנדערע קלייניקייטן וואס ער כאפסט אריין. און טאקע אויב ער פיהלט אז ער איז דער ערגסטער מענטש אין די וועלט, ער איז אזוי ווייט פון צו זיין א איד, דאן זענען זיינע מצות אסאך מער חשוב, אז אפילו אזא ווייטער און נידריגער מענטש, כאפט אויך אריין א מצוה, דאס איז די גרעסטע זאך.

דער פסוק זאגט אִם יֵשׁ עָלָיו מַלְאָךְ מֵלִיץ אֶחָד מִנִּי אָלֶף לְהַגִּיד לְאָדָם יָשְׁרוֹ וַיְחֻנֶּנּוּ וַיֹּאמֶר פְּדָעֵהוּ מֵרֶדֶת שָׁחַת מָצָאתִי כֹפֶר. זאגט די גמרא אויף דעם (שבת לב) אם יש לו פרקליטין גדולים ניצול, ואם לאו אינו ניצול. ואלו הן פרקליטין של אדם, תשובה ומעשים טובים. ואפי' תשע מאות ותשעים ותשעה מלמדים עליו חובה ואחד מלמד עליו זכות ניצול. שנאמר, אם יש עליו מלאך מליץ אחד מני אלף וגו': ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי אומר אפילו תשע מאות ותשעים ותשעה באותו מלאך לחובה ואחד לזכות ניצול. שנאמר, מליץ אחד מני אלף. דאס איז לכאורה זייער אינטערעסאנט. אז נאר איין מלאך פון טויזנט זאגט גוטס אויף אים ווערט ער שוין ניצול פון גיהנום? אדער נאך מער, אפילו דער איינער מלאך אליין האט אויך 999 ספיקות אז דער מענטש איז יא שולדיג, ער האט נאר א טויזנטסטל ספק אפשר איז דער מענטש אומשולדיג ווערט דער מענטש שוין געראטעוועט פון שטראף, איז דאס יוסטיץ?

זאגט ר' נתן מברסלב זי"ע, אויב דער מענטש איז אזא שגץ אז כמעט יעדער שרייט אז ער דארף גלייך אריין אין גיהנום, מוז דאך זיין אז ער איז גאר א גרויסער בעל עבירה. און פון דעסט וועגן האט ער געטוהן עפעס גוטס, דאס איז מורא'דיג! דאס ווייזט אז דער מענטש האט ריכטיג ערפיהלט זיינע פליכטן אויף דער וועלט, ער איז טאקע געווען א מענטש און נישט קיין מלאך, ער איז טאקע אסאך דורכגעפאלן, אבער מיט דעם אלעם האט ער ארויסגעכאפט גוטע זאכן אויך, קומט אים א גלייכע פעס אריין אין גן עדן.

עס איז באקאנט וואס צדיקים זאגן: "עצבות איז קיין עבירה נישט, אבער וואס עצבות קען ברענגן קען די גרעסטע עבירה נישט ברענגן". וואסע פשט פון דעם? איז עס אן עבירה אדער נישט? די פשט איז אז ווען א מענטש פאלט דורך מיט עבירות, דאס איז נארמאל. ער איז א מענטש א בשר ודם מיט א ברענעדיגע יצר הרע, און עס איז זייער נארמאל אז ער איז דורכגעפאלן. די מלחמה הייבט זיך אן נאכדעם. דער מענטש האט צוויי ברירות, אדער נאך אסאך מאל דורכפאלן מאכט ער אפ אז דאס איז עס, דאס איז נישט פאר מיר, קיין ערליכער איד וועל איך שוין נישט זיין, און ער געבט אלעס אויף, אפילו די זאכן וואס ער וואלט יא געקענט טוהן. אויב גייט דאס אזוי דאן האט דער יצר געוואונען דעם קאמף, ער האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט, דער מענטש האט אויפגעגעבן און שוין. אויב דער מענטש האט אבער שכל און ער כאפט דעם שפיל, דאן זאגט ער פארן יצר, האסט מיר טאקע אריינגעכאפט מיט אסאך זאכן, אבער די איבריגע זאכן וואס איך קען יא טוהן וועל איך ווייטער טוהן, איך וועל נישט ווערן יעצט צוקלאפט און צובראכן און אלעס אויפגעבן. און פון די עבירות וועל איך שוין שפעטער קער נעמען, זארג נישט איך וועל שוין שפעטער תשובה טוהן דערויף, דערווייל וועל איך ווייטער אנגיין כאילו לא היה.

