אויסטוהן ווייסע זאקען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

איך האב געהאט א חבר ע''ה וואס איז ל''ע אוועק פון יענעם מחלה. ליגענדיג אין שפיטאל האט עס אים געגעבן אסאך פערספעקטיוו איבער וואס איז וויכטיג און לעבן און וואס נישט. האט ער מיר דעמאלט געזאגט אז ווען ער וועט אי''ה ארויס פון שפיטאל וועט ער מער נישט גיין קיין ווייסע זאקן, און עס איז געוועהן א טעות אז ער האט עס אנגעטוהן צו די חתונה.

ער האט עס נעבעך נישט דערלעבט. אבער פאר מיר איז עס געווען א מוסר השכל ווי א מענטש וואס איז ביים שוועל פון טויט זעהט אסאך קלארער וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט, און באקומט אסאך מער קוראזש און רצון צו טוהן וואס מ'וויל אליין, אהן זיך זארגן וואס אנדערע זאגן.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

סארא מין גערעדאכץ 'בלייב דערמיט' 'וואס שטערט עס דיר?' עס איז זייער אבוויעס אז עס שטערט אים. און מיט רעכט. א מענטש איז פולקאם בארעכטיגט צו זיין אייגענע סטיל.
די מלבושים פון א מענטש באיינפלוסן וויאזוי ער באטראכט זיך זעלבסט. אויב ער איז אומבאקוועם מיט א אוניפארם וואס ער פילט זיך נישט א חלק פון, איז ער אין א תפיסה. בפרט אין די טעג וואס מען דארף גיין געקליידעט בבגדי כבוד ותפארה. עס קומט צו שמחות, ווען מען דארף זיין אויפגעהייטערט, אין די עלעמענט, און ער גייט פארשטעלט ווי א קאטשקע.

שמועס עס דורך מיט דיין וויייב. אויב זי האט דיין בעק. דיינע גוטע ידידים וועלן דיר סופפארטן. דאן טו עס אויס. יא, מ'וועט שמועסן פון דיר פאר א וויילע. ביז עס קומט אונטער די נעקסטע לשון הרע און צרות אחרונות משכחות את הראשונות. מ'וועט פארגעסן פון דיר. און דו וועסט פילן באקוועם אין דיין אייגענע הויט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דענקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

מצטמק ויפה האט געשריבן:אפשר ביסטו מער מסביר וואס עס שטערט דיך די ווייסע זאקן, אז מען זאל דיך קענען ענטפערן.
ווען ווייסע זאקן זאל ווען ברענגען מיט זיך גדרים וסייגים וועלכע גלעזער מען דארף גיין, און אז מען טאר נישט גיין מיט קיין מאט בעקיטשע, הער איך, אבער למעשה טוט די ווייסע זאקן נישט געבן קיין שום פליכטען, עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט גיין ווי אזוי די ווילסט און פארטיג.
און לאפוקי מדעת בעל הבית, איך גיי גראדע יא מיט ווייסע זאקן.

איך פיהל, איך וויל דאס נישט.
זינט איך האב חתונה געהאט בין איך גענצליך אן אנדערע מענטש בנוגע אין מיין תכונת הנפש.
איך האב א אנדערע השקפה. ואין כאן מקום להאריך. עוד חזון למועד בין איך מסכים צי גיין מער דיטעילס.

פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

ארבעס האט געשריבן:
מצטמק ויפה האט געשריבן:אפשר ביסטו מער מסביר וואס עס שטערט דיך די ווייסע זאקן, אז מען זאל דיך קענען ענטפערן.
ווען ווייסע זאקן זאל ווען ברענגען מיט זיך גדרים וסייגים וועלכע גלעזער מען דארף גיין, און אז מען טאר נישט גיין מיט קיין מאט בעקיטשע, הער איך, אבער למעשה טוט די ווייסע זאקן נישט געבן קיין שום פליכטען, עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט גיין ווי אזוי די ווילסט און פארטיג.
און לאפוקי מדעת בעל הבית, איך גיי גראדע יא מיט ווייסע זאקן.

איך פיהל, איך וויל דאס נישט.
זינט איך האב חתונה געהאט בין איך גענצליך אן אנדערע מענטש בנוגע אין מיין תכונת הנפש.
איך האב א אנדערע השקפה. ואין כאן מקום להאריך. עוד חזון למועד בין איך מסכים צי גיין מער דיטעילס.

פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

יא!
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

יא, מיט נאך א סאך וואלע אידן
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

דאונ"ט גע"ט מ"י ראנ"ג [tag]ארבעס[/tag], איך פארשטיי דיך טויזענט פראצענט, איך וויל נאר ארויסברענגען די נושא אויף פאפיר אין נישט סתם דיינע געפילן זאלן דיך שטיפן אן א חשבון. און אפשר אז די וועסט אנהייבן אריינטראכטן אז עס איז נישט מעלה ומוריד יא ווייסע זאקן צו נישט, און עס געט נישט קיין שום אימעט"ש אויפן מענטש וואס טראגט עס. אפשר וועט דיינע אומבאקוועם-קייט אוועקגיין, און וועסט זיך קענען פארמיידען די גאנצע מאחארייקע פון זיך עס אויסטוען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ארבעס האט געשריבן:פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

און ווי אזוי איז די געפיל מוצאי שבת ווען דו ווערסט פטור דערפון?

אפשר הייב נישט אן מיט שבת. גיי צעביסלעך, אויב טראגסטו עס נאך אין די יומי דפגרא'ס, ווי חוה"מ, שושן פורים, אדער אפילו ביי א קאזינ'ס/ברודער'ס חתונה, ענדיג קודם דארטן. קוק ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס, פרוביר צו דערשמעקן און דעטעקטן צו די געמיטער זענען אנגעהיצט אדער קיינער גיט נישט קיין DAMM, ומשם תדרשנו.
וירח ה' את ריח הניחוח
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

ארבעס, איך בין אמאל געווען ממש אזוי ווי דיר. עס האט מיך מער און מער געשטערט אבער איך האב מיך נישט געקענט ברענגן זיי אויסצוטון ווייל איך האב פשוט נישט געהאט דער גאטס. דער מערסטער האט עס מיך געשטערט ווען איך בין געגאנגן צו א שטיבל אויף מיין בלאק וואו איך האב קיינעם נישט געקענט און איך האב געפילט אז איטס נאט מי. אין מיין חסידות איז עס נישט א גדולה אבער ווען מען גייט אין דער פרעמד וואו אלע גיין לאנגע הויזן איז עס ווי א לעבל.

איך האב א סאך מאל פראבירט און זיך אנגעטאן לאנגע הויזן אויף פרייטיק און זיך איבערגעטאן פאר גיין אין שיל. איין מאל האב איך מחליט געווען אז עס איז נישט דא אויף דעם א שעת הכושר און דער שבת איז פונקט אזוי גוט ווי עני שבת אדער יום טוב. אומר ועושה און איין שבת אינדערפרי בין איך געקומען אין שיל מיט לאנגע הויזן.

מען האט געקוקט, מיינע חבירים האבן געמאכט פשי וכדומה, איך ווייס אז מען האט מיר אויך בארעדט הינטער מיין רוקן (ער איז נעבעך פארביטערט) וואס איך האלט איז געווען פון קנאה. למעשה האט מען זייער שנעל פארגעסן און היינט בין איך א היפשע פאר יאר נאך דעם. איך בין דאנקבאר אז איך האב געהאט דער שכל און דער קוראז צו טאן וואס איך האב געוואלט טאן. איך האב נאך קיין מאל נישט צוריק געקוקט.

פאר די וואס ווילן מסביר זיין אז עס איז נישט כדאי אדער עס דארף נישט שטערן איז בעסער ווען זיי שווייגן. דאס זענען זיינע געפילן און עס איז נישט דא אין דעם נישט קיין מצווה און קוים א מנהג. איז אז עס צושטערט איינעם זיין שבת און ער שפירט זיך אין זיי ווי א נאר און א טיפש יעדער שבת פריש איז אדרבה ואדרבה טו זיי אויס און וואס געכער איז בעסער.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
ארבעס האט געשריבן:פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

און ווי אזוי איז די געפיל מוצאי שבת ווען דו ווערסט פטור דערפון?

אפשר הייב נישט אן מיט שבת. גיי צעביסלעך, אויב טראגסטו עס נאך אין די יומי דפגרא'ס, ווי חוה"מ, שושן פורים, אדער אפילו ביי א קאזינ'ס/ברודער'ס חתונה, ענדיג קודם דארטן. קוק ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס, פרוביר צו דערשמעקן און דעטעקטן צו די געמיטער זענען אנגעהיצט אדער קיינער גיט נישט קיין DAMM, ומשם תדרשנו.

א יעדער (איך, זיכער) האט געווארט ביז שמעקעדיג שליט"א וועט אריינווארפן זיינע צוויי סענט. עד שבא שמעקעדיג והכריע את כולם. דיין אייצעה מאכט נאך די מערסטע סענס פון אלע חכמי השטיבל וועלכע האבן ארויס געזאגט זייער חוות דעת, אדער בויך ווייטאג... 8-) :roll: :lol: :x :P :P :P :oops: :o
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

אויב דיין בני-בית וויל אויך נישט קיין ווייסע זאקען, פרעג נישט קיינעם אין טי עס אויס עס וועט זיין דע טאלק אוו דע טאון פאר א שטיק צייט אבער מיט דע צייט וועט עס אי"ה אדארעך גיין, עס וועט נישט שאטען פאר שידוכים, אדרבה, דיינע מחותנים וועלן דאס נעמען פאר א מעלה, אין דע וואס שעמען זיך מיט אזא מחותן ווילסטי נישט פאר א מחותן, אין יא, אבער דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, אויב זיי זענען שוין געניג גרויס, איך ווייס אזעלעכע וואס האבען עס געטאן אין זענען גאר פיינע ערלעכע אידען אין טיען ב"ה זייער שיינע שידוכים
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
ברוךברוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך ברוךברוך »

אז מען פרעגט דארף מען זיין גערישט אויף אן ענטפער,
איך מיין אז איז אויך א חילוק ווי מען וואוינט, און בפ אדער מאנסי דארף עס צו זיין די קלענסטע פראבלעם.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ברוךברוך האט געשריבן:אז מען פרעגט דארף מען זיין גערישט אויף אן ענטפער,
איך מיין אז איז אויך א חילוק ווי מען וואוינט, און בפ אדער מאנסי דארף עס צו זיין די קלענסטע פראבלעם.

גערעכט, און שלום עליכם יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איימעמאדער האט זיך בטעות אהערגעמופט? אזוי א גאנצע ערנסטע דיסקוסיע איבער א פאר זאקען?
I have a dream
Martin Luther King ~
תחת השמש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:04 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך תחת השמש »

איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה וּמַה שֶּׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

די ביסט זייער א פאני מענטש, 80% מענטשן וואס גיין ווייסע זאקן גיין דאס געצוויגענע יא, מיט נאך א סאך וואלע אידן
הייט, אין ווען עס בראכט אויס א מלחמה (רח''ל) וואלטען זיי עס אויסגעטהון
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל הבית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
תחת השמש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:04 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך תחת השמש »

ווייל דו מיט דיינע פערציג חברים טראכטען אזוי מאכט עס נאכנישט אכציג פראצענט.
עס איז נישט שיין צו רופען איינער פאני נאר ווייל ער האט א צווייטער טעיסט פון דיר.
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה וּמַה שֶּׁנַּעֲשָׂה הוּא שֶׁיֵּעָשֶׂה וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

סארי פארן דיך רופען פאני,

אבער אין מיינע אויגען ביסטו נאך אלץ פאני
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

אדרבה אז דו האלסט אז עס גייט דיר צוגעבן טוה עס, פון אנפאנג גייט עס זיין טאלק אף טאון אבער מיט די צייט גייט זיך דער עולם צוגעוואינען, מאך נאר זיכער אז דו ווייסט אין וואס דו גייסט אריין ווייל ס' דא וואס האבן דאס אנגעטוהן אוין חוזר משלח געווען.
אדער ווי מאנכע וואלטן געזאגט קודם טוה עס אהן אינדערהיים ביי די שבתדיגע סעודה...
בנוגע דיין ווייב ווייס איך דיר נישט וואס צו ענטפערן.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

פארוואס פעלט אויס צו פארדרייען די נושא
מ'רעדט פון "אויסטהון" נישט "אנטוהון"

עפען דיר אויף א אנטוהון ווייסע אשכול
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

תחת השמש האט געשריבן:איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

ר' תחת (וואס?) ביסט ווי פון הימל געשיקט געווארן סטרעיט צו ר' ארבעס דילעמע ,דו נעם פון עם זיינע ווייסע זאקן און געב עם דיין שווארצע ענד יו בוט וויל ליוו העפילי עווער עפטער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

א פארפלייצונג פון בין הזמנים בחרום'לעך האבן ווי דא ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך
בחורים אשר לא טעמו טעם ווייסע זאקען מעולם, ווערן דא גאנצע מבינים און דעות זאגערס
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

זאקן זאקן ווי איז דיין יוד?
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

זאק זאק ווי'ז דיין פיס?
פיס פיס ווי'ז דיין זאק?
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
פארשפארט