די כח און סמכות פון רבנים און אירע גדרים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6640 מאל

די כח און סמכות פון רבנים און אירע גדרים

שליחה דורך הוגה »

[justify]וואו ווייט איז די כח און די סמכות פון אונזערע רביס און רבנים? איך ווייס נישט די ענטפער, איך וויל דא אויסשמועסן די שני צדדי האיבעיא, און איך האף אז די טייערע חברים וועלן העלפן מברר ומלבן זיין די נושא מיט סברות ומקורות. מען קען זאגן אז די שאלה איז שייך אויף פארשידנארטיגע מדרגות אזוי ווי איר וועט ווייטער זעהן.

פון איין צד קען מען זאגן אז מען דארף האבן פולע צוטרוי אין א רבי/רב. חז"ל זאגן שוין אז כל המהרהר אחר רבו כאילו מהרהר אחר השכינה. די סיבה בפשטות איז ווייל אויב איז נישט דא קיין טראסט אין רבנים איז נישט דא קיין טראסט אין די תורה. עס זענען דא צענדליגע סיפורים מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן וואס צייגן די בלינדע צוטרוי וואס אידן האבן געהאט אין זייערע רביס במשך הדורות. דאס מיינט אז אפילו אויב איך האלט אז מיין רבי טוט עפעס וואס זעהט אויס נגד התורה, דארף איך מיר פארלאזן אז ער ווייסט וואס ער טוט און זאגט.

די וואך פארציילט מיר א ידיד וואס איז א גבאי אין א קליין שול וואס באלאנגט צו א גרויסע חסידות. ער האט באקומען איין טאג א טעלעפאון רוף פון די אדמו"ר (מיט וועם ער איז גאר נאנט) אז ער זאל מודיע זיין פאר פלוני בן פלוני אז ער האט מער נישט קיין דריסת הרגל אין דער שול. עס האנדלט זיך פון אן איידעלע, ליבליכע יונגערמאן וואס האט נישט געטשעפעט קיין פליג, רעדט נישט קיין סאך, באדערט קיינעם. צוליב אינערליכע חסיד'ישע פאליטיק איז אבער נחתם געווארן דינו למיתה. איך האב געשמעקט אז מיין חבר האלט בעצם אז ס'איז געווען אן עוולה, האב איך אים געפרעגט פארוואס ער האט געפאלגט דעם רבי. האט ער מיר געענטפערט אז אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות. ער איז אויפגעצויגן געווארן צו האבן די פולסטע צוטרוי צום רבי, און אין אחר דברי רבי כלום. נאר אזוי קען מען בלייבן אן ערליכע איד. איין מאל מען הייבט זיך אן צו קלויבען וואס מען פאלגט יא דעם רבי און וואס נישט, קען מען פארפארן גאר ווייט. מיין פאטער זז"ג האט מיר אויך אזוי מחנך געווען. נישט דא קיין מעשיות. א מענטש האט נישט קיין דעת עצמי אויסער זיך צו קלויבן א רבי. אבער איין מאל מען האט זיך געקלויבט דעם רבי מוז מען אים בלינדערהייט פאלגן אויף אלעם.

עס איז אבער גאר שווער דאס מקבל צו זיין. הייסט אז אפילו אויב די רבי הייסט טון אקעגן די תורה דארף מען אים פאלגן? האלט איר דען אז דער גבאי האט געטון ריכטיג מיטן פארשוקן דעם איד פון בית המדרש על לא דבר? אויב האלט ער אז דאס איז אן עוולה דארף ער זיך אפזאגן פון גבאות ווי איידער וויי טון א איד. וואס איז אויב א סאטמארער איד האלט אז די עירוב איז מותר ע"פ תורה, עכ"פ לויט געוויסע שיטות חשובות, איז ער דען נאך אלץ מחויב מוחה צו זיין צוליב דעם ווייל זיין רבי הייסט?

לאמיר גיין צום צד השני. א מענטש מוז פאלגן זיין רבי אבער נאר ווילאנג עס איז נישט נגד התורה. דאס הייסט, אויב זיין רבי נעמט א צד אין א פלוגתא איז דאס זיין צד אויך. משא"כ אויב די רבי הייסט טון עפעס וואס איז קלאר נגד התורה (כגון די מעשה הנ"ל מיט ארויסווארפן די איד פון שול) טאר מען נישט פאלגן דעם רבי.

די פראבלעם מיט דער צד איז, וואו פונקטליך שטעלט מען אוועק די גדרים. ווען מעג איך יא טון אנדערש ווי מיין רבי און ווען נישט? איז דא איינער וואס איך "מוז" פאלגן נישט קיין חילוק ווי קלאר איך ווייס אז עס איז נגד די תורה און אירע values? לדוגמא, כ'פארשטיי אז אויב האלט איך אז 'מיין' רבי גייט נגד התורה דארף איך ענדערש פאלגן די תורה. וואס איז אבער אויב די דברי חיים אדער די שואל ומשיב זאגן עפעס נגד התורה, האב איך א רעכט זיי נישט צו פאלגן? זיי זענען דאך די תורה אליין! און וואס איז מיט א ראשון אדער אן אמורא?
בקיצור, איינמאל וואס דו זאגסט אז נישט אלעמאל דארף מען פאלגן א רב אדער א רבי, ערגעץ ביי א געוויסע נקודה פארלירן זיי זייער סמכות. אויב אזוי איז דאס דאך א דבר המסור לכל אחד ואחד, און די כח הרבנות וועט צוזאמפאלן. דעם פסק וועט ראובן נישט פאלגן, די צווייטע פסק וועט שמעון נישט פאלגן, א.א.וו. לדוגמא, אויב קומט מיר קלאר אויס פון די תורה אז אלע חרדי'שע רבנים האבן זיך טועה געווען, און די תורה פארלאנגט בעצם אז מיר זאלן זיך יא שטעלן אין מיליטער, דאן מוז איך לויט די צד השני טאקע גיין אין מיליטער.

קען איינער פונקטליך מגדיר זיין די כח און די סמכות פון רבנים אויף אן אופן וואס מיר זאלן נישט פארלירן די תורה און אויך די כח הרבנות.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר