ר' פישל בייגל'ס שטימע נישט געטוישט! מעמאריעס...

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

ר' פישל בייגל'ס שטימע נישט געטוישט! מעמאריעס...

שליחה דורך זר זהב »

די איידיע איז איינס אין דער וועלט.
פארגעקומען ביים קר"י RCCS דינער
מיט די אריגינעלע חברה
די קווייער אויך גאנץ גוטץ
--------------------
אוי, וואו נעמט מען צוריק יענע צייטן? ווען א ניגון האט געהאט א באדייט, ווען א ניגון האט געהאט א תוכן, ווען א ניגון האט מיט א גויא'שן תנועה
קיין שייכות געהאט, וואו?
איך בין אויפגעוואקסן מיט ר' משה גאלדמאנס טעיפ'ס, איך האב מיר געטונקען דערין, איך קען א יעדע
אינטרא פון כמעט א יעדן ניגון.

ווען מ'קוקט ווי די היינטיגע נארעלעך הערן אויס סי די'ס פון אידישע סעלעבערטיס, קומט עס צו וויינען, פארוואס פארשטייען זיי נישט?
זייערע סי די'ס זענען מלא גויאישקייט און האט קיין אידיש'ן טעם, יא דו ביזט קיל, רעדסט זיך איין אז דו פארשטייסט צו עפעס.

ס'גייט דורך 3 חדשים און קיין זכר פון יענע ניגונים זענען נישטא, און פאר דו קענסט דאס אינאכט נעמען איז שוין יענער סעלעבריטי דא מיט א פרישן
קאלאריע-ליידיג סי די.
---------------------------------
ניגונים פון ר' משה גאלדמאן וואס מ'זינגט נאך היינט 25-30 יאר שפעטער:
כי נחם השם ציון

הבן יקיר לי(פאר ווער עס קען עס, זייער אסאך זינגען עס פאלש)

אוי כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי תורתי אל תעזובי...

כה אמר

אני מאמין

כאיל תערוג (הארץ צוגייט)

חזק ימלא

אלוקי נשמה (ווער קען דאס נישט?)

הגלה נא (ביי אלע טישן)

רבונו רבונו של עולם, רבונו של עולם, אוי ותמהר

זכור זכור ה' (כ'בעט דיך! ווער קען היינט מאכן אזאנס?)

פנה לעלבון (פון די לעצטערע יארן) -- און נאך אסאך אנדערע שיינע הארציגע ווארמע ניגונים. ווי למשל: ועל ידי עבדך, לדור ודור, רחם
רחם בחסדיך אא"וו.
----------------------------
דעם קעפל פון די תגובה לאז איך שוין אזוי, געפלאנט האב איך נאר ארויפצולייגן דעם קליפ מיט א קליינער הסברה דערויף, למעשה ביניך פארפארן אין נאסטאלגיע
פון יענע גוטע אינאסענט צייטן.
ריינע טעג
הייליג'ערע טעג
הייליגע ניגונים
איך בענק זיך
:(
--------------------------------------------
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=O22eeTy31_A[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר