ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?
די פאלגנדע האב איך געשריבן אלס תגובה צו א דערנעבנדיגע אשכול איבער ארויסווארפן בחורים פון ישיבות אבער היות איך האב אנגעפירקלט א היבש ביסל, און איך בין אוועקגעפארן פון די ספעציפישע נושא, לייג איך עס אין א באזונדער אשכול, איך אנטשולדיג מיך אויף די נישט מסודר'דיגע אופן הכתיבה, איך האב עס געשריבן מיט א שנעלקייט מדם לבבי, עס איז נישט קיין חידושים דא בלויז נאך א איד וואס גיסט זיך אויס ווייטאג, וכבר הורה לנו אותו זקן אז אפילו ס'זאל אויפטוהן אויף איין איד....
-
משום איזה סיבה איז דא ביי אונז א דראנג ביי געוויסע מענטשן צו אנקוקן אונזער געמיינדע אלס א צוזאמשטעל פון גוטע און שלעכטע כוחות, די גוטע זענען די פשוטע אידן אזובי הקיר, שוואכע קעפלעך, זינגער'ס, ארויסגעווארפענע בחורים, און די שלעכטע זענען די בעלי שררה די רבנים די מנהלים, די הארצלאזע רבנים וואס לייגן א איסור אויף יעדע זאך וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט זייערע קאפריזן, די שלעכטע מנהלים וואס נעמען נישט קהן קיין קינדער אין די מוסדות, די אכזריות'דיגע משגיחים וואס ווארפן בחורים און גיסן בלוט פון אומשולדיגע מאמעס.
אבער איך קלער אז אין די סארט בליק ליגט א שטיקל טעות, און א גורל'דיגע טעות, ווייל אונזער קולט אין וואס מיר לעבן איז זייער א אינטרעסאנטע [וואס איך מיין אז אין די פרט האבן אסאך פארשער וואס האבן געפארשט אונזער געמיינדע געמיס'ט די פוינט] עס זענען נישט דא ביי אונז קיין מענטשן וואס צווינגן ארויף אויף אונז זאכן בניגוד לרצוננו, עס זענען נישט דא קיין קארופטירטע מענטשן וואס מאכן אונז שווער דאס לעבן - בשעת זיי לעבן א חיים טובים - ווי די פאל איז געווענליך ביי א קולט.
מיר האבן נישט קיין פאליציי וואס פארסירט אונזער אינערליכע געזעצן, נאר אנשטאט האט די סיסטעם געבויט א וואונדערליכע מאכעניזם ווי יעדער איז יעדנס פאליציי, יעדע מענטש האט אויף זיך א מוראה של מלכות וואס פאלט נישט אונטער פאר'ן פחד פון די קעי.דשי.בי. אבער אנע פיסטערע קארידארן, אדער אימה'דיגע קארצער'ס, מען ציטערט פאר'ן חבר, שכן, ברודער, און בעיקר פאר די אייגענע שאטן.
און אונזער סיסטעם איז דא עפעס א אויטאמאטישע סיסטעם ווי יעדער איינער טוט וואס די סיסטעם פארלאנגט פון אים אויף צו רודפ'ן די מענטשהייט, די פשוטע אידן באגנוגען זיך מיט שושקען ביי קדיש, די וואס האבן מער מאכט קענען שוין אריינזאגן א פסק פאר א יונגערמאן וואס פירט זיך נישט ווי עס ברויך צו זיין, און די רבנים טוען זייער חלק, און די מנהלים זייער חלק, אבער די אונטערשטע שורה איז אז מיר אלע צוזאמען האלטן דעם סיסטעם, עס איז נישט קיין הירערכיע אדער א מאנארכיע, עס איז א וואונדרעליכע דיקטאטורישע דעמאקראטיע.
די ליסט גייט ווייטער מיר זענען א געמיינדע פול מיט שלעכטס און אומרעכט, א געמיינדע ווי נארישקייט איז פארהייליגט, און נאיוויטעט איז א פאהרטייל, לאגיק איז פאראכטעט, און טראכטן איז פארבאטן, מיר קלאמערען זיך אויף א אלטע בארבארישע לעבנסשטייגער אין א מאדערנע וועלט, און אנשטאט צו מאדיפיצירן אונזער לעבן מאכן מיר עס נאר מער קאמפליצירט און אוממעגליך.
אוממעגליך, דאס איז די שליסל ווארט, מיר לעבן א אוממעגליכע לעבנסשטייגער, אזאנס וואס נאר די כח ההסתגלות, נאר די מורא'דיגע כח וואס א מענטש האט זיך צו קענען צופאסן צו עקסטרעמע מצבים האט גורם געווען אז מיר זאלן בכלל קענען אנגיין אין טאג טעגליכען לעבן אין אזאנע אומשטענדן.
דעריבער בין איך קעגן אנלייגן אונזערע פראבלעמען אויף א ספעציפישע אדרעסן, רבנים חזנים מנהלים עסקנים, זיי זענען אלע בלויז א שרייפל אין די מאכטפולע מאשין, זיי קענען פונקט אזוי זיין געליטענע פונעם סיסטעם, זיי קענען פונקט אזוי זיך ארומדרייען מיט טויזנט קשיות און בויך אבער ווי ראבאטן וועלן זיי אונטערשרייבן קול קורא'ס און ווארפן שקצים פון די בתי מדרשים, די מנהלים ווארפן פון די מוסדות מיט'ן אויסרייד אז אנדערע טאטעס ווילן נישט אז די קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט אינטערנעט קינדער.
די בחורים ווארפט מען פון ישיבות ווייל אין אזא מין נארישע ישיבה-פראגראם וואו די בחורים גייען ליידיג און מען פראקטיצירט בטלה און שיעמום, איז נישטא קיין אנדערע ברירה וואו ווארפן און שטויסן בחורים וואס גייען נישט אין שפאן, אנדערש וועט צופאלן די גאנצע בלאף און די פאר בחורים וועלן מיטשלעפן זייערע חברים און סוועט זיך ענדיגן מיט א נידערלאגע פאר די בלאף וואס מען טוט אזוי שווער פרעדיגן, איבער פרעכטיגע היכלי תורה ווי בחרים זיצן [אנע דאגות הפרנסה] און הארעווען על התורה ועל העבודה ועל יום השבת הזה.
אמת אז די וואס האבן מער פאוער טוען מער רשעות, די מנהלים און רבנים, אבער נישט ווייל זיי זענען די ראשי הקולט נאר ווייל מיר אלע דינען צוזאמען דעם קולט, מיר גראבן צוזאמען אונזער קבר, מיר אלע זענען - אין ארגסטן פאל אקטיווע שותפים, און אין בעסטן פאל פאסיווע שותפים – אין די קיום התוהו.
עס ליגט אפילו א סכנה אין שרייען קעגן יחידים און ספעציפישע מענטשן, ווייל דאס שאפט ביי אונז א גלייכגילטיגקייט, א מענטש וואס איז קרבן פון א שטערקערע כח מאכט שלום מיט'ן מצב און ער ווערט פאסיוו, דערשלאגן און זאגט שלום עלי נפשי לאמיך אפלעבן מיין לעבן לויט וויפיל די אומשטענדן ערלויבן און פרובירן די בעסטע וואס מען קען אין דעם מצב, אבער ווען מען קומט צו אנערקענונג אז מיר זענען נישט קיין קרבנות פון די גורל נאר מיר אלע צוזאמען האלטן אהן די סיסטעם און מאכן זיך אז די קייט'ן זאל זיך ווייטער ציען, דעמאלטס קען מען האפן אז טויש וועט קומען צו אונז אויך, און די זון פון חכמה ותרבות וועט נאך אמאהל שיינען אויף וויליאמסבורג מאנרא און בני ברק.
ווען מען קלאגט אויף די פראבלעם פון ארויסווארפן בחורים פון ישיבות הייבט מען אהן מיט לעזונגען ווי עפענען ישיבות פאר שוואכערע, און ישיבות וואו מען זאל ארייננעמען יעדן איינעם, דאס פארקירעוועט די פייער פון די ריכטיגע ציהל, די ציהל דארף זיין אז מען זאל אפשאפן די עצם נארישע וועג וויאזוי מיר שפארן איין די יוגנט אין די קאנצעטראציע לאגערן וואס הייסן ישיבות, ווי מען דארף שטודירן סברות כרסיות [קרעדיט: ויואל משה] אנשטאט געבן א אויסוואהלן פון אזא ברייטע אוצר פון חכמת ישראל וואס מיר פארמאגן? פארוואס זאלן בחורים אין זייערע ברענעדיגע יארן נישט זיין ערלויבט צו שפילן ספארט און זיך אויסלופטערן די מח? פארוואס זאל מען מחנך זיין בחורים אז זיי האבן נישט קיין שום אחריות פאר זייער עתיד און זיי דארפן נישט קענען קיין פאך?
