געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

שליחה דורך פישלע העררינג »

אט דאס שרייבט מען היינט אין איי וועלט:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 61#p834861

(קרעדיט: [tag]אפטעמיסט[/tag] אין [tag]ברסלבער[/tag]'ס "איך בין א מחוצף" אשכול)

מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט
הודעהדורך קרעטשמער » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:00 am

(צוליב די סענסיטיווקייט פון די פאלגנדע אינפארמאציע, וועלן מיר דאס בלויז לאזן אין די עפנטליכקייט אויף א קורצע צייט אפשניט, און מיר פארבאטן דאס נאכצוקאפירן אדער פארשפרייטן באיזה אופן שיהיה ח"ו.)

אל מעלת כבוד חברינו היקרים,

דא רעדט צו אייך די גרופע "מנהלים" פון אייוועלט.

ווי עס איז אייך גוט באקאנט, באשטייט די הנהלה פון צוויי באזונדערע קערפערשאפטן, גערופן "מנהלים" און "אחראים", אויך באקאנט אלס די "רויטע" (מנהלים) און "גרינע" (אחראים). די פונקציעס פון די צוויי גרופעס זענען פארשידנארטיג. בעת אויף די אחראים ליגט מער-ווייניגער די טאג טעגליכע ארדענונג פון די פארומס, אריינגערעכנט פארריכטן קעפלעך, צוטיילן אשכולות, אוועקפירן אדער לייגן שלעסער אויף שמועסן וואס באלאנגן נישט דאהי, ליגט אויף די מנהלים די געוואלדיגע אחריות פון אנהאלטן דעם אלגעמיינעם ניווא פונעם פלאץ און זעהן דערצו אז די ניקס (און יא, אויך די אחראים) זאלן זיך האלטן געטריי צו די תקנות וואס די מייסדים האבן אראפגעשטעלט ביים גרינדונג פון דעם זעלטענעם און טייערן ווינקל.

האט אבער - צו אונזער גרויס באדויער - לעצטנס פאסירט א שטארקע טשטוש הגבולים, ווען איינער פון די "גרינע" האט אריבערגעשפרייזט דעם "רויטן" ליניע און אנגעהויבן טוהן דא כאדם העושה בתוך שלו. אין פרידנסצייטן וואלטן מיר דאס באהאנדלט אינערליך, געשיקט א קלארע ווארענונג, און אויב דאס וואלט נישט געווירקט, אים אוועקגענומען די אחראים רעכטן. אבער אונזער יעצטיגער פאל איז אויסערארדנטליך און פרעצעדענטלאז, און ווי איר וועט ווייטער זעהן גרעניצט זיך דאס מיט אומגעהויערע פרעכקייט און זאגאר פארראט! דערפאר האבן מיר באשלאסן נאך לענגערע באראטונגען הונטער פארמאכטע טירן אז לא עת לחשות, מיר קענען מער נישט שלונגן און שווייגן, און טראץ די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע, וועלן מיר ארויסקומען דערמיט אין די עפנטליכקייט.

מיר ווילן מקדים זיין אז צוליב די האקלקייט פון די נושא, און אויך צוליב אונזערע פעסטע תקנות, צו וואס אויך מיר מנהלים זענען פארפליכטעט, וועלן מיר נישט אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון יעדן באשולדיגונג און פארדאכט, אויך וועלן מיר לעת עתה נישט ברענגן קיין דאקומענטירטע באווייזן אונטערצושטיצן אונזערע הנחות, מיר וועלן בלויז זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים פון די סאמע וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס צעוויסן צו טוהן פאר די חשוב'ע מיטגלידער, כדי איר זאלט אונז קענען פארשטיין און אליינס קומען צו דער באשלוס אז וואס מיר האבן געטוהן אין דעם פאל איז ריכטיג און יושר'דיג. מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באמוטשן מיט איבריגע פראגעס, ווייל דערווייל וועלן מיר נישט ארויסגעבן מער ווי דאס וואס שטייט דא אראפגעשריבן.

גראדע האבן מיר לאנג איבערגעקלערט אויב מיר זאלן קלאר ארויסשרייבן פון וועלכן "גרינער" די רעדע איז, אבער אין די ענדע איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז דאס מוז בעל כרחינו געטוהן ווערן, ווייל זיינע מעשים תעתועים זענען אזוי מערקבאר און אויבנאויפיג אז אפילו מיר זאלן פרובירן פארשווייגן זיינע בייזוויליגע אקטן וועט דאס פריער אדער שפעטער ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, איז ממש א שאד אז מיר זאלן דאס נישט אויפוויקלן ווי געהעריג, והוקע אותו נגד השמש.

די רעדע איז פון א ניק וואס האט זיך אנגעבליך אהערגעשטעלט ווי א זעלטן געטרייער אחראי, שרייבנדיג און מעקנדיג ווען עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, (און אפילו ווען נישט). פון צייט צו צייט האט ער זיך געלאזט הערן מיט זיינע מיינונגען וואס האבן אפטמאל בלויז רעפלעקטירט זיין פריוואטע דעה, אבער ער האט דאס אראפגעשטעלט בשער בת רבים כאילו ער רעדט דא בשם די גאנצע הנהלה. מיר וועלן נישט איבערגיין דא די לאנגע ליסטע פון עוולות וואס ער איז באגאנגען קעגן אונז, מיר וועלן זיך באגעניגן מיטן אויפברענגן זיין לעצטע אויסברוך אין די אשכול פון "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש".

יענער אשכול איז א טיפישער ביישפיל פון דעם פראבלעם וואס מיר האבן מיט דעם ספעציפישן אחראי. פון איין זייט שטעלט ער אן א פנים פון א געטרייער ארבייטער, און אין דער זעלבער צייט רייסט ער ארונטער רוב רובן פון אונזערע מיטגלידער וועלכע ווילן דוקא אנהאלטן דעם גאר פרומען אויסזעהן און געדאנקנגאנג. עס איז אונז געווען א הארצווייטאג צו ערהאלטן אזויפיל געזעגענונגס בריוולעך פון תורה טרייע ניקס וואס האבן זיך אפגעזעגנט פונעם פלאץ נאכן נישט קענען איבערטראגן דעם עפנטליכן העצע קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט פרומקייט און ערליכקייט.

עס ווייסט יעדער איינער אז אייוועלט איז די שווארצאפל פון אויג פאר אלע ערליכע נעט-באזוכנדע אידעלעך, אויב זאל מען זיי פארשליסן דעם טויער פון מחאה דארט וואו עס פעלט אויס ווי לופט צום אטעמען, וועלן זיי אין די ענדע פארקלאפן דעם גאנצן וועבזייטל און גיין מאכן שבת פאר זיך, א זאך וואס מיר ווילן פארמיידן אויף אלע קאסטן.

אבער אלס דעם אליין וואלטן מיר נאכנישט איבערגעדרייט די שטאט, מיר וואלטן זיך באפרידיגט מיט א סילוק צום באטרעפנדן אחראי אין פריוואטן פאסט קעסטל, און אויב ער וואלט נישט פארשטאנען אויפן ווינק וואלטן מיר אים אוועקגענומען די שליסלעך. אבער וואס ברענגט אונז צו דעם פרעצעדענטלאזן שריט, איז א שטיקל דעטעקטיוו-סטיל ארבעט וואס אונזערס א געטרייער מיטגליד האט מיט גרויס ערפאלג אדורכגעפירט, וואס האט אים געברענגט צו ציען א מסקנא וואס האט אונז אלע אויפגעשטעלט די האר פון קאפ.

אויב ליינט איר די שורות שטייענדיג, רעקאמענדירן מיר איר זאלט זיך אנכאפן בעפארן ליינען ווייטער.

מיר זענען די לעצטע צייט געוואויר געווארן דורך פארשידענע אומוועגן אז - נישט מער און נישט ווייניגער, נאר - דער אלעמען באקאנטער 'געטרייער' אחראי "געלעגער", דינט גאר אלס דאפעלטער אגענט פאר אונזערע קאנקורענטן! אלע פעדימער צייגן קלאר און דייטליך אז נישט קיין אנדערער ווי ער זעלבסט האט גאר געגרינדעט דעם אנדערן וועבזייטל הידוע וואס מיר ווילן אפילו נישט אויפברענגן דעם נאמען צווישן אונזערע שפאלטן! נישט קיין וואונדער אז ער אגיטירט אזוי שטארק פאר ליבעראלקייט און קעמפט קעגן יעדע סארט מחאה וואס קען הייבן די אידישקייט שטאפלן פון אונזער ארט, אמער, הוא הגבר וואס שפילט א פירנדע ראלע אין דעם אנדערן מקום רח"ל!

ביים זיך איבערצייגן די קראנטקייט פון די שמועה לא טובה, האבן מיר שוין למפרע פארשטאנען פארוואס ער האט מיט זיין געוואלדיגע 'גוטסקייט' גענומען די מיה און געגרינדעט די טרויעריג בארימטע "אמ"ג" (אימעיל גרופע). מיר פארשטייען יעצט למפרע אז די אונטערליגנדע אורזאך דערפון איז פשוט געווען צו קענען אוועקצושלעפן ווי מער גוטע שרייבער פון אונזער וועלטל, און ווי מיר הערן טוהט ער דארט אנדרייען דעם עולם צו פאשן איבעראל נאר נישט דאהי, א זאך וואס דערקענט זיך שטארק אויף די סטאטיסטיקס פונעם סייט.

אויף דערווייל וועלן מיר זיך דא אפשטעלן, אבער אויב ער וועט פרובירן צוריקצוקעמפן ביי אונז אדער אויף זיין אנדערע וועבסייט, וועלן מיר געצווינגן זיין ארויסצוגעבן טייל פון די געהיימע באווייזן וואס מיר זאמלען איבער אים די לעצטע שטיק צייט! און מיר ווילן באטאנען אז דאס וועט אים שטעלן אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, אפילו ביי זיינע אייגענע קאלעגעס אין דעם אנדערן פלאץ.

צום שלוס: מיר האבן טאקע געליטן א שטארקע דורכפאל, אבער מיר וועלן זיך האפנטליך צוריקכאפן דערפון ווי אמשנעלסטן, און אינאיינעם וועלן מיר צוריקשטעלן דעם הויכן ניווא פונעם פלאץ צו איר אלטע שטייגער, מיט די הילף פון א פרישע שטאב אחראים וואס וועלן האפנטליך אויסגעקליבן ווערן ביז א טאג-צוויי. (אלס תשובת המשקל וועלן מיר יעצט געבן א פארצוג פאר גאר ערנסטע מיטגלידער וועלכע האבן זיך שוין ערווארבן א נאמען פון פרומקייט און קנאות).

ועל זה באנו על החתום אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר "כל המשכב אשר ישכב עליו" וגו', ר"ח ניסן תשע"ד לפ"ק

(-חתימת המנהלים)


איז דאס א אפריל דעם ערשטן וויץ? איז דאס אמת?

הייסע נייעס.

סחורה ווי גאלד.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שוין. דארטן רעדן זיי איבער דעם ווי איבער א וויץ.
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוודאי א וויץ.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

גראדע איז אמת אז געלעגער שרייבט אויך דא
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ראשעקאל האט געשריבן:אוודאי א וויץ.

איך ברעך מיך קאפ שוין כמעט צוויי שעה, קומט ראשעקאל און מאכט מיט די האנט, עה, אודאי א וויץ... :roll:

וויאזוי ווייסטו דאס?
(- - -)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך כאפ נישט די וויץ
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אפטעמיסט האט געשריבן:איך כאפ נישט די וויץ

אויב איז עס א וויץ, איז די דזשאוק אן יו... דאס איז דער וויץ. דו האסט געשוויצט אביסל. נישט פאני? דערצייל דאס פאר קרעטשמער. :lol:
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]באריסטא[/tag]?
(- - -)
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

די נייעס איז דארט ארויף פונקט 12:00, ווען עס איז געווארן די באקאנטע דאטום.
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

זזיי האבן געמעקט אן ערך פון צען תגובות אין דעם אשכול וואס האבן געשריבן אז סייז א וויץ, אבער איז דאס פארט אוו די דזאוק אדער נישט
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

הלילה חמק עבר. נו, איז עס א דזשאוק צו נישט?
(- - -)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דאס ערשטע מאל אייוועלט הייבט אויף די קארפעט און דעקט אויף קארופציע...
קען עס דען נישט זיין א וויץ?...
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

געלעגער שרייבט דאס יעצט:

איך בין פארשעמט, איך בין צוטרייסלט, עס טוט מיר וויי, באמת וויי.. אבער איך בין זיך אליין שולדיג. ווען איך האב מיך צום ערשטן מאל ארויפגעסיינט אויף אייוועלט האב איך באמת געקלערט אז מ'רעדט דא פון באזעסענע אידן, אידן מיט אפענע קעפ וואס פארשטייען אן עסק. נאכן זיך דרייען אביסל האט מיר די מציאות צוריקגעפאטשט אין פנים.
איך האב געטון וואס אין מיינע אויגן האט אויסגעזען ריכטיג. אבער מיין פרצוף איז אויפגעדעקט געווארן. די אקט פפון די הנהלה טוט מיר וויי אבער איך נעם עס ווי א צייכן אז ס'איז צייט צו גיין ווייטער.

זייטס מיר אלע געזונט מיינע טייערע פריינט, איך האב אמת'דיג הנאה געהאט די צייט וואס איך האב דא פארברענגט מיט אייך. צו געוויסע וועל איך זיך בענקען, צו אנדערע וועל איך זיך פרייען.. איך זאג זיך אפ פון מיין פאסטן און אלע מיינע פונקציעס ווערט אפגעשפארט. איך וואונטש יעדן א חג כשר ושמח, א געזונטן זומער און א גמר חתימה טובה.

הצלחה וברכה.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

אלע זענען דארט אין עפעס אזא מין שאק איבער די שוידערליכע אויפדעקינג קוים זיי קענען קימען צו זיך
כאילו מהאט דא אנדעקט א כופר אדער ארגערס
קאם אן קינדערלעך ביז מיט אפאר יאר ציריק האט מען דיסקאסט אין ענקער פארום אפענע ניוול און ניאוף
יעצט זענט עטץ אזוי הייליג אז ממש סזעהט אויס ווי ענק גייען עס נישט איבערטראגען
בארואיגטס ענק
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קרעקער די אלע דארטן שרייבן בדרך צחות, קיינער נעמט עס נישט ערנסט, קאמאן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

זענען זיי משוגע אדער וואס? איך האף דאס איז נאר א וויץ. וועלכע נארמאלע מענטש זאל טראכטען אז איינער פון אונז, נאך גאר פון די ערפונדערס איז אינטערסירט אונטער צו ברענגען איי וועלט? וואס?? איי וועלט קאנקערענט פאר קאווע שטיבעל .....??? כאַ כאַ איך קען נישט אויפהערן לאכן, באלד וועט נאך איינער זאגן אז נאוקיא איז א קאנקערענט צו סעמסאנג... אדער גאר המזמרים איז א קאנקערענט פאר שירה, זענט עטס משוגע דאס איז א ווי מדמה זיין א גוטע געשמאקע הייסע טשולענט צו א אונגארישע לעטשאוי ....
ברוך השם געלויבט דער פון אויבן, קאווע שטייגט און שטייגט מיט אלע אירע מעלות און געשמאק-קייט, און אז איינער האלט עס נישט אויס, האללא האסט א ברירה די טיר'ן זענען אפען פאר יעדעם.
און יעצט צום טענות און מענות וואס איך הער א גאנצען טאג, אז אויף קאווע שטיבעל איז דא ... כפירה.... כפירה.... וואס? וואו? ווען? איך בין שוין דא א פאהר חדשים און איך זיך מיט בדיקת חמץ ליכט די כפירה, אבער הילד איננו.
און כדי ארויס ווייזן אז איך מיין עס אמתדיג, וויל איך זאגן; אז יא, עס איז דא זאכן וואס דארפן א תיקון, למשל מען לינקט אמאל צו נישט איידעלע יו טוב קליפס, אבער האללא אויב די האסט דיין יו טוב אפען, האסטו נישט מיט דעם קיין פראבלעם, רעד איין דיין באבע. (איך האב טאקע נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ווייל מיין יו טוב איז ברוך השם פארשפארט) און אין הכא נמי, עס איז אויך דא אמאל וואס עס פאלט אריין אז איינער דריקט זיך אויס שמץ של כפירה ווי למשל די אשכול בנוגע די קראנטקייט פון די מעשה פון פורים, וואס דער פותח וואלט געמעגט אראפלייגן זיינע הערות אָן מאכן הנחות, אבער הער אויס נאטינ"ג אי"ז פּערפעק"ט, און וועגן דעם ווערט נאך נישט א גאנצע היימישע געשמאקע שטיבל אפגעפרעגט.
און וואס זאל איך ענק זאגן? קומטס אריין מיט מיר און מאחורי, וואס דארט שרייט ארויס דער "מי כעמך ישראל ... יא! דער שמוציגער קאווע שטיבל און גאר אין די פארמאכטע פארום, לאזט זיך נישט גלייבן מיט וואס פאר א איידילקייט זאכן ווערן דורך געטוען, אזעלכע שיינע נושאים מיט אזא רייכקייט אראפגעלייגט און אלעס אויף א היימישע יודישע פארנעם.
יא יא מיר זענען די מיליטער פונם אייבירשטען!!!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ברעיקינג: אייוועלט'ס זייטל האט געקראכט!
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

קוק אהער, שמעקעדיג. הישמע כזאת, מען באזינגט דארטן אונזער באליבטע באריסטא, כאחד הנבלים, און ער מאכט זיך דא ניטאמאל וויסענדיג? דאס קען מיינען איינס פון די צוויי, אדער איז ער בעצה אחת מיט זיי לגבי דער עיפריל פולס דעי דזשאוק, אדער איז עס אמת און ער איז פארנומען יעצט ביים וועד החינוך אינקוועזיציא מיטינג. אלו ואלו, שמעקט עס נישט גוט.
(- - -)
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

פארוואס זאל באריסטא אהערקומען און זאגן קלאר אויב ער איז טאקע ער, צי נישט?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

כ'קום דא סטרעיט פון אייוועלט
אז סאיז דאון וועל איך מוזן דא ליינען, איך תגב'ה ווייניג ממילא וועל איך נישט קענען מוחה זיין כראוי ואתכם הסליחה
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

טאמבל סאס האט געשריבן:אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.

אזוי שטייט דארט? מען קען יעצט נישט אריינגיין אין זייער סייט.
טאמבל, עס זעהט דיך אויס ווי א וויץ אדער אמת? אויב א וויץ, איז עס פון די גאר געלונגענע אפריל פירסט פרענקס ביים היימישן עולם. בעסער נאך ווי דער בחור'ל וואס האט היינט געזינגען אויף הודו לד' לאנדאן ברידזשעס פאללינג דאון.
(- - -)
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

טאמבל סאס האט געשריבן:אז געלעגער איז באריסטא, מילא. אבער אז ער איז אויך ר' זלמן לייב'ס גבאי, דאס איז שוין טאקע פרעצעדענטלאז.


וואו איז געשטאנען אז ער איז זלמן לייב'ס גבאי?
פארשפארט