רבי אהרן קארלינער זי"ע האט געזאגט אז ווען א מענטש איז אריין אין א געפערליכע רציחה ביז ער האט גענומען א מעסער און דערשטאכן א צווייטן צום טויט, זיין הענט און העמד זענען נאך בלוטיג פון די רציחה, און ער געבט זיך א כאפ אז עס ווערט שפעט און ער האט נאכנישט געדאווענט קיין מנחה, און ער קען נישט פועל'ן ביי זיך זיך צו שטעלן אזוי דאווענען, אזא מענטש האט נאכנישט דורך געטראטן די שוועל פון חסידות.

דאס איז גאר אן עקסטרעמע משל. אבער די נקודה איז קלאר אז מען טאר נישט מישן די צוויי זאכן, אז מען פאלט דורך מיט איין זאך מיינט דאס נישט אז מען דארף אויפגעבן אויך די אנדערע זאכן, אדרבה ואדרבה, אזא מענטש וואס איז אזוי ווייט איז יעדע קלייניקייט וואס ער טוט גוט פילפאכיג מער חשוב און טייער ביים אייבערשטן, אז דו ביזט דורכגעפאלן און געגעסן טריפות, כאטש וואש דיך מים אחרונים נאך דעם. מיש נישט אויס די יוצרות. אויף אזא וועג קען א מענשט אריינכאפן גאר אסאך גוטס אויף די וועלט, וואס נאר דאס וועט אים באגלייטן אויף זיין אייביגן לעבן לאחר פטירתו.

דער אייבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער, אין די היינטיגע דור ווען עס איז דא אזויפיל נסיונות און עס איז אזוי שווער צו זיין אן ערליכער איד, טאקע יעצט איז עס פון די אנדערע זייט אסאך גרינגער. ווייל אפילו מען פאלט אזויפיל דורך, כאפט מען נאך אלץ אריין גוטע זאכן דא און דארט, און דאס איז אסאך מער חשוב.

מפני מה ניתנה תורה לישראל? מפני שהן עזין! (ביצה כה). אידן האבן אין זיך חוצפה ועזות, יא איך בין טאקע א גרויסער בעל עבירה אבער איך וועל נאך אלץ קומען אין שוהל דאווענען מיט מנין. יא איך האב טאקע געטוהן דאס ערגסטע שבערגסטע אבער איך גיי נאך אלץ קידוש מאכן און פירן א שבת טיש. יא איך בין טאקע וואס איך בין, אבער איך בין א איד און איך וועל בלייבן א איד, און איך וועל זיך פרייען מיט מיין שבת/ציצית/תפלין/כשרות.

עס מאכט נישט קיין סענס? איך בין אבער א גרויסער מחוצף![/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך ברסלבר, כמים קרים!
שיינעם פשט אינעם "עם קשה עורף".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך ווער א [tag]ברסלבער[/tag]!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! :like :לייק :דאבללייק:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ברסלבר

מים אחרונים נאך טריפות?

און וואס איז מיט אשר יצר נאך הוז"ל?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

האסט א פוינט. ובוצע ברך ניאץ ה', אויף טריפות מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער אז מען עסט כשר'ע ברויט און ביי די סעודה איז מען ליידער נכשל געווארן מיט טריפות, דארף מען זיך נאך די סעודה וואשן מים אחרונים און בענטשן.
ס'פאסט נישט? נו אויף דעם זענען מיר אן עם קשה עורף...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

[tag]ברסלבער[/tag] די צווייטע קשיא פון איחוד ענטפערסטו ניטאמאל ;)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז נישט מאחורי דא.. אבער אויב דער יעניגער איז געווארן מחויב אויך מיט אן אשר יצר, זאל ער אוודאי מאכן די ברכה. איך פארשטיי נישט די שאלה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ברסלבער האסט דערקוויקט א אידיש נפש
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

הערליך שיין!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אינטרעסאנט ווי די זעלבע תורה קען מען זאגן פארקערט מיין ביטערע ליטווישע משגיח פלעגט אלעמאהל זאגן אז די גרעסטע פושע ישראל וואס עסט דבר אחר וועט מען געבן עונשים אויף יעדע זאך און ער וועט קריגן א פארציע גיהנום אויך פאר נישט וואשן מים אחרונים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:איך ווער א [tag]ברסלבער[/tag]!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! :like :לייק :דאבללייק:

איז ווען הייבסטו אן פארקויפן די קונטריסים אויף 13'טע עוועניו?!... :lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :? :roll: :D :) ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:ברסלבר

מים אחרונים נאך טריפות?

און וואס איז מיט אשר יצר נאך הוז"ל?

עכט קומט זיך נישט א לייק אויף די סארט תגובה. נאר ס'איז אזוי משוגע אז ס'איז גוט. אט דאס איז פשט אין "משוגע-גוט"? :lol: :roll: :roll: :roll: :roll: :twisted: :evil: :P :o :shock:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:האסט א פוינט. ובוצע ברך ניאץ ה', אויף טריפות מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער אז מען עסט כשר'ע ברויט און ביי די סעודה איז מען ליידער נכשל געווארן מיט טריפות, דארף מען זיך נאך די סעודה וואשן מים אחרונים און בענטשן.
ס'פאסט נישט? נו אויף דעם זענען מיר אן עם קשה עורף...

נאר נישט אזוי ווי ביי די ערשטע קאנווענשאן פון די רעפארם ראבינערס אין אמעריקע וואו מ'האט סערווירט "שרימפ". איך מיין אויף אזא סעודה טאר מען נישט מאכן א ברכה ווייל ס'גייט אריין אין "בוצע ברך נאץ ה'" :roll: :twisted: נאך א מזל אז אין די רעפארם באוועגונג איז מען זיך נוהג נישט צו מאכן א ברכה!!!!... :lol: :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

@ברסלבר ביסט עפעס מורא'דיג נאכדערצו אז די האסט אריינגעכאפט אזא העכטל אינעם צל רבינו
שעפטל האט געשריבן:איך ווער א [tag]ברסלבער[/tag]!!!
אויב קען מען אזוי אפלערנען בין איך דערינען..

הערליך הערליך! :like :לייק :דאבללייק:

@שעפטל אזוי שנעל קען מען מיט דיר מאכען די דזשאב? דאן האלט איין מינוט, איך ברענג דיר שוין א שיין שטיקעל לקוטי שיחות.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שיינע תגובות דא, [tag]ברסלבער[/tag]. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.

איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

אגב, הער איך אז הרב שיק האט צאמגערופן כל הקהל הקודש און פאראויסגעזאגט זיין פטירה בקרוב? שרעקעדיג.
(- - -)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

איך האב עס אויך באמערקט!
יעצט זע איך אז איך בין נישט די איינציגסטע
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:שיינע תגובות דא, [tag]ברסלבער[/tag]. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.

איך האב געהאט גרויס חיזוק פון דעם ארטיקל, און דעריבער האט איך עס ארויפגעלייגט דא. האב איך געקלערט פארוואס זאלן נישט נאך אידן האבן חיזוק פון דעם ארטיקל האב איך עס אהינגעשטעלט. דערווייל אנשטאט זעהן דעם תוכן און זיך מחזק זיין מיט דעם, זענען זיי ביזי מיט די איבריגע ו'...
איך בין זיכער אז אסאך חברה דארט האבן יא הנאה געהאט דערפון, נישט יעדער קען עס אבער זאגן ברבים.

אז עס דרייען זיך דארט אידן מיינט דאס אז זיי האבן דארט מער הנאה, כשם שאין וכו', איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דארף זיין א קאלטע קריג צווישן די צוויי.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק.
פון וואנעט ווייסן זיי ווער עס שרייבט דא? זיי קוקען ח"ו אויף די טריפה'נע זייטל? ס'איז דאך שאני מינות דמשכי...
אולי האבן זיי אזא שמעון פיטער וואס זאגט זיי אויס....
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיי האבן אזא שבת גוי, און ער זאגט זיי נאר די גוטע זאכן פון דא, נישט די שלעכטע רח"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

סאשי פיש האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך האב אבער געמיינט אז זיי האבן דיך געסטראשעט אין אישי אז זיי וועלן דיך מעקן אויב דו שרייבסט ווייטער דא? פרישער האט געמוזט אנהייבן שרייבן דא מיט א נייע ניק. פרעג מיך נישט פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין אלטע ניק דא און "דארט" געגאנגן מיט א נייע ניק.

איך האב עס אויך באמערקט!
יעצט זע איך אז איך בין נישט די איינציגסטע

איך האף עט'ס זענט מיר נישט חושד

גראדע דעי טענות דארט זענען גאנץ צום זאך, נאר דא זענען מיר נישט זוכה דערווייל צו קיין ברסלב'ע מתנגדים קוקט אויס אז אפילו דער @היימישער ליטוואק און דער פון בודאפעסט זענען שוין מסכים צום ברסלבער דרך.
בן מלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:20 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בן מלך »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:שיינע תגובות דא, [tag]ברסלבער[/tag]. נישט אזוינע שיינע תגובות קען מען טרעפן מעבר לנהר. אזוינע בייזע מענטשן דארט. אני ואפסי לייט. אלעס אינדרויסן פון זייער צמצום איז חזיר טריפה וואס איז א חוב קדוש צו מוסר'ן ברבים.


זייט נישט בייז אבער ס'איז דא דארט גראדע זייער שיינע תגובות אויף דעם ארטיקל, עס פעלט נישט אויס איבערצוטרייבן על לא דבר ווייל בלויז איינער צו צוויי האבן געקרומט מיט די נאז דארט.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

מזל טוב ברסלבער צו דיין נייע בלאג!

שליחה דורך פישלע העררינג »

מזל טוב [tag]ברסלבער[/tag] צו דיין נייע בלאג!

זייער שיין.

עלה והצלח.

מיר דורשטן נאך דיינע פערל ווערטער.
(- - -)
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

דא ליגט ער שוין באלד א וואך און ער דרימעלט דארט איז ער קוים א האלבער מעת לעת און עס קאכט און זידט קוק וואס ברסלבער האט שוין געמיזט אפענטפערן
ברסלבער האט געשריבן:לאמיר פרובירן דא אביסל צו בארוהיגן די הייסע געמיטער, און אויסקלארן דעם ענין.

קודם דארף מען וויסן אז דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט קיין פסוק חומש וואס מען דארף דערין מדקדק זיין אויף יעדן תג. איך האב פרובירט ארויסצוברענגן א נקודה אויף א שיינעם געשמאקן וועג, עס איז טאקע געשריבן אביסל מיט א ברייטע שפראך, אזוי ווי דער סדר פון שרייבן. איך וואלט געקענט שרייבן איין שורה, "מורי ורבותי מישט נישט אויס קיין עבירות מיט מצות, אפילו ווען מען איז דורכגעפאלן זאל דאס נישט אפעקטירן דאס קיום המצות", אבער דאס איז דאך נישט קיין וועג, האב איך עס פרובירט אביסל מרחיב צו זיין מיט מער טעם עס זאל אריינגיין אין די ביינער, און דאס מיינט נישט אז מען דארף זיך שטעלן אויף א קליינעם נישט גוטע אויסדרוק.

און יעצט צום ענין. דאס איז א דבר פשוט מאוד וואס יעדער חדר יונגל ווייסט אז אויף יעדע עבירה באקומט מען א הארבן עונש אויב מען טוט נישט תשובה דערויף. איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם נושא. סך בכל האב איך ארויסגעברענגט דאס וואס אלע צדיקים האבן געזאגט אז די חלק העצבות וואס קומט נאך אן עבירה איז א מיטל פון יצר הרע צו צוברעכן א מענטש אז ער זאל אלעס אויפגעבן און גארנישט טוהן מער, און מען דארף דאס וויסן כדי צו קענען לוחם זיין מיט אים.

דער עולם איז ברוגז אויף די שורה פון דעם גלייכן פעס אריין אין גן עדן. דאס האט רבי נתן נישט געזאגט, דאס איז א גמרא מפורשת אין מס' שבת לב. אז תשובה ומעשים טובים זענען די פרקליטין טובים פארן מענטש, זיי זענען די אדוואקאטן ביים בי"ד של מעלה. און די גמרא לייגט צו אז אפילו עס איז דא נאר איין מלאך פון טויזנט וואס זאגט גוטס אויפן מענטש, ניצול - ווערט ער געראטעוועט. ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי זאגט אז אפילו דער איין מלאך האט אויך נאר א טויזנטסל ספק אז דער מענטש דארף געראטעוועט ווערן פון גיהנום, ניצול - ווערט ער געראטעוועט.

שטעלט זיך א קשיא לכאורה איז דאס כנגד השכל, ענטפערט אויף דעם רבי נתן, דאס וואס עס שטייט איבעראל, אז דער אייבערשטער איז דאך שוקל יעדן מענטש לויט זיינע אומשטענדן אלעס ארום, לויט דעם גייט דער עונש ושכר. דערפאר אזא מענטש וואס איז געווען אזוי שוואך אז 999 מלאכים זאגן אז ער איז חייב, ביי אזא מענטש זענען זיינע מצות מער חשוב, און דערפאר קען עס איבערוועגן מער דאס שלעכטס וואס ער האט געטוהן. זאגט רבי נתן אז דער מלאך המליץ האט א שטארקע טענה אז דער מענטש דארף ניצול ווערן מדינה של גיהנום, אדער אויף פלעין אידיש - באקומען א גלייכן פעס אין גן עדן.