לאמיר פרובירן אויפקומען מיט לעזונגען און אלטערנאטיוון, נישט קיין דראסטישע און רעוואלציאנערע ווייל אין די די.ען.עי. פון אונזער סאסייעטי איז דא אנטי-באדי קעגן רעוואלוציע, נאר שטייטע און קליינע, וואס טוען נישט באקוועם מאכן אונזער לעבן אין די סיסטעם נאר טוען צוברעכן די חומות וואס נעמען אונז ארום און די קייטן וואס בינדן אונז.
פון איין זייט איז די סטרוקטור וואס האלט אונזער סיסטעם פעלזן פעסט, קלוגערע און נארמאלערע צווישן אונז קוקן צו ווי נאריש די געזעלשאפט איז ועיניהם רואות וכלות, מען קען נישט זאגן קיין ווארט ווייל מען ווערט אפגעסטעמפלט, עולם כמנהגו נוהג, דער עולם מער ווייניגער לעבט אהן א מחשבה אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, מען קוקט זיך אהן ווי מען לעבט אין א פערפעקט סאסייעטי, מען חזר'ט איבער סלאגאנען איבער חסד ארגאניזאציעס און דאס גיט א גושפנקא אויף אלע אומווערדיגע רשעות וואס מען טוט אין גאטס נאמען.
דאס זעהט אויס גאר ביטער און האפענונגסלאז אבער די גוטע נייעס איז אז די גאנצע סיסטעם איז געבויט אויף א אידעאלאגיע וואס איז געלעכערט ווי א זופ, פרוץ מרובה על העומד, א געזעלשאפט ווי א גימטריה האט א כח צו דיקטירן א לעבנסשטייגער, און מעשה'לעך האבן א קראפט צו חורץ זיין גורלות פון לעבן און טויט, אנעקדאטן זענען וויכטיגער ווי פאקטן, און עס איז זיכער אז אויף אזא בערות און חשכות איז געזאגט געווארן אז מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.
אמת אז אונזער געזעלשאפט נוצט פארגעשריטענע מעטאדען אונז צו האלטן פרימיטיוו, און א רעוואלוציע איז נישט לייכט, אבער איך קלער אז שטייטליך דארף די ערשטע רעוואלט זיין אריינברענגען מער וויסנשאפט, מער בילדונג, דאס ברענגט מיט זיך מער טאלעראנץ און ציוויליזאציע.
איך ווייסט אז מיין מגילה זעהט אויס אויטאפיש און אומרעאליסטיש אבער ווען מען זאל ווען טוישן דעם טאן און אנשטאט ווייטאגן אויף מינדערוויכטיגע סימפטאמען וואס אונזער סיסטעם ברענגט, נאר ענדערש ארויפברענגען די פארפוילטקייט מן היסוד וואלטן מיר געהאלטן א טריט נעהנטער צו די גאולה.

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
איש עברי האט געשריבן: אבער ווען מען קומט צו אנערקענונג אז מיר זענען נישט קיין קרבנות פון די גורל נאר מיר אלע צוזאמען האלטן אהן די סיסטעם און מאכן זיך אז די קייט'ן זאל זיך ווייטער ציען, דעמאלטס קען מען האפן אז טויש וועט קומען צו אונז אויך, און די זון פון חכמה ותרבות וועט נאך אמאהל שיינען אויף וויליאמסבורג מאנרא און בני ברק.
מדנקט "וועט נאך אמאל שיינען" שמע מינא אז עס האט אמאל בכלל געשיינט, וזה פלא.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איש עברי, דאס איז דיין בעסטע שטיקל דא אויף ק"ש. עס איז ברור אז דו ביזט גערעכט מצד השכל והלאגיק. אבער דו מוזט געדענקן צוויי זאכן. 1) ווען עס טוט וויי שרייט מען. נישט ווייל מען וויל פארעכטן נאר פון ווייטאג. 2) דיין לאגיק וועט פירן אז מ'זאל אויפהערן צו שרייען און דעמאלטס וועט זיכער גארנישט געשעהן. בקיצור, לאגיש ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, אבער פראקטיש נישט.
.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן: אבער ווען מען קומט צו אנערקענונג אז מיר זענען נישט קיין קרבנות פון די גורל נאר מיר אלע צוזאמען האלטן אהן די סיסטעם און מאכן זיך אז די קייט'ן זאל זיך ווייטער ציען, דעמאלטס קען מען האפן אז טויש וועט קומען צו אונז אויך, און די זון פון חכמה ותרבות וועט נאך אמאהל שיינען אויף וויליאמסבורג מאנרא און בני ברק.
מדנקט "וועט נאך אמאל שיינען" שמע מינא אז עס האט אמאל בכלל געשיינט, וזה פלא.
לאו דוקא, די "נאך" מיינט נישט "עוד הפעם" (נאכאמאל), נאר צוטייל עס, נאך - אמאל, עוד יבא יום שיזרח.
איש עברי, זאגסט געוואלדיגע ווערטער.
וירח ה' את ריח הניחוח
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
פאלאפל מיט וואפלס (מלשון הפלא ופלא). עי וואן פאר איש עברי.
דער טאטע שרייבט איין זיינע ערשטע זעקס זין אין די בעסטע ישיבות און זיין זיבטער מה יפית'ל שיקט מען אהיים שפרינגט ער ווי א צאפ.
דו פערד, דו האסט געגראבן דיין אייגן גרוב, דער מנהל דינט נאר דיינע אינטערעסן, אז זאלסט האבן א 'גוטע' ישיבה וואס נעמט נאר 'גוטע' בחורים זאלסט קענען שיקן דיינע קינדער אין א 'גוטע' ישיבה און טון א 'גוטע' שידוך.
אזוי גייט עס, יעדער גראבט דער לאך אין די שיף און יעדער זינקט.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
נו יעצט זאג דו וואס קען איך טון פאזעטיוו צו זיין א חלק פון די טויש? כהאב פארגעשלאגען פישעלע זאל מאכען קאווע בלעטער פאר קינדער, סקוקט נישט אויס ווי איינער זאל זיך צוכאפען אדער ארויסהעלפען, נישט אמאל א קארגע לייק פאר די עצה ,איש עברי פארשטיי ביטע, רוב עולם דא וויל נישט קיין טויש, מוויל א קאמיונעטי אויף וואס מקען קאמפלענען
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
מיין נקודה איז אז מער זאל רעדן אפן פון די אמת'ע פראבלעמען, און נישט באהאלטן אונטער ניק-מאנטלן, למשל נעקסטע מאהל דו זעהסט צוויי זיידענע יונגעלייט קרעכצען זיך צונויף איבער די פראבלעם פון ווארפן בחורים פון ישיבות, גיי צו און זאג זיי אז די פראבלעם הייבט זיך נישט אהן דארט און וועט נישט ווערן געלעזט פון עפענען נאך ישיבות לחלשים, נאר פון א יסודות'דיגע איבערזיכט אויף אונזער לעבנסשטייגער און א גרייטקייט צו מאכן קוראזשפולע רעפארמאציעס און אונזער גאנצע עדיוקעשין סיסטעם.
ווילאנג א פארלאנג פאר טויש וועט נישט געהערט ווערן אין יעדע שטיבל אין וויליאמסבורג, ווילאנג מען וועט נישט צוברעכן די חדש אסור מן התורה מיטוס, זענען מיר א פארלוירענע געמיינדע, א געמיינדע ווי קריטיק איז נישט לעגיטים ווערט פארפוילט און פארדארבן.
איינער פון די גרויסע דיקטאטארן האט אמאהל געזאגט זיין סוד פון הצלחה מיט'ן באהערשן די מאסן "לאזן א ברייטע פעלד פון דיסקוסיעס דארט ווי עס באדראעט נישט זיין מאכט" ביי אונז איז דא אזא געדאנק, דער עולם הערט נישט אויף פילאזיפירין און דעבאטירן הייסע פראבלעמען אינערהאלב אונזער געמיינדע, האוזינג, ישיבות, טייערע חתונות, אבער דאס ברענגט ווי געזאגט אז מען מאכט אונז באקוועם אין אונזער מאוימ'דיגע חשכות, אנשטאט דארף די קריטיק ארויפגיין א שטאפל און בארירן די סאמע יסודות אויף וועלכע עס איז געבויט אונזער געטא.
ווילאנג א פארלאנג פאר טויש וועט נישט געהערט ווערן אין יעדע שטיבל אין וויליאמסבורג, ווילאנג מען וועט נישט צוברעכן די חדש אסור מן התורה מיטוס, זענען מיר א פארלוירענע געמיינדע, א געמיינדע ווי קריטיק איז נישט לעגיטים ווערט פארפוילט און פארדארבן.
