געפילטע פיש האט געשריבן:און אויב וועסטו ע"כ זאגן אז די צורה איז נישט מעכב וויבאלד ס'איז סוכ"ס צוגעדעקט, אויב אזוי מאי שנא די אויבערשטע האלב שוק צו די אונטערשטע האלב "שוק"?
איה"נ, להלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין נאר מיט טייטס ביז ארויף, אדער מיט הויזען ווען נישט לא תלבש (לשיטת החולקים על האבני צדק, דלא מהני מכנסים מיוחדים לאשה), דער ערשטער מחדש צו זיין אזא פראבלעם, איז אונזער נייער פוסק הדור פולק, מיט עפעס א פאני חידוש פון ירך בסתר.
לדוגמא דער סאטמאר רב, וואס האט נישט געהאט בעסערס פון וואס צו וויינען ביי כל נדרי, ווי פון דינע שטרימפ, האט געהאלטן אז ירך מיינט ביז אונטן, און דערפאר איז א ברכה לבטלה קעגן א שוק = דינע שטרימפ, משא"כ וועגן קורצע קליידער האט ער אינגאנצן איינמאל גערעדט, און נישט געזאגט אז עס אסור, נאר געזאגט אז עס איז א פריצות, (כמו איסורו על ה'בעידינג סוטס') און אז איינער וואס האט שוין ממילא דעם פלעק סאטמאר, וועט שוין מוזן גיין מיט לאנגע קליידער אויך. עיין ב'שווארצע בענדער' ותמצא נחת.
וואס באדערט מיר אבער יא, אויב האלטן מיר אז פרויען טארן נישט גיין מיט הויזן, זעסטאך אז מ'גייט נישט, און אפילו פיזשאמעס לאזט מען נישט גיין די מיידלעך אין קעמפ, אויב אזוי מיט וואס איז טייטס אנדערש, ווייל עס איז טייט? דעמאלטס פארוואס נישט טייט זשינס? הכח פנים מיט א סקירט העכער דעם
וה' (ר"ל הערשל ק.) יאיר עינינו.