איך ווייס אז עס איז דא וואס האלטן נישט פון אויסזאגן די אלע סארט חיזוק ענינים, מען דארף נאר פרעדיגן אז דער גיהנום איז הייס. אבער למעשה האבן די הייליגע צדיקים, און בעיקר דער הייליגער בעש"ט ותמידיו, פארשטאנען אנדערש. זיי האבן געהאלטן אז מיטן פרעדיגן די גוטע זאכן וועט מען מער אויפטוהן, ווי באקאנט אז דער דרך המוסר איז געווען אז קודם דארף זיין סור מרע ביזן סוף, און ערשט דערנאך קומט עשה טוב. אבער די דרך החסידות איז געווען אז טאקע דורכ'ן עשה טוב נעמט מען אוועק דעם רע. און דאס איז נישט יושר צו זאגן אז מען טאר דאס נישט זאגן פאר קינדער. למעשה איז תשובה א מ"ע אין די תורה, און ווען א איד טוט תשובה וסר עווניך וחטאתך תכופר, אזוי זאגט דער אייבערשטער, און מען קען נישט מיט אונזער קליינעם שכל זאגן אז מען דארף דאס נישט איבערזאגן פאר די קינדער ווייל אפשר וועט דאס מאכן אז זיי וועלן מער טוהן עבירות וויסענדיג אז עס דא אזא זאך ווי תשובה. קודם ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט צו שניידן די תורה לויט אונזער געשמאק, און צווייטנס איז עס נישט אמת, קיינער טוט נישט קיין עבירות פון דברי חיזוק, אויב עפעס פאלט מען אוועק ווייל מען ווייסט נישט אז מען קען תשובה טוהן, ווייל דער מלמד האט גערעדט נאר פונעם הייסן גיהנום, נישט פון תשובה און נישט פון חשיבות המצות.
----

וועגן דעם צווייטן ענין פון אהרן הכהן. מיר ווייסן אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די הייליגע צדיקים, און אין זייערע עבירות, דאס איז געווען העכערע זאכן וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם, וכמה קולמסין כבר נשברו עס צו פארענטפערן און מסביר זיין.
די קשיא וואס בלייבט שווער איז נאר פארוואס האט עס די תורה אפגעשריבן? צו וואס האט אויסגעפעלט עס אראפצושרייבן למען ידען דור אחרון? דער תירוץ אויף דעם זאגן די ספה"ק אז דא ליגט צוויי בחינות. דער חלק וואס זיי האבן געטוהן דאס דארף מען וויסן אז מיר פארשטייען דאס נישט. אבער דער חלק המוסר השכל דערפון, דאס איז יא פאר אונז, און מיר דארפן זיך לערנען דערפון, און דאס איז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט עס אראפגעשריבן אין די תורה פאר אונזערט וועגן. איינע פון די שש זכירות איז צו געדענקן וואס מרים האט געטוהן, דאס דארף מען געדענקן נישט פאר אירעט וועגן, נאר פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז ווען מען רעדט לשון הרע באקומט מען א הארבן עונש. מרים איז געווען א צדיקת און מיר פארשטייען נישט וואס דארט האט זיך אפגעטוהן צווישן משה ואהרן און מרים. אבער אונזער לימוד פון דעם דארף מען יא ארויס נעמען פון די מעשה עפ"י פשוטו של מקרא. און די זעלבע איז ביי אלע אזעלכע מעשיות.
און די זעלבע איז ביים עגל וואס אהרן האט געמאכט, מיר אלע ווייסן אז מיר האבן נישט קיין השגה אין אהרן הכהן'ס גרויסקייט, אבער די מעשיות פון די תורה זענען געגעבן געווארן פאר אונז אז מיר זאלן פון דעם נעמען א מוסר השכל, און דאס איז וואס איך האב געשריבן בפתיחת האשכול דינן.

איך האף אז אלעס איז פארענטפערט געווארן. און אויב נישט אדרבה לאמיר הערן, און אינאיינעם וועט דער ענין ווערן אויסגעארבעט כדבעי. אבער ביטע האלט אייך צום נושא עפ"י ספרים וסופרים אן אריינמישן זייטיגע זאכן ווי נ נח וכדומה אנדערע שטותים, דאס העלפט נישט, דאס פרעגט נישט אפ, און עס האט בכלל נישט קיין תועלת.
פארשפארט