ענינים לשבת פרשת החודש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

ענינים לשבת פרשת החודש

שליחה דורך ארכיוויסט »

[center]ענינים לשבת פרשת החודש[/center]

א. שבת פאר ראש חודש ניסן, אדער שבת ר"ח ניסן, רופט מען אהן "שבת פרשת החודש", ווייל מען נעמט ארויס צו מפטיר א צווייטע ספר תורה, און מען לייענט אין פרשת בא, די פרשה פון "החודש הזה לכם ראש חדשים" וגו'.

ב. דער טעם פארוואס די חכמים האבן מתקן געוועהן צו לייענען פרשת החודש, איז, ווייל עס איז א זכר צו די מצוה פון קידוש החודש, וואס דער בית דין האט מקדש געוועהן יעדן חודש, און ווייל ר"ח ניסן איז דער ראש החדשים, האבן די חכמים קובע געוועהן צו לייענען די פרשה נאנט צו ר"ח ניסן.

ג. דער אבודרהם זאגט, אז עס האט א שייכות דוקא צו ר"ח ניסן, ווייל בזמן שבית המקדש הי' קיים האט מען געלייענט די פרשה, צו דערמאנען אז מען דארף גיין עולה רגל זיין, און מקריב זיין דעם קרבן פסח, בזמן הזה לייענט מען עס זכר למקדש.

ד. ביים דאווענען זאגט מען יוצר סיי ביי שחרית און סיי ביי מוסף.

ה. צום לייענען נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורה'ס, אין איינעם לייענט מען די פרשה פון די וואך, און אין די צווייטע לייענט מען צו מפטיר די פרשה פון "החודש הזה לכם".

ו. ווען ראש חודש פאלט אויס שבת, נעמט מען ארויס דריי ס"ת, אין איינעם לייענט מען די פרשה פון די וואך, אין די צווייטע לייענט מען אחרון די פרשה פון ר"ח אין פרשת פנחס, און אין די דריטע לייענט מען מפטיר די פרשה פון "החודש הזה לכם".


[center]דברי תורה[/center]

החודש הזה לכם ראש חדשים:
לכאורה איז שווער, די מצוה פון קידוש החודש, געהערט דאך בעיקר צום בית דין, איז פארוואס האט אויסגעפעהלט עס צו זאגן פאר אלע אידן. אויך דארף מען פארשטיין, פארוואס האט מען די מצוה שוין געגעבן אין מצרים, און נישט געווארט ביז מתן תורה. דער ענין דערפון קען זיין, ווייל די טבע פון די לבנה איז, אז יעדן חודש באנייט זיך א נייע לבנה, און נאכדעם ווי זי ווערט אינגאנצן גרויס, הייבט זי אהן צוריק קליין צו ווערן ביז זי ווערט אינגאנצן נעלם, און דערנאך הייבט זי צוריק אהן צו שיינען. דארף מען דאך פארשטיין, פארוואס האט דער אויבערשטער אזוי באשאפן די לבנה, אז זי זאל נישט האבן קיין קיום. דער הסבר דערפון איז, ווייל די אידן זענען דאך צוגעגליכען צו די לבנה, און זיי טוהען רעכענען די חדשים און יארן לויט די לבנה. האט דער אויבערשטער געוואלט מרמז זיין, אז אזוי ווי די לבנה האט צייטן ווען זי שיינט אין איהר גאנצע פראכט, און נאכדעם הייבט אהן צו פעהלן פון איהר ליכטיגקייט ביז עס ווערט אינגאצען טונקל, קומט אבער א צייט ווען זי טוט צוריק אויפשיינען. אזוי אויך ביי די אידן, כאטש עס זענען דא צייטן ווען זיי זענען אין די פינצטערניש פון גלות, און זיי זענען ליידער נישט אויף א הויכע מדריגה, וועט אבער קומען א צייט ווען זיי וועלן זיך צוריק אויפהייבן אויף א העכערע מדריגה, און אויפשיינען מיט זייער גאנצע פראכט.

דאס האט דער אויבערשטער געמיינט צו ווייזן פאר די אידן אין מצרים דורך די מצוה פון קידוש החודש, אז אפילו זיי זענען יעצט אין די מ"ט שערי טומאה פון די טומאת מצרים, קענען זיי זיך באנייען און אויפשיינען אזוי ווי די לבנה טוט זיך באנייען. און דאס איז דער רמז אין פסוק "החודש הזה לכם", עטץ אידן קענט זיך באנייען, אזוי ווי "ראש חדשים", די לבנה וואס באנייט זיך יעדן חודש.
(ערוגת הבושם)


שה לבית אבות שה לבית:
די אידן ווערן אנגערופן "שה פזורה ישראל" און "שה אחת בין שבעים זאבים", דער פסוק וויל מרמז זיין, אז ווען אידן וועלן זיך פירען "לבית אבות", אזוי ווי די אבות האבן זיך געפירט, וועט מען זוכה זיין, אז "שה לבית", די אידן וועלן זיך צוריק קערן צו זייער היים קיין ארץ ישראל בב"א.
(אוהב ישראל)


והי' לכם למשמרת עד ארבעה עשר יום לחודש הזה:
דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט געהייסען ווארטן ביז דעם פערצענטן טאג אין חודש קען זיין, ווייל דער רמב"ן זאגט, אז וויבאלד די מצריים האבן געדינט צו די מזלות, און דער מזל פון חודש ניסן איז טלה, האט דער אויבערשטער געהייסען דאס שחט'ן, צו ווייזן אז די אידן זענען העכער פון די מזלות. פארדעם איז אויך די מצוה געוועהן דוקא דעם פערצענטן טאג, וואס דעמאלסט אינמיטן חודש איז דער כח פון די מזלות אמשטארקסטן, און אויך פונקט בין הערבים ווען דער כח פון די סטרא אחרא טוט דעמאלטס געוועלטיגען, צו ווייזן אז די אלע כוחות זענען גארנישט אקעגען דעם רצון פון באשעפער.
(עבודת ישראל)

החודש אשר ישועות בו מקיפות: (פיוט)
ביי דעם פייט פון מוסף (ביי די ברכה פון מחיה מתים) שטייט "החודש אשר ישועות בו מקיפות", דער חודש וואס די ישועות נעמען איר ארום, אין מצרים זענען די אידן אויסגעלייזט געווארן אין דעם חודש, און אויך ווען משיח צדקנו וועט קומען וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן אין דעם חודש. מען קען זאגן א שיינע כוונה אין דעם פייט, לויט ווי עס איז ידוע, אז דאס ווארט "מקיפות" איז אויך א לשון פון בארגען אויף קרעדיט ("החנוני מקיף" - דער געשעפטסמאן געבט ארויס אויף בארג), אז פונקט אזוי ווי עס איז געוועהן ביי יציאת מצרים ווי עס שטייט אין פסוק (פרשת שמות ג') משה רבינו האט געפרעגט "מי אנכי, וכי אוציא את בני ישראל ממצרים", איז רש"י הק' מסביר אז די שאלה איז געוועהן מיט וועלכן זכות וועל איך זיי ארויסציען, זיי האבן דאך נישט קיין זכותים, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים וגו'," מיט דעם זכות וואס די אידן וועלן שפעטער מקבל זיין די תורה, דער זכות וועט זיי שוין יעצט ביישטיין זיי זאלן ארויס גיין פון מצרים. זעהען מיר אז אין דעם חודש האט מען שוין אויסגעבארגט א ישועה, צוליב דעם האט דער חודש אין אלע דורות א כח אויסצובארגען א ישועה. אזוי אויך היינט וועט השי"ת אויסבארגען א ישועה, אפילו אויב די אידן זענען נישט ראוי דערצו, נאר פארדעם וואס די אידן נעמען זיך אונטער אז זיי וועלן גיין בדרך הישר, וועט זיי דער רבונו של עולם געבן אויף בארג, "החודש אשר ישועות בו מקיפות".
(ספר בארות המים - רבי ר' הערש מרימנוב זצוק"ל)

אויף אן אנדערן אופן קען מען טייטשן, אז דער ווארט "מקיפות" איז פון לשון "הקפה" – ארומגענומען, דער חודש ניסן איז ארומגענומען מיט ישועות און רפואות. ווייל דער חודש פאר דעם איז אד"ר, וואס איז די ראשי תיבות "אני ד' רופאיך", און דער חודש נאכדעם איז איי"ר, וואס איז אויך די ראשי תיבות אני י"י רופאיך.
(צדיקים)

כאשר שמענו כך עוד נחזה:
עס איז באקאנט, אז פאר דעם חטא פון אדם הראשון, האט מען אויך געקענט זעהן קולות, און נישט נאר הערן. און אזוי איז אויך געוועהן ביי מתן תורה, אזוי ווי עס שטייט "וכל העם רואים את הקולות". בעהטן מיר, "כאשר שמענו", דאס וואס יעצט הערן מיר נאר, "כן עוד נחזה", זאלן מיר אויך קענען זעהן, ווען עס וועט זיין דער תיקון השלם במהרה בימינו, אמן.
(תפארת שלמה)
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
רעאגיר