ראטעוועט! געפאנגען אין בית הכסא
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
ראטעוועט! געפאנגען אין בית הכסא
אויף אלע גוים געזאגט. מיין מויל איז שוין טריקן פון זיך אזוי פיל אפרעדן.
גלייבסט מיר, מיינע גוטע פריינד, כ'ווייס נישט וויאזוי עטס ווערטס נישט משוגע פון מיר. יעדע'ן שני וחמישי קום איך אהער אנפירקלען די ווענט מיט נאך צרות, פראבלעמען און קאמפליקאציעס, איך ווייס נישט פון וואו עטס נעמטס די שטארקייט זיך איינצוהאלטן פון מיר אויספראקן און ארויסווארפן פון דא.
איינע פון די מערסט-געפרעגטע שאלות אין אישי, איז צי כ'בין א פרוי.
געוויסע ווילן נישט גלייבן אז דער פארכמוערט'ער, קאלמוטנער, פארזויערט'ער ניק איז עפעס אנדערש ווי א שוואנגער'ע הארמאן-געשלאגענע שעשני כרצונו. אבער ניין. לאמיך דא באשטעטיגן איינמאל פאר אלעמאל אויפן רעקארד: איך בין א זכר. וואס דען? אביסל אומעטיג און צעבראכן.
מען רופט מיר "דער קעניג פון אחיעזר", און מיט רעכט. מיינע באקאנטע ווייסן שוין אן פרעגן, אז נאך אן אשכול אין אחיעזר איז נאר א פראגע פון צייט; און אט בין איך שוין ווידער דא.
איז כ'בעט נאכאמאל מחילה פארן קרעכצן אזוי פיל, לאמיר האפן אז דער כל יכול וועט מיר שוין ליכטיג מאכן בקרוב.
איז אזוי. א שטונדע צוריק מאך איך מיר מיין וועג אין סמעדרעש צו כאפן א מנחה. א פרומער בין איך דאך, שפאציר איך אריין אין ביסקיס צו פראדוצירן א גוף נקי. איך באוואפן מיך מיט א 'דבר יום ביומו' און כ'מאך מיך באקוועם אין איינע פון די בודקעס.
די מצב איז געוועהן היפש רואיג. אויסער איין פארשוין מיט א לייכטן שילשול, איז דער מקום געוועהן ליידיג פון באניצער. ס'איז דאך נישט שחרית צייט, און און אויך נישט צעהן מינוט פארן רבינו תם. ס'איז שא שטיל און איך זיץ מיר אזוי רואיג, און כ'פארייכער א ציגערעטל, ווען פלוצים — גאט אין הימל! מיין הארץ האט אויפגעהערט קלאפן. — איך קוק נאכאמאל און יא, נישט מער געדאכט —— נישטא קיין טישואס...
איך פרוביר קוקן צי ס'איז אפשר פארהאן אפאר צעריסענע אויפן ערד, אבער ניין. א-ף ג-ם א-ח-ד.
טו מעיק ע לאנג סטארי שאארט, איך זיץ דא באלד א קייליכיג שעה און כ'האב מורא אז פה תהא קבורתי. מיין זיץ פלייש פאנגט אן צעגיין און איך קלער פון רופן חברים, אבער כ'שעם מיך. ברידער טייערע, וואס אין דער וועלט דארף איך טוען? איינער קען העלפן???
אויב קומט פאר א זיכעריי נאך א פעשליכע אינגערמאן, שיין געקעמטע בארד, א גרעי סוט מיט א טייערער זייגער, זייט מודיע די אינסטאנצן אז יענער איז אין די ביסקיסעס אין ראדני, אונטן אין די בעיסמענט.

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט: איך האב געדארפט צוויי מאל איבערליינען דיין תגובה צו כאפן. אבער ווען כ' האב געכאפט האביך אזוי היסטעריש געלאכט אז מיינע שכנים זענען געקומען צו לויפן און געפרעיגט אויב אלעס איז אין ארדענונג. נאכדעים ביניך אריינגעלאפן אין ביהכ"ס און געכאפט א גאנץ פעקל שבת'דיגע פעיפער און ויסעו. פאר איך בין ארויף אויפ'ן הייוועי האביך געטשעקט אויב דו ביסט שוין געהאלפן געווארן. איך פאר יעצט אויפ'ן בי.קיו.אי. בבקשה ממך. אויב הצלה אדער חברים קומען אן צו דיר פריער, פליס לאז מיך וויסן. שקויעך. אהה.. ס'דא טרעפיק ביי העמילטאן עוועניו... נאכאמאל. דו ביסט אויף ראדני. נישט אויף מוירטל? הא. אקעי כ'באלד אנקומען. נאך א פאר מינוט....
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
איך האב קיינמאל דעם פראבלעם, ווייל ס'ערשטע זאך ווען איך קום אריין אין די פובליק ביסקיסעס נעם איך אפיר דעם ראולל טאולעט פאפיר און איך לייג ארום דעם זיצער ווייל צו וואס דארף איך אראפזעצן מיין לייב און לעבן אויף יענעמס אפגעווישטע אורינע, אזוי אז איך בין אפגעהיטען מכל מרעין בישין, בין איך ס'איינציגסטער וואס האט דער מנהג ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
די ניצט די גאנצע ראלל אלס סיט ? סא מיט וואס ווישטו זיך אפ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום its me, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב קיינמאל דעם פראבלעם, ווייל ס'ערשטע זאך ווען איך קום אריין אין די פובליק ביסקיסעס נעם איך אפיר דעם ראולל טאולעט פאפיר און איך לייג ארום דעם זיצער ווייל צו וואס דארף איך אראפזעצן מיין לייב און לעבן אויף יענעמס אפגעווישטע אורינע, אזוי אז איך בין אפגעהיטען מכל מרעין בישין, בין איך ס'איינציגסטער וואס האט דער מנהג ?
ניין. אבער ב"ה איך נוץ פאבליק סקיסעס נאר במצב חירום ממש!
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך פיר זיך געווענליך צו ערלעדיגן די הכנות אינדערפרי אינדערהיים, שפאר איך זיך איין אביסל פראבלעמען. עס איז מיר שווער זיך צו באנוצן מיט די שטיבלעך אין די פאבליק פלעצער, און איך וועל נישט מאריך זיין מיט די סיבות.
מיינע עצות אין א נויט-פאל האב איך שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול וואס איז דא פריער צוגעצייכנט.
מיינע עצות אין א נויט-פאל האב איך שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול וואס איז דא פריער צוגעצייכנט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
היינט איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעים,
איך האב אמאל געהאט זייער א עינליכע מעשה
איך האב געשיקט א צעפ צים שיל גרופע איך האב דערנאך געקענט אינטער ווארפן פאפיר פאר אלע שכנים אזוי פיל שעואצער פאפיר איז געוועין, יעדער איז געקימען צי לויפן אויפ מיין באפעיל
די מעסעדש ליינט זיך בערך אזוי
אנטשולדיגט פארן שטערן אייער דאווענען, אבער איך האב א נויט פאל, איך זיץ אין בעסקיסע נומע דריי אויף די רעכטע זייט, זייט מוחל ווארפט מיר אינטער אשר יצר פאפיר ווייל אין לי, אגב אויך א דבר יום ביומעלע אויב שייך, שכוח
גלייבט מיר אז סיז געקימען צי פליען אפילו פון די אנדערע סקיסעס

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5