איינער פון די גרויסע דיקטאטארן האט אמאהל געזאגט זיין סוד פון הצלחה מיט'ן באהערשן די מאסן "לאזן א ברייטע פעלד פון דיסקוסיעס דארט ווי עס באדראעט נישט זיין מאכט" ביי אונז איז דא אזא געדאנק, דער עולם הערט נישט אויף פילאזיפירין און דעבאטירן הייסע פראבלעמען אינערהאלב אונזער געמיינדע, האוזינג, ישיבות, טייערע חתונות, אבער דאס ברענגט ווי געזאגט אז מען מאכט אונז באקוועם אין אונזער מאוימ'דיגע חשכות, אנשטאט דארף די קריטיק ארויפגיין א שטאפל און בארירן די סאמע יסודות אויף וועלכע עס איז געבויט אונזער געטא.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב שוין געשריבן ערגעץ אז דער "פרוץ מרובה על העומד", פון וואס דו רעדסט הייבט אן צייגן סימנים, ליידער די אלע אוועקגעפאלענע וועלכע שטויסן אינעם סיסטעם - מיט ווייטאגליכע שטויסעס וועלכע טוט אונז אלע וויי און פארשעמט אונז לעיני העולם - דאס וועט מיט די צייט אנצינדן נאך און נאך רויטע לעמפלעך.
ווי אויך איז זיכער פאראן אזעלכע ווי איך און דו און אנדערע חברים דא וועלכע גייען נישט מיטן קאפ אין וואנט, נאר האבן ארויס די פראבלעמען למחצה ולשליש און פרובירן - יעדער ביי זיך עד כמה שידו מגעת - ארינצופלאנצן די קערנדלעך פאר א אמת'ע אידישקייט, ביי די ווייב, קינדער, נאנטע חברים און משפחה מיטגלידער, און אמת מארץ תצמח, איך ווייס נישט צי איך וועל נאך זיין גענוג אינג דערצו - משיח זאל אודאי זיין דא פריער - אבער איך בין פול מיט האפענונג אז מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן בעז"ה נהנה זיין און די פירות וואס וועלן וואקסן פון די קערנדלעך, והזורעים בדמעה ברנה יקצורו.
ווי אויך איז זיכער פאראן אזעלכע ווי איך און דו און אנדערע חברים דא וועלכע גייען נישט מיטן קאפ אין וואנט, נאר האבן ארויס די פראבלעמען למחצה ולשליש און פרובירן - יעדער ביי זיך עד כמה שידו מגעת - ארינצופלאנצן די קערנדלעך פאר א אמת'ע אידישקייט, ביי די ווייב, קינדער, נאנטע חברים און משפחה מיטגלידער, און אמת מארץ תצמח, איך ווייס נישט צי איך וועל נאך זיין גענוג אינג דערצו - משיח זאל אודאי זיין דא פריער - אבער איך בין פול מיט האפענונג אז מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן בעז"ה נהנה זיין און די פירות וואס וועלן וואקסן פון די קערנדלעך, והזורעים בדמעה ברנה יקצורו.
וירח ה' את ריח הניחוח
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
די פראבלעם איז אז די וואס פארלאזן אונזער סיסטעם האבן נישט קיין אפענע טיהר ארויס, דעריבער טאנצן זיי פון פענסטער און ווערן צוביילט און צובלוטיגט, און זיי זוכן נקמה, ווען זיי וואלטן זיך צוזאמגענומען צו העלפן אונזער סיסטעם און שאפן א אידישליכע אלטערנאטיוו וואלט'ן זיי עפעס ווערט געוועהן, אבער ליידער קענען זיך נישט די מעסיגע אינערהאלב אונזער געמיינדע אידענטיפיצירן מיט זיי צוליב די סיבות וואס שמעקעדיג האט מרמז געווען.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דער בעסטער פאראגראף אין דעם הערליכן ארטיקל
און א קורצע הערה
ווען דאס וועט גשען האלטן מיר שוין ביי די גאולה!
איש עברי האט געשריבן: די גוטע נייעס איז אז די גאנצע סיסטעם איז געבויט אויף א אידעאלאגיע וואס איז געלעכערט ווי א זופ, פרוץ מרובה על העומד, א געזעלשאפט ווי א גימטריה האט א כח צו דיקטירן א לעבנסשטייגער, און מעשה'לעך האבן א קראפט צו חורץ זיין גורלות פון לעבן און טויט, אנעקדאטן זענען וויכטיגער ווי פאקטן, און עס איז זיכער אז אויף אזא בערות און חשכות איז געזאגט געווארן אז מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך.

און א קורצע הערה
איש עברי האט געשריבן: איך ווייסט אז מיין מגילה זעהט אויס אויטאפיש און אומרעאליסטיש אבער ווען מען זאל ווען טוישן דעם טאן און אנשטאט ווייטאגן אויף מינדערוויכטיגע סימפטאמען וואס אונזער סיסטעם ברענגט, נאר ענדערש ארויפברענגען די פארפוילטקייט מן היסוד וואלטן מיר געהאלטן א טריט נעהנטער צו די גאולה.
ווען דאס וועט גשען האלטן מיר שוין ביי די גאולה!
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן ערגעץ אז דער "פרוץ מרובה על העומד", פון וואס דו רעדסט הייבט אן צייגן סימנים, ליידער די אלע אוועקגעפאלענע וועלכע שטויסן אינעם סיסטעם - מיט ווייטאגליכע שטויסעס וועלכע טוט אונז אלע וויי און פארשעמט אונז לעיני העולם - דאס וועט מיט די צייט אנצינדן נאך און נאך רויטע לעמפלעך.
איך האב אויך זיך געווילט אזוי איינרעדן ביז איך האב געזען דעם דערנעביגן אשכול וועגן די פרישע טעראר אין מאנסי
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
אוי עברי, שרייבסט דאך אזוי גוט, מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואנשקך נישוק צרפתי!
אין א סאסייעטי וואו א קענער איז א שוטה, א פרעגער איז א משכיל, א דענקער איז טמא און א פארשטייער איז מוקצה- וואס קענסטו פארלאנגן? ווען מ'גלייכט צו די אולטרא-ארטאדאקסן צו די איסלאמיסטן, ווערן מיר באליידיגט און מ'פארשטייט נישט פארוואס. אבער העי, מיט וואס זענען מיר אנדערש?? האט איינער א ספק אז ווען די מנהיגים אונזערע וואלטן גע'פסק'נט אז מ'דארף זיך אויפרייסן אויפן בארא-פארק באס אדער אין נישט-צניעות'דיגע געשעפטן, וואלטן די פושעי ישראל דאס נישט געטאן? נאך א מזל ער איז געבוירן אסאמא בין לאדין נישט אסאמא בין ציממערמאן, ווען נישט? ווער ווייסט צי הערשל קלאר וואלט נישט אריינגעשמיסן מיט'ן פליגער אינעם צווילינג-געביידעס.

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:פאלאפל מיט וואפלס (מלשון הפלא ופלא). עי וואן פאר איש עברי.
דער טאטע שרייבט איין זיינע ערשטע זעקס זין אין די בעסטע ישיבות און זיין זיבטער מה יפית'ל שיקט מען אהיים שפרינגט ער ווי א צאפ.
דו פערד, דו האסט געגראבן דיין אייגן גרוב, דער מנהל דינט נאר דיינע אינטערעסן, אז זאלסט האבן א 'גוטע' ישיבה וואס נעמט נאר 'גוטע' בחורים זאלסט קענען שיקן דיינע קינדער אין א 'גוטע' ישיבה און טון א 'גוטע' שידוך.
אזוי גייט עס, יעדער גראבט דער לאך אין די שיף און יעדער זינקט.
קרעדיט וויען'ער רב - ז' אדר דרשה
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
געניג ווייט געגאגען
וואס איך זעה פין דע אלע שרייבערריי איז א פןעל יוצא פין נישט לערנען מוסר אין חסידישע ספרים.
איינער וואס וויל באמת וויסען וואס עס פעלט עם, זאל ער מוחל זיין אין עפענען א מוסר ספר.
שוין גענוג געהאקט, עמער גיין ווייטער ארבעטען.

אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
Otherwise I will type in English, sorry about that.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
איש עברי האט געשריבן:גארנישט געכאפט אזא איינפאכע לעזונג, לאמיר זיך זעצן לערנען קב הישר און אלעס וועט וואונדערליך זיך צוריקשטעלן אין פלאץ, הרי אני כבן שישים שנה ולא זכיתי ביז יעצט צו כאפן אזא איינפאכע לעזונג
ניין, קב הישר זאלסטו נאכנישט לערנען, אביסעל מסילת משרים מיט ארחת צדיקים וועט דיר אביסעל דערפרייען דאס הארץ,
All jokes aside, don't you feel a lack of something?
Be honest with yourself
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
Otherwise I will type in English, sorry about that.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל