ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

ווארט געזוכט פאר טפשות, גרויליגע פרעכהייט פון רובין שמחה

שליחה דורך נח בער »

דאס בלוט קאכט און זידט. עס פארשטייט זיך נישט אין וועלכער בהמה'ישער קעלבליכער געגנט עס וואוינען די גאסן טענצער.

די ערגסטע, מיאוס'טע באשולדיגונגען זענען נארוואס ארויסגעלייגט געווארן אויפן חרדישן אידנטום. א איד איז אריינגעשליידערט געווארן אין תפיסה פיל לענגער פון זיינע לעבנסיארן. פארוואס? ווייל מען האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטי.

אט איז א איד וואס האט זיך אריינגעדרייט אומווילנדיג אין דעם דריידל און האט געוואלט ארויסהעלפן אפשטילן דעם חרון אף פונעם שטינק אבער האט לויט אלע דעות עובר געווען אויפן לאנדס געזעץ און אפגעזען אויב מיר זאלן יא אדער נישט שטיצן אזא גאנג, איז ער אבער געכאפט געווארן בעת ער איז רעקארדירט געווארן מיט וויטנעס טעמפערינג.

ברוך ה' ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף דער פריי נאכן זיין אין תפיסה פאר א וויילע און איין טאג זיצן דארט איז א גיהנם וואס איז אומבאשרייבליך און עס איז פארשטענדליך די שמחה אים צו זען מיט די אייגענע קליידער אויף דער פריי.

וואס איז אבער די פרייד ברבים אז אלע זאלן דאס צוזען?

וואס ברויכן מיר ארויסרייסן די אויגן פון דעם גוי וואס גייט מארגן פרעגן ווען ער וועט ליינען אין די צייטונגען איבער די גרויסע שמחה?

ווילסט זיך פרייען? ווילסט ארויסווייזן שבח והודי' אז ער איז אנגעקומען אהיים בשלום? געב א שיינעם באשיידענעם קידוש און מאך נישט קיין טומלדיגע פאראדעס אויף די גאסן.

איך האב נישט אין מיין באזיץ דאס ריכטיגע ווארט אפצומאלן מיין איבלדיגער ווייטאג אז מיינע נאנטע ברודער האבן נישט דעם מינימום שכל דאס צו פארשטיין.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר