א נאנטער ידיד, וואס שרייבט כסדר דא און קען זיך פערזענליך מיט איינע פון די מנהלים, זאגט מיר פריער אז עס זענען פאראן ערנסטע פלענער אז אייוועלט מיט קאווע שטיבל זאלן זיך צוריק פאראייניגן. יענער זאגט מיר אז די גאנצע טענה פארוואס מען האט זיך אפגעטיילט, איז געווען דער שטרענגער צענזור אויף אייוועלט, למעשה מיט די צייט זענען ביידע זייטן געווארן אביסל לויזער, אין קאווע שטיבל האט מען איינגעזען אז מען קען נישט ממש אלעס לאזן און מען מוז האבן א שטיקל צענזור, ווידער אויף אייוועלט איז געווארן דאס מעקן אסאך גרינגער און מען לאזט שוין די מענטשן זאגן אן אייגענע דעה, דאס דערקענט מען אויף די שרייבערייען און די רוח המקום.
לויט זיינע ווערטער, איז נאך די פלאן רוי, מען האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די יסודי הדברים, וואס מען וועט יא צולאזן און וואס נישט - א זאך וואס יעדער זייט פראבירט עס זאל זיין די מערסטע צוגעשטעלט אויף זיין זייט, מען רעדט אויך ארום איבער דער נאמען, צי מען זאל טוישן דעם נאמען אדער זאל עס צוריקגיין ארגינעל צו 'היימישע קרעטשמע', א זאך וואס אויב דאס פאסירט, וועלן אלע יעצטיגע ארטיקלען פון קאווע שטיבל אריבערגעלייגט ווערן אהין. דאס איז אין מיינע אויגן א דורכברוך פון א זאך, אז קאווע שטיבל ארטיקלען וועלן אהינגעלייגט ווערן.
לויט ווי אזוי מיין חבר גיבט מיר איבער, זענען אלע זאכן ממש רוי, די מנהלים שמועסן דאס דורך פריוואט, עס איז נאכנישט פאבליק, ווי אויך קען זייער מעגליך זיין אז די גאנצע מעשה זאל זיך אויסלאזן מיט גארנישט. על-כל-פנים, אז אזעלכע פלענער זענען פאראן.
איך בין נייגעריג צי אנדערע האבן שוין געהערט דערפון, און צי עס איז דא איינער וואס קען מיטטיילן מער פרטים.
איז דאס אמת? - ברעקינג נייעס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
איך וועל אייך זאגן,
די פראבלעים דארט איז ביטער, גיי קיק די טעיגליכע אשכולות דארט, די מענטאליטעיט דארט איז א זויערע, מען פרייט זיך צי א יארצייט, צי די וועטער באשרייבונג, איין זויערליכע תגובה נאכן צווייטן, עס גליסט פשוט נישט דארט צי זיין, הגם זייער אחיעזר איז לכאורה בעסער ווי דא, און ווען איינער שרייבט שוין עפעס לייטיש, ציטיילט זיך עס און צוויי, איין חלק איז כככ, פשיהא, גיי אן, דאן קימען די פויבס'טליכע, אישי'ען אריין אין זדוק אריין, ני שעים דיך גיי קיין קא.איל, ביזט נישט וועלקאם, מען ווערט אראפ געפליקט דורך די בארבארן דארט בגלוי, אלעס און די נאמען פון הייליגקייט, אויב זאגט מען עפעס שלא ב'ליניע דאן קימען די אחראים און מנהלים און לייגען דיר א מאהל שלאס, בקיצור געוועינטלעך ווערט עס אזוי צי אזוי פארוואסערט.
דא און ק"ש, איז אבער לדאבוננו אויך לעצטענס געווארן אזוי, גיב א קיק און [tag]ברסלבער[/tag] הערליכע חצפה'דיגע תגובה, ליין וואס עס האט פאסירט דארט איינס נאכן צווייטן שלא מן הענין, עס האט מיר געדאכט אז איך בין אין אייוועלט, פארוואס דאן טאקע נישט ציזאמען שטעלן, עס עינדעלט שוין זייער.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 101
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
איך זעה נישט פארוואס מען ברויך פארגלייכן די צוויי, איך האב ברוך השם זייער הנאה פון די רייכע נייעס וואס געלעגער און לכתחילה שרייבן דארטן וואס האט נישט קיין ערזאץ, און נאכדעם קומט מען אהער אויסלופטערן אביסל ברייטערע געדאנקען, וואס די פערדן וואס יאווען זיך דא און דארטן שרייבן איז קיינעם מחייב, און אז די פארמאגסט אן ארטיקל וואס איז קאנטראווערסל און דו ווילסט עס דייקא לופטערן דארטן ביזטו מער ווי ווילקאם דזאוסט רעכן זיך אויף אפאר ווילדע תגובות און נעם א טאבלעט אויב דו קענסט נישט פארנעמען די פרעשור. אדער שרייב עס דא און כאפ פון די היזיגע ווילדע מענטשן, דזאוסט רעספעקט עוועריבאדי פאר זייער מיינונגען און לאך זיך אויס דערנאך, נאר אזוי קען מען האבן אן אפענעם ארגומענט אויף א פובליק בלאג
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”