בין הזמנים שאקלט זיך שוין אינטער,
די בחורים הייבן זיך שוין אן דרייען און פרייען ווי קיין מארגן גייט נישט פארקומען ראביי צוקענבערג פון פעיס... גרייט זיך אויך אויף דעם האלידעי ער גייט באקומען א מיליאן נייע עקאונטס פון צוויי הונדערט פופצוג טויזנט בחורים פון ארום די גארער וועלט און יעדער עפענט דאך דריי אקאונטס ממילא האמיר את חשבון פון א מיליאן אקאומנטס... כאפסט?!
איך גיי נישט צולייגן צו די סיטש. פון בין הזמנים און די חורבן וואס עס מאכט אן פאר אונז בעה"ב, ווייל מתושלח האט שוין גערעדט דערוועגן און אזוי האבן זיינע אייניקלעך נאך ביזן היינטיגן טאג געפירט צו בלאגן יעדע בין הזמנים און חוזק מאכן פון די פארלוירענע נשמות בחורים נעבעך, איך גיי רעדן פון א צווייטן זייט פונעם שפאקטיוו איך וויל זיך באציען צום נושא פון פאום קאפס און טישאס!
חברה איך האב שוין לאאאנג אויפגעגעבן אויף די בחורים אז די עלטערן טראסטן זייער פערצן יעריג צאציג,
זיך דרייען און דו גאסן טא פארוואס זאל איך שלאפן שווער באנאכט דערוועגן, אבער מיין דאגה איז א צווייטע זאך וואס זענען די פאום קאפס נעבעך שילדיג פארוואס דארפן מיליאנען פון זיי דארפן גיין לעיבוד נעבעך קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף זיי,
דער יונג בחורל שפארצירט אריין און ביהמ"ד אזוי צעינע פארטאגס אויף א שווארצן בין הזמנים טאג די ערשטע זאך לאזט ער זיך ארויס אויף א בליט פארגיסענדע אקציע ער גייט אויסרייסן אפאר נעבעך בלאסע פאום קאפס... ער געט אים א כאפ אן מיט א כעס אן ארויסזאגן א ווארט מאכט זיכער עם ארויסצוציען קרומערהייט אזוי זאל ער גלייך צולפיקט ווערן אזוי האלט מער ביי נאמבער "איינס" דאון...
ער געט אן אטעם אפ צוהט ארויס נאך איינס לייגט אריין פילט עס אן מיט קאווע שטויב און הייסט וואסער געט א שלעפ ארויס א דריטע אומשילדיג פאר'יתומט קאפ ווייל ער ברויך דאך "אויסמישן די קאפי" האלט מען ביי "דריי" שוין סעאיז אויסגעמישט יעצט קומט די מילעך פראסעס,
ער געט א הייב אויף דאס מעלק הענטל צו געינען עקסעס צום מילעך עס נעמט זיך גיסען ווי וואסער פון א בלויע שלאק און פארשטייט זיך קאפ נאמבער דריי איז געווארן באשפריצט! האלט מען ביי קאפ נאמער "פיר" (א רגע נאך איך האב בעצם פארגעסן צו זאגן ער איז אריינגעקומען מיט נאך דריי בחורים זיי זענען צוזאמען צוריק געקומען נאכן פאררייכערן א צוגערעטל סארי נאכן שפילן טאטע... מיין פוינט איז געווען אז מעהאלט שוין בעצם ביי אכצן קאפס... אה מגייט עס אבער נישט רעכענען) אין חברה דעי טשילערס האלטן נאך פארן מקווה אין שוין גענוצט אזויפיל קאפס וויפיל האר איך האב אויפן קאפ און לעצטס נאט פארגעט זיי זענען אלע קעפין עדיקטס פערצן פופצן קאפיס אויף א ניכטערן מאגן, !!
חברה איך דארף גיין יעצט מסביר אויך מיין ווייטאג וועגן די טישאס?? אדער עטס כאפטס אביסל מיין פוינט? (איך נישט)
כמייו סעאיז צייט מעזאל מאכן אן עצרת /כינוס /פראטעסט /יום תפילה צו ראטעווען די מצב און מאכן אן איסור אז מען מעג נאר טרינקען קאפי לצורך פרנסה (מיט א פילטער לוללל) חברה ווער איז אין ברענגטס אהער דעם צוממערמאן
געוואלד סעאיז צרות!
- פסיכאלאג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
געוואלד סעאיז צרות!
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is